Re: לב לילד קאמפיין וואס איז אייער מיינונג - מיינס איז אזוי
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:44 pm
יא ווי לאנג מען אי נישט אין דער ערד 10 טפחים ארינטער וועט מען דיר נישט העלפן עס גיסט נישט קיין בלוט.
איך בין אמאל געגאנגען מיט א חבר מיינע נאך געלט צו א גרויסער עושר וואס איז גראדע אויכעט די זעלבע נאנט צום חלל ווי אנוכי הק' מיר זענען ביידע געווען אין ישיבה צוזאמען מיט א א כולל אינגערמאן וואס מאכט חתונה זיין צווייטער קינד אין די זעלבע יאר און ער האט פארשטייט זיך געדארפט הילף פון זיינע ידידים ומעריצים. נא האבן מיר דאך א חבר וואס איז געזעצען און געלערנט אויף די זעלבע באנק אין די ישיבה וואס האט ב"ה זייער שיין מצליח געווען, אומר ועושה מיר מאכן אן אפוינטמענט און מיר לייגען אראפ די מצב פון אונזער שותפותדיגער חשובער חבר וואס איז אין כולל שוין צוואנציג יאר מאכט חתונה א צווייטער קינד אין איין יאר ואין בידו לפרטה וכו'
אונזער חבר דער עושר טראכט אריין מיט מחשבה און נעמט ארויס זיין או דזשעי סי ביכעל און פארשרייבט אונז $360.00 איך קוק איהם אן מיט וואונדער און איךטראכט צו מיר, איך שנארער וואס זיצט און שרייבט אויף קאווע שטיבעל און איך האב נישט עפעס אנדערש צו טוהן מיטן טאג האט געגעבן פאר דעם צוועק $1,000.00 אז עושר ווי דיר וואלט איך מינימום עקספעקטעד $3,600.00 צו $5,000.00
אונזער חבר האט תופס געווען מיין מחשבה און זאגט עס איז נישטא גענוג בלוט סתם חתונה מאכן א כולל אינגערמאן, נא, נישט געפערליך.
האב איך איהם געזעגט אך שטעל דיך דא אויף א האום טעיאטער סיסטעם און די וועסט זעהן בלוט מיט טויטע און אזוי וועסטו באצאלן פאר א שיינעם שאו אנטשולדיגטס מיר איך קען אזא זאך נישט קריעטן אליינס.
דאס איז עקזעקטלי פשט אין די מאוי'ס וואס זיי שטעלן צו ווען עס גוסט זיך בלוט דערוועקן זיך די רחמנים בני רחמנים. רוב עסקנים זענען וואלענטירן, די מלוה מלכה'ס צו געשטעלט א יעדער וואך דורך א צווייטער אין זיין ביתו פתוח לרוחה פאר זיי. איז וואס קאסט דאס געלט א שבתון איינמאל א יאר. דערפאר דארף זיך אזוי פיהל בלוט גיסען ? נאר וואס דען דאס איז א פינאציעלע דעסידזשען פון די וואס רעיקן אריין די פאנדס אויף די בלוט וואס גוסט זיך נישט אזוי שטארק ווי זיי מאכן עס און אויב גוסט זיך עס יא שטעלן זיי עס נישט אפ נאר אינקריסען די אמאונט פון בלוט כדי מען זאל קענען האבן א פרישער בוני עולם מיט מיליאנען. ווארט נאר ווארט אויף די פאנדיג או פראגראמען וואס וועלן נאך קומען אויף די שטייער צאהלער און די ווייטערדיגע מולטי מיליאן דאללערדיגע דינערס. דיס איז דזשאסט עי סטארט.