וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך אייניקעל »

אויך איז וויכטיג צו באטאנען אז פראקטיש לגבי די עצם מדינה איז די שיטת ויואל משה געווען רחוק ממזרח למערב.

מען קען דעס פארשטיין מיט די פאלגענדע פאסירונג וואס האט נישט פאסירט:
שנת תש"כ - 12 יאר נאך גרינדונג פון די מדינה, קומט דער ראש ממשלה דוד בן-גוריון אהיים פארסאפעט נאך א טאג פון שווערע דיונים אינעם קאבינעט, נאכן אפעסן נאכטמאל און זיך דערכאפן דאס הארץ, גיבט איהם זיין רעבעצין איבער אז ס'איז אנגעקומען א פעקל פאר איהם פון ברוקלין, ער עפענט דאס אויף און זעהט א ספר מיטן נאמען 'ויואל משה' הייבט אן בלעטערן און ס'קוקט איהם אויס גאנץ אינטערעסאנט, עס רעד דאך וועגן די נושא פון א מדינת יהודים... ער שפארט זיך איין אין זיין ביבליאטעק כדי דאס אדורכליינען מיט ישוב הדעת. נאך אפאר שעה קומט ער ארויס און זאגט פאר זיין ווייב: די ווייסט דער סאטמאר רב איז גערעכט מען האט טאקע נישט געטארט אויפשטעלן די מדינה, אבער וואס טוט מען יעצט, ס'איז דאך שוין א מציאות פון 12 יאר מיט א געהעריגע גאווערמענט, אן ארמיי, א וואלוטע, אן עקענאמיע וכו' וכו' נו וויאזוי איז מען דאס מבטל, נאכדערצו בו בזמן ווען מען איז ארומגענומען מיט שונאים וואס ווילן גערן אויסשחטן אלע יודן פונעם גאנצן לאנד?? ענטפערט זי איהם פארוואס רופסטו נישט אן אדער פליהסט אריבער צום סאטמאר רב, ער וועט דיר זיכער העלפן מיט א פלאן וויאזוי מבטל מאכן די מדינה...

די נקודה וואס מיר לערנען דא ארויס איז אז די שיטה איז נאר להלכה אבער ולא למעשה, אין סאטמאר האט מען זיך נישט געקימערט מיט פראקטישקייט נאר מיט טעאריע, די עצם ספר איז ארויס לאור העולם הערשט 12 יאר שפעטער פון תש"ח, איז ממילא חוץ די זייטיגע ענינים פון יא אדער נישט נהנה זיין "משולחן איזבל", צו זאל מען יא גיין צו בחירות אדער נישט בחירות איז די עצם מדינה אונז נישט נוגע, ומשם פארשטייט מען שוין פארוואס ווען עס קומט להלכה למעשה הערשט א טאטאלער צומישעניש ביים סאטמארער עולם, ווייל די מדינה איז אלץ געווען יענעמס פראבלעם, נישט מיין פראבלעם, אבער ווען עס ווערט באיזה אופן יא מיין פראבלעם ווייס איך נישט וואס צו טוען און אזא פאל, ואידך פירושא היא זיל גמור.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 1:17 am איבער די ציוניסטישע סאלדאטן איז קלאר אין רבינ'ס ספרים, אז אויף זיי זאל מען מתפלל זיין ביי "תפילת המינים".
סתם א גראבע שקר, אדער, אין בעסטן פאל, א דמיון. פון קיין מראי מקומות ווייסטי נישט. טו יעדן א טובה און קוק נאך פאר די שרייבסט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך שמעון וואלף »

עמרם האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 8:57 am
שמעון וואלף האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:13 am דאס איז פשוט און דארף נישט קיין מקור. דער וואס וויל זאגן אז איינער וואס דינט אין צה"ל איז אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, דער דארף א מקור.

אסאך פון די היינטיגע א.ג. קנאים זענען אנגעפיקעוועט מיט שנאת ישראל, אבער א איד וואס איז זיך מתבונן און וויל טון די רצון השם וועט אויף קיין פאל זיך נישט פרייען ווען פאר א צווייטע איד קומט א צרה.

נאך א זאך דארף מען וויסן, אז אפילו דאס וואס סאטמאר רב ז"ל האט יא געהאלטן לגבי די דעמאלטסדיגע פרייע, איז עס אבער נישט די זעלבע היינט ווען כמעט אלע זענען ריכטיגע תינוקות שנשבו.

דו זאגסט זייער פיין אבער מסברא

למעשה א איד וואס איז פורק עול איז די הלכה מורידין ולא מעלין, און אויב האט דער רבי געהאלטן אז איינער וואס דינט אין צה''ל האט אזא דין, דארף מען וויסן צי לדעתו זענען זיי נאך א חלק פון כלל ישראל,
וועגן דעם וויל איך א מקור ווי אזוי דיר רבי האט זיי אנגעקוקט, און וואס ער האט טאקע געהאלטן אויף זיי.
לאמיר איבערגיין דיין ערשטע נקודה. "פורק עול" מהיכי תיתי אז איינער וואס דינט אין צה"ל איז א פורק עול. איך קען פיינע חסידישע אידן וואס זענען געווען אין צה"ל. אסאך רבנים האבן געהאלטן אז דינען אין צה"ל איז נישט נגד התורה, און טאמער א שותמו"צ פארלאזט זיך אויך די רבנים, קען ער נישט ווערן גערעכנט ווי א פורק עול.
ווידעראום די פרייע זענען רובם כתינוק שנשבו.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך berlbalaguleh »

ער (אס-טראל-אג) קען נישט ליינען. ס'איז נישט געפינטלט. ער זאגט נאר נאך וואס ער הערט פון די אנדערע ----.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

איך בין באמת רוי אין דעם ענין, ווי אויך האב איך ליידער נאכניש דורכגעלערנט דעם ספה״ק ויואל משה, אעפ״כ ווילעך דא שטעלן מיינע חקירות בענין זה - נאכן קלארמאכן אז מיין דעת איז בטל ומבוטל כעפרא דארעא פארן הייליגן סאטמאר רב זצ״ל:

• ׳אויב׳ ציונים ימ״ש האבן נישט קיין דין פון אידן, וויאזוי איזעס א אידישע מדינה - אז ס׳זאל חל זיין דעם איסור שלש שבועות?
• איז דער איסור נאר צו מאכן/נעמען א מדינה, אדער איז אויך אסור צו ׳האבן׳?
• אויב ס׳איז א דעמאקראטישע מדינה און אויך מוזן זיי זיך צושטעלן צו אנדערע (למשל די UN) קעמען אפשר זאגן אז ס׳האט נישט קיין דין מלכות. איז דאס משנה לגבי די שלש שבועות?
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re:

שליחה דורך אייניקעל »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:44 pm איך בין באמת רוי אין דעם ענין, ווי אויך האב איך ליידער נאכניש דורכגעלערנט דעם ספה״ק ויואל משה, אעפ״כ ווילעך דא שטעלן מיינע חקירות בענין זה - נאכן קלארמאכן אז מיין דעת איז בטל ומבוטל כעפרא דארעא פארן הייליגן סאטמאר רב זצ״ל:

• ׳אויב׳ ציונים ימ״ש האבן נישט קיין דין פון אידן, וויאזוי איזעס א אידישע מדינה - אז ס׳זאל חל זיין דעם איסור שלש שבועות?
• איז דער איסור נאר צו מאכן/נעמען א מדינה, אדער איז אויך אסור צו ׳האבן׳?
• אויב ס׳איז א דעמאקראטישע מדינה און אויך מוזן זיי זיך צושטעלן צו אנדערע (למשל די UN) קעמען אפשר זאגן אז ס׳האט נישט קיין דין מלכות. איז דאס משנה לגבי די שלש שבועות?
כיהודה ועוד לקרוא וועל איך צולייגן עטליכע פראגעס:

א. איז די דריי שבועות אן הלכה? אויב יא פארוואס שטייט די ג' שבועות אינמיטן אן אגדתא גמרא? ס'וואלט זיך ווען אפילו געפאסט א גאנצע מסכתא. אין דערווייל איז דא נישטאמאל א משנה? היתכן?

ב. פארוואס ברענגן קיין איינער פון די ראשונים נישט אראפ די ג' שבועות אלץ אן הלכה? (דער איינציגער יוצא מן הכלל ריב"ש אדער רשב"ש, איינער פון די צוויי ראושנים, כ'געדענק נישט איצטערט וועלכער, ברענגט אראפ נאר איינס פון 3 שבועות אזוי בהבלעה אין אפאר איינצעלנע ווערטער זייער בדרך אגב אן אריינצוגיין אין קיין פרטים וואס ווען און וואו. - ווידעראום דער מגילת אסתר הידוע איז נישט רבי יצחק די ליאון פון די ראשונים נאר דער מחבר איז רבי יצחק ליאון אבן צור פון אסאך שפעטער מתקופת האחרונים כמבואר אינעם שם הגדולים פונעם חיד"א, און אזוי איז אויך קלאר פונעם הקדמה למגילת אסתר וויבאלד ער ציטירט פון מאסף לכל המחנות וואס געדרוקט געווארן יארן נאכן פטירה פון ר"י דיליאון)

דער רבי זצ"ל אליין זאגט אונז אן קלאר אז דער מגילת אסתר האט נישט קיין.רעכט צו קריגן אויף ראשונים, ער שרייבט
"ואף במקום שנוכל לחדש תירוץ שהוא לפי ראות עינינו... חלילה לנו לחלוק על הראשונים ז"ל כי נגד דעת הראשונים ז"ל בטלה דעתינו כאפס וכאין המוחלט" (ויואל משה ג' שבועות ס"א)

ג. ווען איז פארגעקומען די שבועה צערעמאניע? ד.ה. ווען איז כלל ישראל דערמיט באשוואוירן געווארן?

ד. אויב איז די ג' שבועות איינע פון די סאמע וויכטיגסטע הלכות פארן זמן הגלות פארוואס שטייט עס נישט אלץ פסק הלכה אין שולחן ערוך? (ווי שוין פריער דערמאנט זאגט דאך דער רבי אליינס אז ג' שבועות איז נישט הלכה, אבער ס'איז יא הלכה, נישט קלאר...)

ה. ווען די חשמונאים האבן מורד געווען אין די יוונים האבן זיי עובר געווען אויף די ג"ש? ווען בר כוכבא מיט אלע חכמים פון יענעם דור האבן מורד געווען אין די רומיים האבן זיי עובר געווען אויף די ג' שבועות? (לשון הרמב"ם: ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח)

ו. אויב ווילן אסאך יודן ארויפגיין קיין ארץ ישראל מיט איין מענטש ווייניגער פון עליה בחומה כדי נישט עובר צו זיין די שבועה, ביי וויפיל מענטשען פונקטליך הייבט זיך אן עליה בחומה (כדי מען זאל קענען גיין איינס ווייניגער)?
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: וואס איז געווען דעתו פון הרבי מסאטמאר ז''ל

שליחה דורך אלפא »

http://podcast.headlinesbook.com/e/1222 ... -disagree/
דא איז דא גאנץ א שיינע סיכום דורך צוויי נישט סאטמארע.. (די ערשטע צוויי געסט)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פארשפארט