סקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:51 am
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 3:06 pm
טשילס...! פאר מיר מיינט דאס אז מיר האלטן ביי סוף יומיא און ס׳איז העכסט צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
בעיסד אויף די טרענד זעהט אויס ווי מ'רעדט פון The second coming of Jesus, ביסט טאקע גרייט?
ס׳כאפט נישט קיין נפקא מינה וויאזוי זיי טייטשן אויס דעם אור המתגלה, זיי ווייסן נישט בעסער. יעדער טייטשט אויס דעם אור לפי מה שהוא. באופן כללי זעט מען אן אויפוואכונג בכללות העולם און ביז ס׳וועט זיין דעם פולקאמער שלימות הגילוי וועט עס יעדער אפטייטשן לויט ווי ער פארשטייט.
לדוגמא, יעדער חסיד גלייבט אז ״זיין״ רבי איז אדער משיח אליין, אדער וועט ״עטליעסט״ פירן אנטקעגן משיח צדקינו. פארשטייטסעך ווען דער טאג וועט קומען וועלן אלע חסידים לויפן יעדער איינער צו זיין רבי און שטיין און ווארטן ביים טיר אז דער רבי זאל שוין ארויסקומען און ווי אנטוישט וועלן זיי זיין אז נאך 2 טעג ווארטן אויפן גאס וועלן זיי געוואר ווערן אז לא דובים ולא יער און וועלן זיך דאן מיט בושות ווענדן צום ריכטיגן ארט...
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:48 pm
דורך פרימארגען
די מייסד פון school of life האט געגעבן א טע״ד טאלק אויף די נושא וואס ער רופט אטאיזם 2.0
ריטשארד דארקונס איז שוין פארנומען יארן מיט די ״פאעזיע פון סייענס״
( מבשרי אחזה, ווען איך דערמאן זיך אז די וועלט שטייט אויף די עקזפענטשין עף די יונעווירס און גרעוויטי קומט מיך טרערן אין די אויגען)
ראסל בראנד האט זיך לעצטנס Baptized צו קריסטענטום און צו די קאטאליק קירכע. פארדעם האט ער זיך אידענציפיט אלץ בודהיסט
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 12:36 pm
דורך בונה של טוב
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 4:57 pm@שמן למאור: איך מיין אז דו טרייבסט אביסל איבער, איך קוק עס אן אסאך פשוט'ער. אמאל האט מען זיך געדארפט שלאגן קעגן גאט ווייל די שארלאטאנען האבן איהם אויסגענוצט פאר זייערע אגענדעס, היינטיגע צייטן האבן זיי שוין אבער פונלאנג פארלוירן זייער קאנטראל. דער פויפסט איז שוין איררעלעוואנט פאר 500 יאר זייט מארטין לוטר, די רבנים זענען שוין איררעלעוואנט שוין פאר 100 יאר זייט דעם emancipation, געב עס נאך אפאר יאר און די אימאמס וועלן ווערן פונקט אזוי איררעלעוואנט, שוין נישט דא מיט וועם זיך צו שלאגן אויף יענע זייט. היינטיגע צייטן זענען די שארלאטאנען און חורבנות אנדרייער בכלל נישט אויף גאט'ס זייט, פארקערט, דער woke שארלאטאן וויל אז דו זאלסט בדווקא נישט גלייבן אין גאט, איז דאס זיך באנוצן מיט גאט זיך צו שלאגן קעגן זיי א גוטע סטראטעגיע. הגם ס'מעגליך אז איך רעד נישט צום ריכטיגן אודיענץ דא ווייל א גרויסער עולם דא איז נאך אונטער די קאנטראל פון די שארלאטאנען, געוויסע מער און געוויסע ווייניגער, געוויסע ברצון און געוויסע באונס, פארשטיי איך אז די מלחמה קעגן גאט דינט נאך א צוועק פאר זיי און ס'איז זיי שווער צו פארשטיין דעם אלגעמיינעם אמעריקאנער'ס קוקווינקל. ס'איז אזויווי די סאטמארע וואס שלאגן זיך קעגן ציונות ווייל ס'ברענגט אונטער "אידישקייט", הגם דו קענסט נאך טרעפן איינצעלנע pockets פון ציונים דא דארט אבער אין אלגעמיין איז ציונות מער נישט קיין געפאר פאר "אידישקייט". דו שיסט אויפ'ן שונא ווען ער איז שוין לאנג נישט דארט, יעצט איז ער אויפ'ן אנדערן זייט און דארט דארף מען צו שיסן.
דו האסט אן אינטרעסאנטע take אבער איך האלט נישט אז ס׳איז טאקע אזוי Let’s agree to disagree
אבער כ׳האב זייער שטארק ליב דיין מעטאפאר: ״דו שיסט אויפ׳ן שונא ווען ער איז שוין לאנג נישט דארטן״
א גרויסן דאנק!
גאר א ניצבארע אופן ארויסצוברענגען אזא וויכטיגע פּוינט
איז עס דיין חידוש?
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נשלח: מוצ"ש מאי 25, 2024 8:36 pm
דורך אלפא
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:32 pm
דורך סקעפטיקער
המלוכה והממשלה האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 12:25 am
דיבאטע צווישן איאן הירסי און ריטשארד דאקינס
איך זעה דא א סטראגל וואס אסאך מוטשענען זיך דערמיט (וגם אני בתוכם). רעליגיע - בעיקר די ספיריטואליטי שבו - האט אסאך פאזיטיווע פסיכאלאגישע אפעקטן אויף א מענטש. דאוקינס טענה'ט אז דאס איז ריין פסיכאלאגיש און זאגט גארנישט איבער די אמת און איבער מציאות. די פראבלעם איז אבער אז איינמאל מ'זאל דאס אננעמען פארלירט מען א גרויסע פראצענט פון די פאזיטיווע בענעפיטן. דא איז די שוועריגקייט צו טרעפן א וועג צו ברידזשן די ראציאנאלע מיינד און די רעליגיעזע עקספיריענסן, און די מהלכים דערצו זענען פארשידנארטיג, דאוקינס טענה'ט אז די אמת איז איבער אלעם, אבער אלי וויל יא טרעפן א וועג צו מאכן סענס פון רעליגיע כדי צו בענעפיטירן דערפון.
איך וואונדער מיך נאר פארוואס דארף זי צוקומען צו קריסטנום און גלייבן זייער פאקטישע קלעימס, פארוואס נישט גלייבן אין רעליגיעזע פלוראליזם אדער ענליך און זיין געבינדן צו ווייניגער שוועריגקייטן?
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 4:01 pm
דורך שאלתיאל
מ'קען פרעגן צו ספיריטואליטי (אין די מערסט ברייטע סענס) און די פסיכאלאגישע בענעפיטס איז א פראדוקט פון רעליגיע אדער איז רעליגיע א פראדוקט און אן עקספרעשן פון ספיריטואליטי ווייל עינינו הרואות אז ס'איז דא א ספיריטואל אויפוואכונג אין די וועסט וואס איז אינדערויסן פון רעליגיע ראם
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 4:07 pm
דורך סקעפטיקער
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 4:01 pm
מ'קען פרעגן צו ספיריטואליטי (אין די מערסט ברייטע סענס) און די פסיכאלאגישע בענעפיטס איז א פראדוקט פון רעליגיע אדער איז רעליגיע א פראדוקט פון ספיריטואליטי ווייל עינינו הרואות אז ס'איז דא א ספיריטואל אויפוואכונג אין די וועסט וואס איז אינדערויסן פון רעליגיע ראם
לכאורה די צווייטע
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 4:14 pm
דורך שאלתיאל
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 4:07 pm
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 4:01 pm
מ'קען פרעגן צו ספיריטואליטי (אין די מערסט ברייטע סענס) און די פסיכאלאגישע בענעפיטס איז א פראדוקט פון רעליגיע אדער איז רעליגיע א פראדוקט פון ספיריטואליטי ווייל עינינו הרואות אז ס'איז דא א ספיריטואל אויפוואכונג אין די וועסט וואס איז אינדערויסן פון רעליגיע ראם
לכאורה די צווייטע
סאו איז רעליגיע נישט די עקסלוסיוו וועג צו ספירוטואליטי (?)
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 4:38 pm
דורך סקעפטיקער
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 4:14 pm
סאו איז רעליגיע נישט די עקסלוסיוו וועג צו ספירוטואליטי (?)
עס איז ביידע צוזאמען. א קשר מיט א העכערע פאוער איז די אפטייטש פון ספיריטואליטי. אויב האלט מען נישט פון א העכערע פאוער (אדער אז מ'קען האבן א קשר צו עס) פארלירט די געפיל די משמעות. אבער עס איז די געפיל וואס ברענגט די געדאנק פון א קשר צו א העכערע פאוער
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 5:01 pm
דורך צקון לחש
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 2:32 pmאיך וואונדער מיך נאר פארוואס דארף זי צוקומען צו קריסטנום און גלייבן זייער פאקטישע קלעימס, פארוואס נישט גלייבן אין רעליגיעזע פלוראליזם אדער ענליך און זיין געבינדן צו ווייניגער שוועריגקייטן?