בלאט 2 פון 2
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 7:56 pm
דורך תניא בניחותא
אלע די סארט נושאים קען מען זאגן צוויי צדדים, און ביידע זענען גערעכט.
צד א) גיין אין מקוה פון אלס אינגל ערב שבת איז בעסער ווייל ער וואקסט אויף אימיונט צי זען נאקעטע מענטשן פאר ער פארשטייט וואס ער זעט.
צד ב) דריי נישט קיין קאפ קיינער איז נישט אימיונט צו דעם, קוק דיך אים וויפיל פראבלעמען זענען דא פון מקוה’ס.
אזוי ווי די פשט’ל אז מ’ווערט נישט קאליע פון לערנען געוויסע גמרות.
צד א) גיי אין מקוה און היט אויף די אויגן.
צד ב) איכא דרכא אחרינא איקרי רשע.
מ’קען טרעפן פסוקים אויף אלע צדדים, וואס איז ריכטיג ? גיי ווייס.
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:03 pm
דורך זה חלקי
כניאק האט געשריבן: ↑
איך האב געהערט פון א שמש פון א גרויסע מקוה, אז זייט מ'האט געלייגט אפענע קעמרעס האט איז מען פטור פון א ריזיגע חלק פון פראבלעמען.
דאכצעך עס איז נישט לעגאל
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:31 pm
דורך אלע צוזאמען
ווי לאנג ס’איז אפן און יעדער זעהט עס, איז עס הונדערט פראצענט לעגאל.
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:06 pm
דורך כספי
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:36 pm
תניא בניחותא האט געשריבן:
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם
וואס טויזענטער יארן? מילליאנען מיט בילליאנען יארן! ווי ווייט מיר ווייסן האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכץ אנגעפאנגען מיט אביסל מער פון 2,000 יאר צוריק ווען יעדן פארנאכטס פאר'ן זוהן אונטערגאנג זענען זיך צאמגעקומען 5 בעלי קרי מיט א האלבע זב ביים גרוב אין עק שטעטל און זיך גע'טובל'ט איינער נאכ'ן אנדערן. שפעטער האט רוב עולם אויפגעהערט עסן חולין בטהרה זענען די מקוואות פארלאזט געווארן, נאר יעדן
שבת נאכמיטאג זענען די פאר חברים פון שטעטל געקומען פאנטשן די קארטע און זיך רייניגן פונעם עונה משבת לשבת. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר נאך 1,500 יאר ביז פאר ווייניגער פון 200 יאר צוריק ווען אפאר חסידים ואנשי מעשה אינעם פארפרוירענעם אוקראינע האבן אנגעפאנגען ברעכן אייז זיך צו רייניגן יעדן טאג, פעסט פארווערד צו די בראשית יארן אין אמעריקע ווען מקוואות האבן אנגעפאנגען אנגעהייצט צו ווערןהאט זיך עולם גולם צוגעכאפט, כ'מיין א געשמאקע hot-tub צופריה איז נישט א זאך וואס מ'קען אזוי אוועקמאכן, און די רעשט איז היסטאריע.
פיין געזאגט!
אבער פארוואס שבת נאכמיטאג?
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:38 pm
דורך אינטערסאנטער
דאס איז זיכער אז מען וואלט געדארפט מרעיש עולמות זיין אויף די חורבן פון די מקוואות. דער בעל שם טוב האט זיכער נישט דאס געמיינט אז 200 אידן זאל זיך צאמקוועטשן אין א בור, און זיך שאוערן אן קיין מחיצות, עס איז א חרפה און א בושה וויאזוי די מצב איז.
מען דארף גיין אין מקוה, אבער די מצב כמות שהוא איז ערגער פון ארג. עפעס א תיקון דארף דא געשען. וואס? ווייס איך נישט.
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:22 pm
דורך משה פיינער
וואס איז די חסרון מיט זיין נייע מקוה ? בעסער פון די מנובלים וועט עס זעכער מאכ'ן
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:02 am
דורך Yesh
כספי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:06 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:36 pm
תניא בניחותא האט געשריבן:
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם
וואס טויזענטער יארן? מילליאנען מיט בילליאנען יארן! ווי ווייט מיר ווייסן האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכץ אנגעפאנגען מיט אביסל מער פון 2,000 יאר צוריק ווען יעדן פארנאכטס פאר'ן זוהן אונטערגאנג זענען זיך צאמגעקומען 5 בעלי קרי מיט א האלבע זב ביים גרוב אין עק שטעטל און זיך גע'טובל'ט איינער נאכ'ן אנדערן. שפעטער האט רוב עולם אויפגעהערט עסן חולין בטהרה זענען די מקוואות פארלאזט געווארן, נאר יעדן
שבת נאכמיטאג זענען די פאר חברים פון שטעטל געקומען פאנטשן די קארטע און זיך רייניגן פונעם עונה משבת לשבת. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר נאך 1,500 יאר ביז פאר ווייניגער פון 200 יאר צוריק ווען אפאר חסידים ואנשי מעשה אינעם פארפרוירענעם אוקראינע האבן אנגעפאנגען ברעכן אייז זיך צו רייניגן יעדן טאג, פעסט פארווערד צו די בראשית יארן אין אמעריקע ווען מקוואות האבן אנגעפאנגען אנגעהייצט צו ווערןהאט זיך עולם גולם צוגעכאפט, כ'מיין א געשמאקע hot-tub צופריה איז נישט א זאך וואס מ'קען אזוי אוועקמאכן, און די רעשט איז היסטאריע.
פיין געזאגט!
אבער פארוואס שבת נאכמיטאג?
וואל אויב האט מען געוואלט עסן קודשם פרייטאג צונאכטץ, אדער שבת איז די טשאלענט געווען פון שלמום, האט מען נאר געקענט טון עונה משבת לשבת, שבת נאכמיטאג!
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:05 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
כספי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:06 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:36 pm
תניא בניחותא האט געשריבן:
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם
וואס טויזענטער יארן? מילליאנען מיט בילליאנען יארן! ווי ווייט מיר ווייסן האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכץ אנגעפאנגען מיט אביסל מער פון 2,000 יאר צוריק ווען יעדן פארנאכטס פאר'ן זוהן אונטערגאנג זענען זיך צאמגעקומען 5 בעלי קרי מיט א האלבע זב ביים גרוב אין עק שטעטל און זיך גע'טובל'ט איינער נאכ'ן אנדערן. שפעטער האט רוב עולם אויפגעהערט עסן חולין בטהרה זענען די מקוואות פארלאזט געווארן, נאר יעדן
שבת נאכמיטאג זענען די פאר חברים פון שטעטל געקומען פאנטשן די קארטע און זיך רייניגן פונעם עונה משבת לשבת. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר נאך 1,500 יאר ביז פאר ווייניגער פון 200 יאר צוריק ווען אפאר חסידים ואנשי מעשה אינעם פארפרוירענעם אוקראינע האבן אנגעפאנגען ברעכן אייז זיך צו רייניגן יעדן טאג, פעסט פארווערד צו די בראשית יארן אין אמעריקע ווען מקוואות האבן אנגעפאנגען אנגעהייצט צו ווערןהאט זיך עולם גולם צוגעכאפט, כ'מיין א געשמאקע hot-tub צופריה איז נישט א זאך וואס מ'קען אזוי אוועקמאכן, און די רעשט איז היסטאריע.
פיין געזאגט!
אבער פארוואס שבת נאכמיטאג?
אלס טבול יום
צו קענען עסן תרומה און קדשים ביינאכט...
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:08 pm
דורך לפורקנך סברית
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:36 pm
תניא בניחותא האט געשריבן:
איך ווייס נישט וויפיל טויזענטער יארן מענער גייען אין מקוה אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם
וואס טויזענטער יארן? מילליאנען מיט בילליאנען יארן! ווי ווייט מיר ווייסן האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכץ אנגעפאנגען מיט אביסל מער פון 2,000 יאר צוריק ווען יעדן פארנאכטס פאר'ן זוהן אונטערגאנג זענען זיך צאמגעקומען 5 בעלי קרי מיט א האלבע זב ביים גרוב אין עק שטעטל און זיך גע'טובל'ט איינער נאכ'ן אנדערן. שפעטער האט רוב עולם אויפגעהערט עסן חולין בטהרה זענען די מקוואות פארלאזט געווארן, נאר יעדן שבת נאכמיטאג זענען די פאר חברים פון שטעטל געקומען פאנטשן די קארטע און זיך רייניגן פונעם עונה משבת לשבת. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר נאך 1,500 יאר ביז פאר ווייניגער פון 200 יאר צוריק ווען אפאר חסידים ואנשי מעשה אינעם פארפרוירענעם אוקראינע האבן אנגעפאנגען ברעכן אייז זיך צו רייניגן יעדן טאג, פעסט פארווערד צו די בראשית יארן אין אמעריקע ווען מקוואות האבן אנגעפאנגען אנגעהייצט צו ווערןהאט זיך עולם גולם צוגעכאפט, כ'מיין א געשמאקע hot-tub צופריה איז נישט א זאך וואס מ'קען אזוי אוועקמאכן, און די רעשט איז היסטאריע.
"יישר כוח, כ'האב זייער הנאה געהאט".
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:35 pm
דורך 123yanky
יא סאיז דא קעמערעס אין מקוה! איינער האט מיר אפילו געשיקט א קליפ
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 6:16 am
דורך והאר עינינו
שפילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:14 pm
כדאי צו פיקסען זאכן קען מען טון סך גרינגערע זאכן און אפילו דאס וועט הייסן בעסער איין משל איז א פשוטע קורטען אויף יעדע שויער !
מאכן קלענערע שויער רומס ועוד'
דאס איז איינע פון די בעיסיקס.
איך בין אמאל געווען אין א מקוה, נישט אין איינער פון די היימישע געגענטער. און עס איז מיר מוראדיג געפאלן די שאווערס דארט. א יעדע שאווער איז געווען אן אייגענע קעסטעלע, מיט א געהעריגע טיר.
די פריוואטקייט אין אזא שאווער איז מוראדיג געשמאק.
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 11:05 am
דורך קליינע צדיק
גא"מ
אבער דו רעדסט אלס געשמאק גארנישט מיט צניעות
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:13 pm
דורך [NAMELESS]
א וודאי איז עס מער צניעות אז מען דארף זיך נישט זייפן בפני עם ועדה.
די פראבלעם איז נאר אז אין ראשהאוער וועט זיין ריזיגע ליינס.
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:17 pm
דורך קליינע צדיק
אוודאי געוויס
נאר והאר עינינו האט זיך נאר באצויגן צו די געשמאק חלק
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 1:49 pm
דורך חיים עוזר
אין פאפא ישיבה גדולה אין וועסטשעסטער האט מען יעצט געענדיגט איבערבויען די מקוה און מען האט צוגעלייגט אזא גוטע 20 שויערס און צוגאב צו די יעצטיגע 14 וואס איז דא. דאס קומט צוליב דעם וואס די רבי וויילט אין די זוממער וואכן אין שטעטל און ער גייט אין די זעלבע מקוה וואס די בחורים גייען, און ער האט צוגעזעהן וואס עס גייט פאר דארט יעדן טאג און פילפאכיג מער פרייטאג פארן זמן ווי די גאנצע ישיבה שטייט אין ליניעס ווארטענדיג פאר אן אויסגעבעטענע שויער. האט די רבי געמאכט אן אסיפה און געפאדערט פון די עסקנים אז מען זאל זאפארט גרעסער מאכן דעם מקוה. ברוך השם און געציילטע וואכן איז דער נייער מקוה געשטאנען גרייט פאר די בחורים. ממנו ילמדו וכן יעשו....
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:23 pm
דורך צוויי
וויזניץ אין מאנסי איז דא גאנץ א פיינע איידיע פון א מקוה אויסשטעל.
איך געדענק שוין נישט ווי, בין איך געווען אין א מקוה, וואס האט געהאט שאווער קערטנ'ס, ס'איז געווען א געשמאק די פריוואטקייט.
מיין שאווער האט אבער גענומען אסאך לענגער... - און קען זיין צוליב דעם ווילן עס די גרעסערע מקואות נישט איינפירן,
Re: צניעות'דיגע מקוה
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 5:07 pm
דורך yesiknow
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:33 pm
אויב מאכט מען אזוי די מקוואות הער איך אויף גיין אין מקוה!
איך גיי אין מקוה אויף צי סאושעלייזן, סתם אויף זיך צי שאwערן קען איך שוין גיין ביי מיר אינדערהיים.
דאס איז די כוונה... מען דארף נאך אפאר הונטרעט אידען זאלען דיך נאכמאכען דאס וועט שוין פארגרינגערען די טרעפיק סיטועשין.
אן עי סייד נויט , פאר איינער וואס ציט צו די סעים דזענדער קען מקוה זיין א סיריעס סטראגעל, עסק יור לויקעל ארטעדאקס ראביי אויב עס איז כדאי .