בלאט 2 פון 2

Re: איז א דזשיראף כשר?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:43 am
דורך חיים הערש
עס איז געווען אן אסיפת הרבנים תימנים פאר יאר אין א״י ווי מען האט סערווירט היישעריקן, איך האב געזען בילדער פון דעם.

Re: איז א דזשיראף כשר?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:10 pm
דורך ברוך שפינוזה
חיים הערש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:43 am עס איז געווען אן אסיפת הרבנים תימנים פאר יאר אין א״י ווי מען האט סערווירט היישעריקן, איך האב געזען בילדער פון דעם.
זיי מאכן אזא צערעמאניע יעדע שטיק צייט שלא תשתכח תורת חגבים מישראל, טאקע ווייל סתם אזוי וואלט עס קיינער נישט געגעסן. די OU מאכט אויך אזא סארט מעמד יעדע שטיק צייט וואו זיי שחט׳ן אלע סארטן בעלי חיים אויף וואס זיי האבן א מסורה כדי ס׳זאל נישט פארגעסן ווערן.

Re: איז א דזשיראף כשר?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:52 pm
דורך יין שרף
די חילוק פון חגבים אין חיות, אז איינס פון די סימני כשרות פון היישעריקן, איז אז עס מוז זיין שמו "חגב" און פאר דעם דארף מען א מסורה, משא"כ חיות.

Re: איז א דזשיראפ כשר?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 3:25 pm
דורך קורקלענד
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:11 am
חיים הערש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:12 am
תשפג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:53 pm ס׳דא היישעריקען וואס האבן די סימני כשרות אבער מ׳עסט עס נישט ווייל ס׳האט נישט קיין מסורה, אבער אין געוויסע ספר׳דישע קהילות עסט מען יא היישעריק (כ׳ווייס נישט אויב זיי האבן יא א מסורה פאר דעם, אדער זייער מסורה איז אז ס׳דארף נישט קיין מסורה…)
מפי השמועה
די תימנער עסן היישעריקן עד היום.
קום אריין מיט א נאמען ביטע
https://www.rationalistjudaism.com/p/br ... for-eating

Re: איז א דזשיראף כשר?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 6:09 pm
דורך טאמבל סאס
נאך פון דער געוואלדיגער אויסגאבע.
בחינם אגב.

Re: איז א דזשיראף כשר?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:10 pm
דורך קא משמע לן
נחום הסופר האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:04 am פארואס זאל שעכטן א דזשיראף פאראורזאכן מער טומל ווי שעכטן אן אקס?
עס איז א endangered animal