אמת, פארשטייט זיך יעדע פאל איז אנדערש, אבער ווען מ'פרעגט לדוגמא פעטערסאן צו יציאת מצרים איז געשען, - as in, איז עס אן היסטארישער פאקט, און זיין תירוץ איז depends what you mean by happened, דאן איז נישט מער ווי יושר אנצונעמען אז ער האלט נישט ס'איז געשען, ער קען פשוט נישט זאגן ניין וועגן זיין audience
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:06 am
אלעקס איז די אינטערעסע פון דעם אבזערוואציע. ער שיינט צו זיין א פרישע אור אויף דעם פאפולער-פילאזאפישע ארענע, איך האב מורא'דיג הנאה פון זיין מהלך המחשבה און זעלבסט סקעפטיציזם.
נייע אטעאיזם האט פארלוירן די אפיעל אדער געווינען?
אין ליכט פון דעם אשכול שיינט ענדערש אז עס האט געווינען.
דא האסטו פון אים אליין איבער ניי אטעאיזם
די מעין פוינט איז אז ניי אטעאיזם (און אטעאיזם בכלל) איז נישט קיין פאזיטיווע שיטה, און סגעבט נישט קיין meaning פאר אירע נאכפאלגער
אז אלעקס איז אן אור בין איך מסכים, טאקע פארדעם ווייל ער וועט אייביג גוט אויסהערן און פרובירן צו פארשטיין דער צווייטער זייט, אפילו וויגעניזם האט ער זיך נישט געהאלטן צו די דאגמע ווען ער האט געזען אז ס'איז נישט פאר אים
ער פירט אויס, נאך וואס אלעקס לייגט די קעיס (ביי די ענדע פון די free will חלק) אז אויב איינער איז מודה אז free will איז אן אילוזיע אבער האלט אויך אז עס איז וויכטיג פאר א פונקציונירענדע סאסייעטי דארף בודק זיין וועלכע חלק איז ענדערש א דעלוזיע.. וממילא ליגט בתוך דבריו אן הודאה אז אפי' אויב ער איז גערעכט (מיט די הנחה אז רעליגיע איז א קאנסטרוקציע) בלייבט די פאקט בפשטות אז עס איז נאך אלץ גוט פאר סאסייעטי. און דערפאר - נעמענדיג די טייטל פון דעם דעבאטע אין באטראכט - האט בען לכאורה 'געוואונען'.