קריגס מיניסטער האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:57 am
ס'קוקט מיר אויס אביסל אינטערעסאנט, ווייל איך זע ווי מ'האקט אזוי אויף סאטמאר פארן קענסלען,
איך וויל פארשטיין, וואס דען וואלטן זיי געדארפט טון?
די וועלט איז באשאפן געווארן מיט גענוג פערדן (אזוי גערופענע קנאים) וואס, לאמיר זאגן אז ווען זיי קענסלען נישט, וואלטן די חברה געקומען מיט טענות, היתכן אז אזא הייליגע קהלה וכו'
די פראבלעם איז אז עס איז נישט סאטמאר.
עס איז א סאטמארע חסיד וואס האט געמאכט א פריוואטע מסיבה פאר מוסדות בת עין ביי זיך אין שטוב און מען האט אים געצווינגן צו קענסעלען ליפא
אין די זעלבע סענטענס וואס ער זאגט אז מ'מוז אים קענסעלען ווייל (ווי א קעצי) א סאטמארע חסיד דארף וויסן ווי ער באלאנגט. זאגט ער אויך אז די רבי ז"ל האט בשעת מלחמה מיט געפילט און געשטיצט די ישראלי-דער יחיד. "ער האט געהאט שטארק מיט געפיל".
נעבעך נעבעך.
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:01 am
דורך בעל אחריות
האי פרושא האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:09 am
מיין ארימע אפיניאן איז אז אויב זאל זעהן ווען אמת זיין אז מאטיס ווידעא האט ציונות זענען זיי גערעכט פארן קענסלען, ווי נישט ווי דארף א קהילה פארטרעטן זייערע ווירדען.
נאר דאס אז מאטיס ווידעא איז ציונות איז שווער צו האלטן!
דאכט זיך אז קיין איין אנדערע חסידות וואלט נישט געקענסעלט א זינגער וואס טוט נישט אזוי ווי זיי האלטן אין סיי וועלכע נושא אויב די קרייז פון ווי די זינגער קומט טוט מען אנדערש, דאס איז פשוט א חלק פון די סאטמערע כחי ועוצם ידי און אני ואפסי...
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:50 am
דורך אסטראלאג
האי פרושא האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 8:48 am
איז עס אמת אז די קרית יואלע קהילה האט געסטראשעט ארויסצוווארפן קינדער פון די מוסד אויב מען נעמט ליפא ביי חתונות
איך האב געהערט אז דאס איז געווען נאך וואס מהר"א מסאטמאר שליט"א האט זיך דערוואוסט איבער דער מיאוסע ווידעאו וואס *אונזערע באקאנטע בעאיינפלוסער* האט געהאט די חוצפא ארויסצושטעלן מיטן קעפל "אידן שטיצן די ציונים" און די ווידעאו איז אויך געפארן וויראל רח"ל.
האט ער זא פארט פארלאנג די אויבערדערמאנטע צום ערשט.
מען רעד פון דער ספעציפישע ווידעאו:
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:24 pm
דורך האי פרושא
דאס אז די מוסדות קענסעלט איינעם איז זייער נארמאל אויב יענער טרעט אויף זייערע ווירדען, אבער גיין טעראריזירן פריוואטע מענטשן און נוצן דיין מוסד אלס וואפן איז אידישקייט 2024....
בעל אחריות האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:01 am
האי פרושא האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:09 am
מיין ארימע אפיניאן איז אז אויב זאל זעהן ווען אמת זיין אז מאטיס ווידעא האט ציונות זענען זיי גערעכט פארן קענסלען, ווי נישט ווי דארף א קהילה פארטרעטן זייערע ווירדען.
נאר דאס אז מאטיס ווידעא איז ציונות איז שווער צו האלטן!
דאכט זיך אז קיין איין אנדערע חסידות וואלט נישט געקענסעלט א זינגער וואס טוט נישט אזוי ווי זיי האלטן אין סיי וועלכע נושא אויב די קרייז פון ווי די זינגער קומט טוט מען אנדערש, דאס איז פשוט א חלק פון די סאטמערע כחי ועוצם ידי און אני ואפסי...
האי פרושא האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 8:48 am
איז עס אמת אז די קרית יואלע קהילה האט געסטראשעט ארויסצוווארפן קינדער פון די מוסד אויב מען נעמט ליפא ביי חתונות
דע זינגער ליפא שמעלצער וואס האט מחלל שם שמים געװען און ארויסגעוויזן שטיצע פאר די פארשאלטענע און רוצחישע ציונים ימ''ש?
אדער די אומשולדיגע און גאר ארנטלעכע צווילע חאמאס קעמפער וואס זענען מקדיש שם שמים און שלאנגען זיך אקעגען די פארשאלטענע ציונים?
עמרם: דו האסט עס געזאגט סארקאסטיש. נאר אט דאס איז דער לשון פון די שרייבערס און עדיטארס אין דער בלאט. און די אנדערע דעמאגאגן וועלכע פרובירן זיך ארויפצוכאפן אויפ'ן וואגן פון שנאת ישראל. בהמות וואס זיי זענען. ביז מ'וועט זיי שלעפן ביי די בארד און אויסברעכן די שויבן ביי זיי אין הויז וועללן זיי נישט איינזעהן די שנאה וואס די גוי'אישע וועלט האט צו אידן.
Re: קענסל קולטור ביי חרדים
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 1:36 pm
דורך Antibacterial
חובב ציון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:07 pm