איבער דעבאטע: איז רעליגיע גוט אדער שלעכט פאר סאסייעטי?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 09, 2023 9:55 am
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
Re: איבער דעבאטע: איז רעליגיע גוט אדער שלעכט פאר סאסייעטי?
אמת, פארשטייט זיך יעדע פאל איז אנדערש, אבער ווען מ'פרעגט לדוגמא פעטערסאן צו יציאת מצרים איז געשען, - as in, איז עס אן היסטארישער פאקט, און זיין תירוץ איז depends what you mean by happened, דאן איז נישט מער ווי יושר אנצונעמען אז ער האלט נישט ס'איז געשען, ער קען פשוט נישט זאגן ניין וועגן זיין audience
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: איבער דעבאטע: איז רעליגיע גוט אדער שלעכט פאר סאסייעטי?
דא שטעלט אלעקס די קעיס אז ער איז נישט קאנווינסד און קיין ג-ט בשום פנים, און אז ער איז לגמרי נאן-רעזיסטענס צו אנערקענען א ג-ט אויב די עווידענס ווייזט יא אהין, הגם ער אנערקענט אז נישט יעדער וועט אננעמען זיין טענה אז ער איז נישט רעזיסטענס...
בנוגע דזשארדען פיטערסאן'ס באקאנטע צונג-דרייאכטץ ווען עס קומט צו ענטפערן אויף אזעלכע שאלות, איז אמת אז פון א פשוט'ע בליק און קאמאן סענס איז די מערסט מסתבר צו טענה'ן אז ער גלייבט נישט. פינטל. און מיכאל אברהם האט אויך א גאנצע מערכה אז אמונה מיינט כפשוטו אנצונעמען די בעליפס אלס גלאטע עמפירישע פאקטן.
אבער לאמיתו של דבר דאס גייט אריין אין טיפערע פערסעפציעס איבער עפיסטעמאלאגיע, וויאזוי עקזיסטענס עקזיסטירט בכלל, וויאזוי מיר קאמיוניקירן דערמיט, און וויאזוי אונזער שפראך רעפרעזענטירט עס, וועלכע רירט שוין אן @מי אני'ס טעזע איבער אמונה בכלל און וויאזוי עס איז נשפע און פארמירט דורך שפראך וכו', און מיין פריערדיגע תגובה איבער דעם. וואס אין דעם סענס איז עס בכלל נישט פשוט און עס קען זיין עס האט אפי' נישט קיין 'פשטות' צו זיך און עס נעמט טאקע א מינימום פון אפאר טעג דאס אדורך צו טון...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 09, 2023 9:55 am
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
Re: איבער דעבאטע: איז רעליגיע גוט אדער שלעכט פאר סאסייעטי?
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:06 am אלעקס איז די אינטערעסע פון דעם אבזערוואציע. ער שיינט צו זיין א פרישע אור אויף דעם פאפולער-פילאזאפישע ארענע, איך האב מורא'דיג הנאה פון זיין מהלך המחשבה און זעלבסט סקעפטיציזם.
נייע אטעאיזם האט פארלוירן די אפיעל אדער געווינען?
אין ליכט פון דעם אשכול שיינט ענדערש אז עס האט געווינען.
דא האסטו פון אים אליין איבער ניי אטעאיזם
די מעין פוינט איז אז ניי אטעאיזם (און אטעאיזם בכלל) איז נישט קיין פאזיטיווע שיטה, און סגעבט נישט קיין meaning פאר אירע נאכפאלגער
https://podcasts.google.com/feed/aHR0cH ... MjAw?ep=14
אז אלעקס איז אן אור בין איך מסכים, טאקע פארדעם ווייל ער וועט אייביג גוט אויסהערן און פרובירן צו פארשטיין דער צווייטער זייט, אפילו וויגעניזם האט ער זיך נישט געהאלטן צו די דאגמע ווען ער האט געזען אז ס'איז נישט פאר אים
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: איבער דעבאטע: איז רעליגיע גוט אדער שלעכט פאר סאסייעטי?
אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 10:40 am די דעבאטע וואס איך וויל דא אנאלאזירן איז א לעצטיגע - צווישן בען שפירא און אלעקס אקאנאר זייער א רייכע אינטעלעקטואלע שמועס,
ער פירט אויס, נאך וואס אלעקס לייגט די קעיס (ביי די ענדע פון די free will חלק) אז אויב איינער איז מודה אז free will איז אן אילוזיע אבער האלט אויך אז עס איז וויכטיג פאר א פונקציונירענדע סאסייעטי דארף בודק זיין וועלכע חלק איז ענדערש א דעלוזיע.. וממילא ליגט בתוך דבריו אן הודאה אז אפי' אויב ער איז גערעכט (מיט די הנחה אז רעליגיע איז א קאנסטרוקציע) בלייבט די פאקט בפשטות אז עס איז נאך אלץ גוט פאר סאסייעטי. און דערפאר - נעמענדיג די טייטל פון דעם דעבאטע אין באטראכט - האט בען לכאורה 'געוואונען'.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!