בלאט 2 פון 4

הגדה של פסח - פרדס יוסף

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 4:09 pm
דורך קאווע טרינקער
אויפן ערשטען בליק זעהט דאס אויס ווי מעשה ידי הגאון רא"ד מנדלבוים, אבער דאס איז פון א צווייטער וואס האט באקומען רשות נאכצומאכן כצלמו אין אריינגייין אין די סעריע פון פרדס יוסף (אינטערסאנט אז עוז והדר האט נאך נישט קיין פירוש אויף פרדס יוסף)

נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויפן ערשטען בליק זעהט דאס אויס ווי מעשה ידי הגאון רא"ד מנדלבוים, אבער דאס איז פון א צווייטער וואס האט באקומען רשות נאכצומאכן כצלמו אין אריינגייין אין די סעריע פון פרדס יוסף (אינטערסאנט אז עוז והדר האט נאך נישט קיין פירוש אויף פרדס יוסף)

ס'קומט נישט צו צו מנדלבוים'ס ארבעט. אגב: פון וועמען האט מנדלבוים באקומען רשות?

נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:03 pm
דורך קאווע טרינקער
הגאון מנדלבוים האט איבערגעדרוקט דעם ספר 3/5, בראשית שמות און ויקרא, און דורך מעשה ידיו האבן 1000'טע אידן אנטפלעקט אן אוצר! און ממשיך געווען מיטן נאמען "החדש" אויף במדבר און דברים.
יעצט אז איך גיב ארויס א ספר אויף "מגילת אסתר" מיט די זעלבע בלויע דעקל און די זעלבע נאמען, איז מסתבר אז כ'דארף האבן רשות אויף דעם.

הגש"פ - פרדס יוסף - ב'

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:51 pm
דורך קאווע טרינקער
די פלא וואקסט נאך מער.
פאראיאר האט א בני-ברק'ע איד מלקט געווען פון פרדס יוסף על התורה, ענינים השייכום להגש"פ, און דאס מחבר געווען צו די נוסח ההגדה, ויקרא שמו בהגדות "פרדס יוסף".
דהיינו, אז דאס איז ריכטיגע חידושי הפרדס יוסף אויף הגש"פ, איז וויאזוי קומט א צווייטער און איז מו"ל זיין אייגינע חדושים אונטערן נאמען פרדס יוסף???

בד"וו, די הגדה "ישא ברכה" פון הגרי"ש אלישוב זצ"ל, איז א נארישע נאמען. ס'דאך דא דער באקאנטער בעל ישא ברכה (איך מיין נישט קאשוי'ער רב'ס זוהן) איך מיין דער ספרדישע גדול. כמדומה ער איז געווען א ראשון לציון.

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:18 pm
דורך ר' שמחה
רבי יעקב שאול אלישר,
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%A9%D7%A8

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:22 pm
דורך קאווע טרינקער
יא, דאס מיינעך.

די אמעריקאנישע הגדה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:39 am
דורך משה געציל
די אמעריקאנישע הגדה!
ערשינען אין ניו יארק אין 1927 דורך א.מ. שארקאנסקי. די הגדה וואס איז געשריבן אין אידיש טוט פארציילען וויאזוי עס קוקט אויס דאס אידיש לעבן אין אמעריקא.
ליינט אויף אייער אייגענעם אחריות.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:11 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'האב געהערט אז ס'איז ארויסגעקומען אן הגדה "נחלת צבי", די ספרים געשעפט אין וומ"ס וואו איך בין פונקט אדורך האט דאס נישט אריינגעקומען, זעהט אויס ס'איז א גוטע הגדה.
ווייסט איינער מער?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:25 pm
דורך היסטאריקער
מנהגי סאטמאר, ע״י ר׳ א״ד גליק ע״ה מו״ל מחזורי וזמירות דברי יואל

ארויסגעקומען פאריאר דורך רא״ד ע״ה, איבער געדריקט הייאר דורך זיין זון

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:27 pm
דורך קאווע טרינקער
@היסטורקאי:
תוכן הודעה הנ"ל סותר את מסר החתימה שלך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:28 pm
דורך זר זהב
היסטאריקער האט געשריבן:מנהגי סאטמאר, ע״י ר׳ א״ד גליק ע״ה מו״ל מחזורי וזמירות דברי יואל

ארויסגעקומען פאריאר דורך רא״ד ע״ה, איבער געדריקט הייאר דורך זיין זון

און איך האב עס געזוכט אין צוויי געשעפטן און זיי האבן עס נישט געהאט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:43 pm
דורך היסטאריקער
געזען אין מאורות, ליע גארדן מקוה, אוצר,

איך האב געחאלעשט עס צו קויפן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:48 pm
דורך זר זהב
האסט עס געקויפט אדער געחאלישט?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:55 pm
דורך היסטאריקער
געוואלט קויפן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 6:23 pm
דורך גוטע פינטעלך
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב געהערט אז ס'איז ארויסגעקומען אן הגדה "נחלת צבי", די ספרים געשעפט אין וומ"ס וואו איך בין פונקט אדורך האט דאס נישט אריינגעקומען, זעהט אויס ס'איז א גוטע הגדה.
ווייסט איינער מער?


די עצם הגדה "נחלת צבי" איז שוין א אלטע זאך, נאר מען האט עס איבער געדרוקט מיט א שיינע אויפלאגע, דער עיקר חידוש שבו, איז "פירוש הבהיר", דאס איז א הערליכע פירוש על כל מלה ומלה, קשר כל ענין לחברתה, וכו', עס איז אזוי ווי פירוש הארטסקרו"ל אויף ש"ס, ער האט אפילו נאכגעמאכט די זעלבע פאנטס און אויסשטעל. מיט א שנעלע בליק האט מיר אויסגעזען אז עס איז א בעסערע פירוש ווי די פירוש פון "מתיבתא".

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:23 pm
דורך מאראנצןזאפט
ס'דא א שיינע הגדה פון מכון שבתי פרענקל, צום סוף האבן זיי דעם רמב"ם אויף הלכות ליל הסדר מיט א פרישע אויפלאגע פונעם בארימטן מפתח.

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 4:46 pm
דורך קאווע טרינקער
גוטע פינטעלך האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב געהערט אז ס'איז ארויסגעקומען אן הגדה "נחלת צבי", די ספרים געשעפט אין וומ"ס וואו איך בין פונקט אדורך האט דאס נישט אריינגעקומען, זעהט אויס ס'איז א גוטע הגדה.
ווייסט איינער מער?


די עצם הגדה "נחלת צבי" איז שוין א אלטע זאך, נאר מען האט עס איבער געדרוקט מיט א שיינע אויפלאגע, דער עיקר חידוש שבו, איז "פירוש הבהיר", דאס איז א הערליכע פירוש על כל מלה ומלה, קשר כל ענין לחברתה, וכו', עס איז אזוי ווי פירוש הארטסקרו"ל אויף ש"ס, ער האט אפילו נאכגעמאכט די זעלבע פאנטס און אויסשטעל. מיט א שנעלע בליק האט מיר אויסגעזען אז עס איז א בעסערע פירוש ווי די פירוש פון "מתיבתא".

יא, געזעהן היינט אין אייכלער'ס. אבער א שאד, אזא שיינע הגדה געמאכט אלץ כדי מזכה זיין אידן מיט די "פירוש" (!) נחלת צבי? נעבאך.
דער פירוש הבהיר וואלט זיך פארקויפט בעסער ווען זי שטייט אליין.

בנוגע דער מתיבתא הגדה, האב איך נישט צוגערירט. כ'בין נייגעריג צו ביים הנחת אייזן הפינה (ע"ש ר' אברהם אייזן) אין מאנסי צום מרכז העולמי עוז והדר האט מהר"י לייפער געזאגט יהי רצון'ס פון א "סדר בנין בתי מדרשות עם פירוש מתיבתא"?

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 4:52 pm
דורך זר זהב
ס'דא עפעס אזא אלד פעשיאנד הגדה מיט א נישט שיינעם דרוק, ס'פיל מיט מפרשים ארום און ארום זייער שיינע זאכן. כאפארגעסן וויזוי ס'הייסט. אפשר איינער וועט כאפן פון וואס כ'רעד.

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 4:53 pm
דורך קאווע טרינקער
לכאורה פון דעם א.ג. מוסד הרב קוק.

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 4:56 pm
דורך זר זהב
וואס הייסט? ס'האט עפעס א נאמען, ס'ביי מיין טאטן כעלדיר עס לאזן וויסן

נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 9:00 pm
דורך gehlungen
האט קאפ האט געשריבן:הגדה של פסח לחזות בנועם חידו"ת מהגרי"ד קאפלמאן זצ"ל ראש ישיבת לוצערן שווייץ

He was a Mechadesh?

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 12:30 pm
דורך שמעקעדיג
האט מען שוין ערגעץ געשמועסט איבער די הגדה מפי ספרים וסופרים? שיחות מאת רבי אליעזר דוד פרידמאן. הערליכע אוצר בלום ופניני החסידות, ענינים וסיפורים שונים.

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:02 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:האט מען שוין ערגעץ געשמועסט איבער די הגדה מפי ספרים וסופרים? שיחות מאת רבי אליעזר דוד פרידמאן. הערליכע אוצר בלום ופניני החסידות, ענינים וסיפורים שונים.

I got one last year, and read every page.
I am not a Hasid, but it was inspiring how real Rabbi Friedman believes in it.