בלאט 2 פון 3

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 11:48 pm
דורך מר. קלונימוס
היינט האב איך געהערט איינעם פרעגן where are the steps
לכאורה איז די ריכטיגע ווארט stairs

Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:10 am
דורך berlbalaguleh
בלויע רעקל האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:08 pm וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
בלויע רעקל: נישט אינגאנצן. ווייל ווען מ'בויעט א סענטענס/זאץ טוט מען עס אנדערש אין אידיש אדער אין ענגליש.

איכ'ל דיר געבן א משל. איך האב אמאל געהערט א יונגל זאגן ..."My father will come after me"...! ווען ער האט געוואלט זאגן אז זיין טאטע גייט קומען נאך איהם (אויפפיקן)...ער וואלט געדארפט צו זאגן..."My father will come to pick me up"...!

Re:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:16 am
דורך berlbalaguleh
מי אני האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:44 pm איך בין נישט זיכער אז ״אַמעראַצעס״ איז די ריכטיגע אויסדרוק דא. ווי איך האב ארויסגעברענגט דא, איז פון א לינגוויסטיק שטאנדפונקט אומריכטיג צו באטראכטן, לדוגמא, אפריקאנע אמעריקאנע (ווערנאקיולער) ענגליש (AAE) ווי א ״שוואכערע״ אדער ״אַמעראצישער״ ענגליש, לעומת סטענדערד אמעריקאנע ענגליש. דאס איז אז זיי, אלס אַן אייגענארטיגן קולטור, האבן זיך זייער אייגענארטיגן סאציאלן ענגלישן דייעלעקט הן בנוגע סינטעקס והן בנוגע סימענטיקס, ומחמת זייער אייגענארטיגן קולטור און היסטאריע וסיבות שונות. דאס האט פונקט דאס זעלבע וועלידיטי ווי ״געהעריגע״ ענגליש, און עס איז נישט שייך צו זאגן אז דער ווייסע מענטש׳ס ״סטענדערד״ ענגליש איז ״בעסער״ און מער ״ראפינירט״ וכו׳ וכו׳.

ולכאורה כן הוא ביי חסידים: הן בנוגע די ענגליש וואס זיי רעדן, און הן בנוגע די ענגלישע קאגנעיטס און בארג-ווערטער אויף קאנצעפטן וועלכע האבן זיך אריינגעכאפט אין די אידיש וואס חסידים רעדן. דאס איז אויך נוגע די באקאנטע ״ישיביש ענגליש״. דאס איז אלעס בתוך די ברייטערע פענאמענאן פון עוואלוציעס פון שפראכן, און ווי אזוי זיי טוישן זיך פאר און בתוך (סאָבּ)קולטורן.
מי אני: דו ביסט גערעכט פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט. נאר די חסיד'ישע ענגליש איז מער נוטה צו סלענג. וואס איז היינט געווארן כמעט א סטענדערט.

Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:29 am
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:52 pm
בלויע רעקל האט געשריבן: וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
כ'האב קיינמאל נישט געהערט גוים אידער נישט-חסידישע אידן נוצן אזעלכע סארטן אויסדרוקן, איינער פון אונז צוויי פאנטאזירט דא.

צ/ק פון די גרעסטע ריאליטי טשעק וואס איך האב געהאט איז טאקע דאס געוועהן, וויפיל בושות איך פלעג האבן אין קאלעדש און מיט מיינע שכנים. מילא א ווארט וואס איך האב נישט געקענט האב איך געקענט נוצן גוגל טרענסלעיט אדער אויפזוכן אין א ווערטערבוך, אבער ווען איך פלעג נוצן אזעלכע ווערטער וואס איך האב מיך איינגערעדט אז איך קען און קיינער האט נישט פארשטאנען איז עס געוועהן בושות. אבער איך וואלט קיינמאל נישט אויפגעטוישט די ריאליטי טשעק בושות פאר די חסידישע בת היענה שטאלץ, די טעימה פונעם עץ החיים וואס מ'באקומט ווען reality kicks in איז לא יסולא בפז. געדענק איך נאך ווי היינט ווען איך האב אמאל געזאגט פאר א שכנה מיינע עפעס וועגן א בער און כ'האב געזאגט beer אנשטאט bear ווי חסידים זאגן, זי האט נישט פארשטאנען וואו ביר קומט אריין :D :D :D איך האב מיך געדארפט מסביר זיין אז איך מיין די חיה וואס הייסט בער, האט זי זיך אנגערופן "Oh ,so you mean bear, not beer", האב איך דעמאלטס געכאפט די חילוק אין אויסשפראך. ווען איך פלעג האנדלען מיט חסידים פלעג איך מיך אין דעם אנשטויסן אויף א טעגליכן פארנעם, היינט האב איך שוין אבער כמעט אלעס פארגעסן, לאמיר זעהן וואס איך קען מיך דערמאנען.

wire אין ענגליש איז אן איינצעלנע קופערנע דראט, די זאך וואס מ'שטעקט אריין אינעם וואנט הייסט א cord.

בכלל a wire you could plug in or unplug, you can't "plug it out"' it just doesn't work :lol:

א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.

ס'נישט דא אזא זאך ווי a pants, ס'הייסט a pair of pants.

א head קען נישט קראצן, א scalp קען יא.

meat איז בהמה פלייש, טשיקען פלייש הייסט טשיקען

אפשר שפעטער וועל איך מיך דערמאנען נאך.
א יונגל האט מיר אמאל געזאגט עפעס וועגן א ...Staring wheel... (rather than steering wheel)...האביך איהם געפרעגט ...וויאזוי זאגסטו ביער אויף ענגליש...זאגט ער ...Bear...האביך איהם געזאגט...דער מענטש וועט דיר ענטפערן אויב דו ווילסט (א) בער) גיי אין זאא...!

Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:26 am
דורך berlbalaguleh
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן: א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.
גראדע אין אייראפע איז עס יא גענוצט ווען מען וויל פרעגן ווי די בית הכבוד איז.

ווי מי אני זאגט, עס איז שווער צו זאגן אז עס האט מיט עם הארצות צו טוהן. עס איז א קולטור.
ווען די ענגלישע וועט הערן די אמעריקאנער ענגליש (וכן להיפך) וועט מען זיך גאנץ שווער פארשטיין מיט פשוטע באגריפן וואס יעדער נוצט אנדערע ווערטער.
מיינט דאס איינער פון זיי רעדט גרייזיג?

אלבערט איינשטיין: א קליינע משל. א בריטישער זאגט צו זיין אמעריקאנער חבר, מיט א שמחה, I have a flat... פרעגט איהם דער אמעריקאנער. נו, וואס איז די שמחה?! אדער אן ענגלישער וועט זאגן אז זיין ווייב האט געקויפט א נייעם Pram...!

איך האב שוין פארציילט די מעשה. איך האב געהאט א באס רבי וואס איז געקומען פון ענגלאנד, איין טאג זאגט ער צו מיר Hoot... איך זאג, אוקעי. ער שרייט ווייטער... האאט. צום סוף האביך אויסגעפונען אז האאט אין ענגלאנד מיינט פייף...! אן אנדערס מאל זאגט ער צו מיר, קוק ס'איז דא א Lorry...! איך זאג אוקעי... ווען איך בין ארייגעפארן אין די גאס און געבליבן שטעקן ווייל א טראק איז דארט געווען, זאגט ער צו מיר, איך האב דיר דאך געזאגט אז ס'איז דא א לאררי...!

אין ענגלאנד רופט מען א פלעט (טייער) א...פאנ(ק)טשער. א פלעט איז אן אפארטמענט. א דירה.
א "פרעם" איז א סטראללער... וכן הרבה.

Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:31 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:
מר. קלונימוס האט געשריבן: How about

אם... הארצות אין חסידישע לשון קודש?

הה"ד לגבי raiser blade.

עם הארצות:...Razor blade...!

Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 11:30 am
דורך שפילער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.

Toilet איז א גוי'שע זאך אויך. קענסט הערן א גוי זאגן I went to the toilet.
נאר וואס דען, bathroom איז שיין גערעדט.

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:29 pm
דורך כפתור
"סטיעם" איז נאך א ווארט וואס מען ניצט נישט געהעריג. רוב הייזער (אפשר ברוקלין איז אנדערש) האבן שוין נישט קיין סטיעם. אבער מ'הערט אסאך מענטשן זאגן "די סטיעם ארבעט נישט, אנשטאט זאגן "היעט"

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:01 pm
דורך שמעקעדיג
כפתור האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:29 pm "סטיעם" איז נאך א ווארט וואס מען ניצט נישט געהעריג. רוב הייזער (אפשר ברוקלין איז אנדערש) האבן שוין נישט קיין סטיעם. אבער מ'הערט אסאך מענטשן זאגן "די סטיעם ארבעט נישט, אנשטאט זאגן "היעט"

I already mentioned
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 61#p539361

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:02 am
דורך בר גיורא
דאונ-צו-לואדן

Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:46 am
דורך טיפער
שפילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 11:30 am
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.

Toilet איז א גוי'שע זאך אויך. קענסט הערן א גוי זאגן I went to the toilet.
נאר וואס דען, bathroom איז שיין גערעדט.
איך זעה יעצט א (נישט חסיד'ישע) בלופרינט וואוו דער צימער איז אפיציעל גע'נעימד טוילעט

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:50 am
דורך קליינע צדיק
ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:27 pm
דורך היימלינד
כ'האב געמיינט אז טוילעט איז אידיש :)

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 5:14 pm
דורך לפורקנך סברית
"ביסקיס" איז אידיש

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:48 am
דורך קלוגע יודל
סאנטיאגא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:29 am איך האב געטראכט א געדאנק פאר א אשכול וואס קען זיין א פאן געים. וויאזוי חסידים דריקן זיך אויס אויף זאכן אנדערש ווי ס'איז אנגענומען אין די גאס, נישט אייביג איז עס technically wrong ס'איז נאר א קולטור'ישע הומעריסטישע דיפערענץ.

למשל זאגן בוילער אנשטאט זאגט water heater רעד proper!

אדער "צולייגן אנ'אדישענעל צום קרעדיט קארטל" אנשטאט זאגן an authorized user

זאגן א "דזשילעט" א קאמפעני וואס מאכט רעיזערס אנשטאט זאגן raiser blade

שגור בפיהם אבזערוואציע. קומט'ס אריין מיט נאך עקזעמפלארן.

דאס ווייס איך נישט אויב מ'הערט נאך היינט: "איך בין ביי די איזי פעס" ניין ברודער, דו ביזט ביים toll booth ביי די איזי פעס בודקע...

וואס איז פשט דערפון? א פוילקייט זיך צו לערנען שפראך? Blissful ignorance? אדער פשוט געוויסע לערנען זיך ענגליש ענליך צו ווי זיי לערנען זיך אידיש; פון רעדן, נישט לערנען.
1/2/4 זענען וועטרטער וואס די גוים פארטוישן אויך

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:11 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:50 am ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... PFwR2-R3AD
גיי פארשטיי...
גראדע האב איך געהאט א אלטער אונגארישער מלמד וואס פלעגט ארויסגיין זיינע צרכים אין קלאזעט נישט דארפן מאכן ביטול תורה...

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:40 am
דורך berlbalaguleh
שמחה'לע קאפשטיק: דאס ווארט "קלאזעט" שטאמט אויך פון ענגליש. אויף בריטיש ענגליש רופט מען א ביהכ"ס א...Water closet...Initials...W.C.
ווען איך בין געווען א יונגל האט מיין רבי גערופן א ביהכ"ס א וועי. צעי...!

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:02 am
דורך וואלווי
קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:50 am ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
ארויסגיין

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:51 pm
דורך קליינע צדיק
וואלווי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:02 am
קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:50 am ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
ארויסגיין
און ווי אזוי זאגט מען די פלאץ ווי מען גייט ארויס
ארויסגיין שטיבל?

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:09 pm
דורך שפילער
קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:50 am ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
הכנות..

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:27 pm
דורך קליינע צדיק
שפילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:09 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:50 am ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
הכנות..
אויך לשון הקודש

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:28 pm
דורך קליינע צדיק
קליינע צדיק האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:27 pm
שפילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:09 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:50 am ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
הכנות..
אויך לשון הקודש
אפשר פאר די וואס נעמען אריין קאפס פון וואסער קען מען רופן וואסער שטיבל

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:18 pm
דורך וואלווי
באד צימער