לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי

שליחה דורך לייביששרייבער »

יא ווי לאנג מען אי נישט אין דער ערד 10 טפחים ארינטער וועט מען דיר נישט העלפן עס גיסט נישט קיין בלוט.

איך בין אמאל געגאנגען מיט א חבר מיינע נאך געלט צו א גרויסער עושר וואס איז גראדע אויכעט די זעלבע נאנט צום חלל ווי אנוכי הק' מיר זענען ביידע געווען אין ישיבה צוזאמען מיט א א כולל אינגערמאן וואס מאכט חתונה זיין צווייטער קינד אין די זעלבע יאר און ער האט פארשטייט זיך געדארפט הילף פון זיינע ידידים ומעריצים. נא האבן מיר דאך א חבר וואס איז געזעצען און געלערנט אויף די זעלבע באנק אין די ישיבה וואס האט ב"ה זייער שיין מצליח געווען, אומר ועושה מיר מאכן אן אפוינטמענט און מיר לייגען אראפ די מצב פון אונזער שותפותדיגער חשובער חבר וואס איז אין כולל שוין צוואנציג יאר מאכט חתונה א צווייטער קינד אין איין יאר ואין בידו לפרטה וכו'

אונזער חבר דער עושר טראכט אריין מיט מחשבה און נעמט ארויס זיין או דזשעי סי ביכעל און פארשרייבט אונז $360.00 איך קוק איהם אן מיט וואונדער און איךטראכט צו מיר, איך שנארער וואס זיצט און שרייבט אויף קאווע שטיבעל און איך האב נישט עפעס אנדערש צו טוהן מיטן טאג האט געגעבן פאר דעם צוועק $1,000.00 אז עושר ווי דיר וואלט איך מינימום עקספעקטעד $3,600.00 צו $5,000.00
אונזער חבר האט תופס געווען מיין מחשבה און זאגט עס איז נישטא גענוג בלוט סתם חתונה מאכן א כולל אינגערמאן, נא, נישט געפערליך.
האב איך איהם געזעגט אך שטעל דיך דא אויף א האום טעיאטער סיסטעם און די וועסט זעהן בלוט מיט טויטע און אזוי וועסטו באצאלן פאר א שיינעם שאו אנטשולדיגטס מיר איך קען אזא זאך נישט קריעטן אליינס.
דאס איז עקזעקטלי פשט אין די מאוי'ס וואס זיי שטעלן צו ווען עס גוסט זיך בלוט דערוועקן זיך די רחמנים בני רחמנים. רוב עסקנים זענען וואלענטירן, די מלוה מלכה'ס צו געשטעלט א יעדער וואך דורך א צווייטער אין זיין ביתו פתוח לרוחה פאר זיי. איז וואס קאסט דאס געלט א שבתון איינמאל א יאר. דערפאר דארף זיך אזוי פיהל בלוט גיסען ? נאר וואס דען דאס איז א פינאציעלע דעסידזשען פון די וואס רעיקן אריין די פאנדס אויף די בלוט וואס גוסט זיך נישט אזוי שטארק ווי זיי מאכן עס און אויב גוסט זיך עס יא שטעלן זיי עס נישט אפ נאר אינקריסען די אמאונט פון בלוט כדי מען זאל קענען האבן א פרישער בוני עולם מיט מיליאנען. ווארט נאר ווארט אויף די פאנדיג או פראגראמען וואס וועלן נאך קומען אויף די שטייער צאהלער און די ווייטערדיגע מולטי מיליאן דאללערדיגע דינערס. דיס איז דזשאסט עי סטארט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי

שליחה דורך לייביששרייבער »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 7:19 pm הרב @לייביששרייבער איך זעה נישט קיין שום הכרח אז די הילף פון לב לילד נעמט אוועק די געלעגנהייטן פונעם טאטן. אויב איז מעגליך צו העלפן אז די טאטע'ס אנוועזנהייט זאל ערמעגליכט ווערן, גלייב איך נישט אז לב לילד שטייט אין וועג. די הילף וואס די קינדער באקומען איז נישט קיין שטארקע גורם צו די שלעכט הארץ פונעם מאמען.
און נאכדעם וואס דער מצב איז שוין, אז משום איזה סיבה קען נישט דער טאטע טון דער דשאב, דאן איז לב לילד א גרויסע ישועה.
און אפילו נניח אז די מציאות פון אזא ארגענעזאציע טוט שטיצען די שלעכטע מעשים פון די מאמע, דאן האלטסטו אז צוריקגעהאלטן הילף פארן קינד איז א לעגיטימע מיטל צו נוצען כדי צו העלפן די טאטע צוריקבאקומען זיינע רעכטן?
מיין גאנצער קעגענערשאפט קומט פון א מעשה שהיה וואס האט מיר געוואפרן א שטיקעל ליכט אויף די טאטעס פאזיציע אין די גאנצע סאמעטאכע, און די אנדערע זייט מטבע. (איך גיי נישט יעצט צוריק דרייען מיין מיינונג, עס איז נישט געשריבען געווארן צו טראלן, נאר צו ווארפן א שטיקעל ליכט אז עס איז דא אן אנדערע זייט מטבע וואס איך פארשטיי און קען אויך דערהערן. זעהנדיג די קליפס פון די קאמפיין ווערט מען מאורעדיג באצויבערט וגם אני בתוכם, דראמא און בלוט זענען א זאך וואס ערוועקט רחמנות און מען הייבט אן טראכטן מיטן הארץ און נישט מיטן קאפ, האב איך געעפענט דעם אשכול פאר קאפ טראכטערס און זעה אן אנדערע זייט מטבע בילד)

און איצטערט דירעקטלי צו דיין סטעיטמענט. אין מיין מיינונג איז עס יא א דירעקטע תוצאה. איז דער מאמע פונעם קינד אויפריכטיג מיט זיך און זוכט נאר די סוקסעס פון די קינדער אירע וואלט זי בשו"א נישט אוועק גענומען דעם טאטענס קערפערשאפט פונעם קינד און געגעבן פאר א פרעמדער אינגערמאן. א קינד דארף און מוז האבן א טאטען אין זיין לעבן (ווען ער לעבט ח"ו נישט איז די סובסיטוטס א מאסט ווייל א קינד דארף גיין אין שוהל מיט א אינגערמאן וואס זאל איהם באגלייטן און טוהן וואס מען דארף פארן וואויל זיין מיטן קינד. אבער דאס איז נאר אויף אן הכרח גדול. וואס קען זיין א גרעסערער הכרח ווען דער טאטע ל"ע לעבט נישט. אבער ווען ער לעבט חס מלהזכיר אז א צווייטער אינגערמאן זאל פארנעמן זיין פלאץ אויב איז ער נישט קיין מאלעסטאר און אן עביוזער) אבער אזוי ווי דער מאמע זעהט אז דאס קינד איז צופרידן (מכלומערשט) וואס פעהלט אויס צו האבן זיין טאטען די געוועזענער מאן אין איר לעבן דאס קינד איז אוקיי ריגארדלעס.

הכזונה יעשה את בנינו, זענען זייער און זייער טאטעס בלוט נישט רויט, עס ליגט אין די סארט מעשיות פון וואס איך באטאן מערדעריי און בלוט פארגיסונג עד אין לשער (טאקע נאר איין עפיזאד, אבער רעד מיט די מענטשען וואס טוען אין דעם והשיב לב אבות על בנים) מיט וואספארא רשעות די צורבא מדרבנן קען צו גיין דירעקט אדער נישט דירעקט.

ואידך פרישא זול גמור
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

איך האב מיר פארגעשטעלט אז דו קומסט פון מיטהאלטן א מעשה שהיה, איך טוה נישט קווענקלען אין אייער נאמנות אז דאס האט ווירקליך פאסירט, און אזוי אויך טוה איך נישט לייקענען די מעגליכקייט אז עס זאל פאסירן אזעלכע ערשיינונגען. דאך בין איך סקעפטיש אז דאס איז די מציאות בדרך כלל, און איך וואלט גע'טענה'ט אז די סארט סיפורים זענען יוצאים מן הכלל. און נעמט אין באטראכט אז איר זענט מעגליך עמאציענאל אינוואלווד און זעהט נישט די פולע בילד. דאך וועל איך אבער מודה זיין אז איך האב נישט קיין ערשט האנטיגע אינפארמאציע איבער די מציאות און איך בין זיך מעגליך טועה.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי

שליחה דורך לייביששרייבער »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 3:05 pm איך האב מיר פארגעשטעלט אז דו קומסט פון מיטהאלטן א מעשה שהיה, איך טוה נישט קווענקלען אין אייער נאמנות אז דאס האט ווירקליך פאסירט, און אזוי אויך טוה איך נישט לייקענען די מעגליכקייט אז עס זאל פאסירן אזעלכע ערשיינונגען. דאך בין איך סקעפטיש אז דאס איז די מציאות בדרך כלל, און איך וואלט גע'טענה'ט אז די סארט סיפורים זענען יוצאים מן הכלל. און נעמט אין באטראכט אז איר זענט מעגליך עמאציענאל אינוואלווד און זעהט נישט די פולע בילד. דאך וועל איך אבער מודה זיין אז איך האב נישט קיין ערשט האנטיגע אינפארמאציע איבער די מציאות און איך בין זיך מעגליך טועה.
איך האף אז די פארשטייסט אז איין מעשה ברענג אינפארמאציע פון א אינצידענט צו נאך אן אינצידענט און אזוי ווייטער.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט