בלאט 2 פון 4

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:37 pm
דורך בר גיורא
יא איך ווייס.
דו גייסט מיך יעצט פארהערן אויף היסטאריע?
דו מישסט אויס אביסעל מאטי. ראקעטען איז "נישט" די נאטירליכע ענפער צו displacement. displacement איז שוין געווען אסאך מאל אין די היסטאריע.
טעראר איז "יא" די נאטירליכע ענפער פאר "אונטערדרוקונג!!

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:41 pm
דורך ברוך שפינוזה
מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:36 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:29 pm פארוואס נישט?
ליין מיינע תגובות ביז אהער
אבער זייער תורה זאגט דאך אז די אידן זענען דאס ארגסטע, כי יד על כס יה מלחמה להשם ביהודים, נשבע שאין שמו שלם ואין כסאו שלם עד שימחה זרעו של ישראל, ווי איז דען שייך א שטערקערע סיבה פון דעם?

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:45 pm
דורך בר גיורא
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:41 pm
מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:36 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:29 pm פארוואס נישט?
ליין מיינע תגובות ביז אהער
אבער זייער תורה זאגט דאך אז די אידן זענען דאס ארגסטע, כי יד על כס יה מלחמה להשם ביהודים, נשבע שאין שמו שלם ואין כסאו שלם עד שימחה זרעו של ישראל, ווי איז דען שייך א שטערקערע סיבה פון דעם?
דו רעפערירסט צי די קוראן?

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:46 pm
דורך ברוך שפינוזה
קוראן צו חדית, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך.

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:55 pm
דורך בר גיורא
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:46 pm קוראן צו חדית, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך.
כגדענק נישט די שפראך אין קוראן.
מסתמא פון חדית

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:55 pm
דורך מאטי
בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:37 pm יא איך ווייס.
דו גייסט מיך יעצט פארהערן אויף היסטאריע?
דו מישסט אויס אביסעל מאטי. ראקעטען איז "נישט" די נאטירליכע ענפער צו displacement. displacement איז שוין געווען אסאך מאל אין די היסטאריע.
טעראר איז "יא" די נאטירליכע ענפער פאר "אונטערדרוקונג!!
ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל פארהערן היסטאריע.

נישטא קיין שום סיבה אין דער וועלט פארוואס עזה האט נישט געקענט ווערן סינגאפור אום 2005. ס'קוקט דיר נישט אויס אביסל ווי נאר נאכן טעראריזירן זוכט מען זיך פרישע תירוצים כדי צו פארענטפערן ווי אזוי כלומרשט וואוילע מענטשן האבן אפגעטון אזא רוע?

קאלאניזאציע. אויב נישט דאן

גע'גנב'ט לאנד אויב נישט דאן

דיספלעיסמענט אויב נישט דאן

אקופאציע אויב נישט דאן

אפארטהייד אויב נישט דאן

בלאקעיד

בקיצור דו האסט נאך טעראר ווייל איך האב נאך עקסיוסעס

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:56 pm
דורך ברוך שפינוזה
מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:55 pm
ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל פארהערן היסטאריע.
די טעראר האט זיך אנגעפאנגען דורך אצ"ל און לח"י.

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:03 pm
דורך בר גיורא
מאטי האט געשריבן:
בר גיורא האט געשריבן: יא איך ווייס.
דו גייסט מיך יעצט פארהערן אויף היסטאריע?
דו מישסט אויס אביסעל מאטי. ראקעטען איז "נישט" די נאטירליכע ענפער צו displacement. displacement איז שוין געווען אסאך מאל אין די היסטאריע.
טעראר איז "יא" די נאטירליכע ענפער פאר "אונטערדרוקונג!!
ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל פארהערן היסטאריע.

נישטא קיין שום סיבה אין דער וועלט פארוואס עזה האט נישט געקענט ווערן סינגאפור אום 2005. ס'קוקט דיר נישט אויס אביסל ווי נאר נאכן טעראריזירן זוכט מען זיך פרישע תירוצים כדי צו פארענטפערן ווי אזוי כלומרשט וואוילע מענטשן האבן אפגעטון אזא רוע?

קאלאניזאציע. אויב נישט דאן

גע'גנב'ט לאנד. אויב נישט דאן

דיספלעיסמענט. אויב נישט דאן

אקופאציע. אויב נישט דאן

אפארטהייד. אויב נישט דאן

בלאקעיד

בקיצור דו האסט נאך טעראר, ווייל איך האב נאך עקסיוסעס,
די מחלוקה איז נישט בין טוב לרע!
איך זאג נישט זיי זענען די מלאכים.
"לדעתי" האט זיך די אונטערדריקונג אנגעהויבן אין די 1970's ווען די פאלעסטינער האבען אנגעהויבן פארלאנגען אן אייגענע לאנד נוסח PA (וואס מ'האט זיי עניוועי געגעבען צום סוף, ממש א שאד אויף די אלע בלוט!) און די איזריעליס זענען געווען שיכור פון נצחון זיי עס נאכצוגעבן (אפילו "מיט א רצועת ביטחון") און זענען געווען זיכער אז די פאלעסטינער וועלן סאם האן פארשוואונדן ווערן.

by now איז שוין די פייט צו קאמפליצירט for my pay grade צו סאלווען.

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:04 pm
דורך בר גיורא
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:56 pm
מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:55 pm
ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל פארהערן היסטאריע.
די טעראר האט זיך אנגעפאנגען דורך אצ"ל און לח"י.
Oh ya

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:07 pm
דורך מאטי
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:56 pm
מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:55 pm
ווען האט זיך אנגעהויבן די "אונטערדריקונג" און ווען האט זיך אנגעהויבן די טעראר.

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל פארהערן היסטאריע.
די טעראר האט זיך אנגעפאנגען דורך אצ"ל און לח"י.

אהא. הייסט אין תרפ"ט ווען אראבער האבן אויסגע'שחט'ן איבער הונדערט מענער ווייבער און קינדער האבן זיי שוין געוואוסט אז לחי וואס איז געגרינדעט געווארן צען יאר שפעטער גייט טעראריזירן.

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:13 pm
דורך בר גיורא
דו ווייסט וואס האט צוגעברענגט צו די ראיאטן? דו ווייסט וויפיל אראבער זענען געהרג'עט געווארן דעמאלס??

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:14 pm
דורך בר גיורא
מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:55 pm דער גרויסער היסטאריקער
lets keep it cool

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:17 pm
דורך מאטי
בר גיורא האט געשריבן: די מחלוקה איז נישט בין טוב לרע!
איך זאג נישט זיי זענען די מלאכים.
"לדעתי" האט זיך די אונטערדריקונג אנגעהויבן אין די 1970's ווען די פאלעסטינער האבען אנגעהויבן פארלאנגען אן אייגענע לאנד נוסח PA (וואס מ'האט זיי עניוועי געגעבען צום סוף, ממש א שאד אויף די אלע בלוט!) און די איזריעליס זענען געווען שיכור פון נצחון זיי עס נאכצוגעבן (אפילו "מיט א רצועת ביטחון") און זענען געווען זיכער אז די פאלעסטינער וועלן סאם האן פארשוואונדן ווערן.

by now איז שוין די פייט צו קאמפליצירט for my pay grade צו סאלווען.

און אראפאט האט געגרינדעט זיין טעראר ארגאניזאציע אין 1964 ווייל ער האט געוואוסט ברוח קדשו אז מ'גייט אנהויבן אונטערדרוקן אין די 70'ס?

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:20 pm
דורך מאטי
בר גיורא האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן: הייסט אין תרפ"ט ווען אראבער האבן אויסגע'שחט'ן איבער 60 מענער ווייבער און קינדער האבן זיי שוין געוואוסט אז לחי וואס איז געגרינדעט געווארן צען יאר שפעטער גייט טעראריזירן. אה יע! זאגט ער, דער גרויסער היסטאריקער.

דו ווייסט וואס האט צוגעברענגט צו די ראיאטן? דו ווייסט וויפיל אראבער זענען געהארגעט געווארן דעמאלס??

וואס א נפק"מ, ס'איז טעראר? שפינאזא ווארפט א סטעיטמענט אז לחי האט אנגעהויבן.

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:20 pm
דורך מאטי
בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:14 pm
מאטי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:55 pm דער גרויסער היסטאריקער
lets keep it cool
גערעכט, פארמעקט

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:24 pm
דורך בר גיורא
מאטי האט געשריבן: און אראפאט האט געגרינדעט זיין טעראר ארגאניזאציע אין 1964 ווייל ער האט געוואוסט ברוח קדשו אז מ'גייט אנהויבן אונטערדרוקן אין די 70'ס?

וואס פונקטליך איז דיין פוינט?? ווילסט דעבאטירן אראפאט'ס פערזענליכע שיטות במשך די יארן?
אראפאט האט "דעמאלטס" געהאט א חלום צו אויפשטעלן א לאנד פון די טייך ביז'ן ים. און ווי באקאנט האט ער נאכדעם אנערקענט מדינת ישראל און נאר געפייט צו באקומען אן אייגענע לאנד.

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:25 pm
דורך בר גיורא
מאטי האט געשריבן:
בר גיורא האט געשריבן: דו ווייסט וואס האט צוגעברענגט צו די ראיאטן? דו ווייסט וויפיל אראבער זענען געהארגעט געווארען דעמאלסט??

וואס א נפק"מ, ס'איז טעראר? שפינאזא ווארפט א סטעיטמענט אז לחי האט אנגעהויבן.

איך קוק אן די מהומת/ראיאטן יענע 30 יאר צווישן אראבער/ענגלענדער-אידן ווי צוהיצטע געמיטער, "נישט" טעראר.
איך האב פארשטאנען ברוך'ס פוינט אז די אידן האבן אויך געזען טעראר אלס א לעגעטימע מיטל ווען מ'האט זיי אונטערדרוקט. עני קאנטער פוינט?

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:27 pm
דורך ברוך שפינוזה
מ'קען זיך דא ארומ'טענה'ן איבער דעפינישנס ביז איבערמארגן, למעשה לויט ווי איך געדענק איז די הגנה/אצ"ל געוועהן די ערשטע אפיציעלע טעראר ארגאניזאציע אינעם ראיאן, צו ס'איז א תירוץ אדער א קשיא איז שוין א זייטיגע דעבאטע.

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:38 pm
דורך מאטי
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:27 pm מ'קען זיך דא ארומ'טענה'ן איבער דעפינישנס ביז איבערמארגן, למעשה לויט ווי איך געדענק איז די הגנה/אצ"ל געוועהן די ערשטע אפיציעלע טעראר ארגאניזאציע אינעם ראיאן, צו ס'איז א תירוץ אדער א קשיא איז שוין א זייטיגע דעבאטע.
ראנג, אצל/הגנה איז געווען א רעאקציע צו אראבישע וויילענס/טעראר פון דעם וואויל באקאנטער מופטי, דער אנטיסעמיט. ער האט געגרינדעט זשיהאד אין פאלעסטינע

בדוו הגנה און אצל זענען צוויי אנדערע וועלטן. אצל איז פארדאמט געווארן ביי די הגנה.

און וויפיל טעראר זענען זיי שוין באגאנגען קעגן ציווילע? מ'קען ציילן אויף די פינגער. און זיי האבן געהאט דעם תירוץ פון זעלבסט-שוץ אן אמת'ן תירוץ. משאכ די אנדערע זייט לעבט אויף טעראר זיי זענען מחנך אינגע קינדער סיסטעמאטיש צו שנאה און שלעכטס. פארגלייכן די צוויי זייטן כאילו דא איז אויך געווען איז איגארענט אין בעסטן פאַל

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:43 pm
דורך בר גיורא
איך ווייס אז די מופטי האט פארהייליגט ירושלים פאר פאוער. איך האב אבער קיינמאל נישט געהערט וועגן די זעלבסמארד. קענסט ביטע לינקען א מקור?
נאכאמאל, איך פרוביר בכלל נישט צו פארגלייכן קיין צדדים.
איך האב ארויסגעברענגט א narrow נקודה איבער "ווי בארעכטיגט איז טעראר אנטקעגן א oppressor"?
(איך זאג אפילו נישט ווער די אפרעסער איז...)
און לגבי די פוינט, איז עס א חילוק "וויפיל" טעראר ס'איז געווען??

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:01 pm
דורך Nanach
בר גיורא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:55 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:46 pm קוראן צו חדית, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך.
כגדענק נישט די שפראך אין קוראן.
מסתמא פון חדית
יא עס איז א חדית׳
״ביי די סוף פון די צייט וועלן די שטיינער און העלצער שרייען הו אבדוללא די קנעכט פון גאט! א איד באהאלט זיך אינטער מיר קום און הרג׳ע אים״
(פרייע איבערזעצונג) צחיח אל-בח'ארי (4:56:791) וצחיח מוסלם (41:6985)

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:10 pm
דורך מאטי
בר גיורא האט געשריבן: איך ווייס אז די מופטי האט פארהייליגט ירושלים פאר פאוער. איך האב אבער קיינמאל נישט געהערט וועגן די זעלבסמארד. קענסט ביטע לינקען א מקור?
נאכאמאל, איך פרוביר בכלל נישט צו פארגלייכן קיין צדדים.
איך האב ארויסגעברענגט א narrow נקודה איבער "ווי בארעכטיגט איז טעראר אנטקעגן א oppressor"?
(איך זאג אפילו נישט ווער די אפרעסער איז...)
און לגבי די פוינט, איז עס א חילוק "וויפיל" טעראר ס'איז געווען??

האב איך דיר שוין אויף דעם געענפערט, ס'איז נישטא קיין סיבה אין דער וועלט עזה איז נישט געווארן סינגאפור אום 2005, קיינער האט זיי נישט געשטערט. און דאך האבן זיי זיך באנומען מיט טעראר. 99.9 פראצענט פון טעראר אין די וועלט איז איסלאמיש. איבעראל רצח'ט מען אן קיין שום סיבה, און פונקט ווען ס'קומט צו ישראל פלוצלינג פארשטייט מען, ס'איז וועגן דאס, יענץ, אונטערדריקט...
דו זעסט נישט די אבסורד דא? כ'מיין באמת!

די אידן האבן נישט געהאט וואו צו לויפן, זיי זענען באמת געווען אין סורווייוועל מאוד, האבן אפאר הונדערט היץ-קעפ זיך פארנומען מיט טעראר פאר א שטיק צייט, מערסטנס קעגן בריטישע מיליטערישע פאזיציעס, און ס'איז בשעתו פארדאמט געווארן ביי יעדן רעכט דענקיגער אידישע פירער. ס'איז נישט קיין תירוץ אבער ס'איז א מציאות.. די פאלעסטינער האבן אויפגעבויט אן אפיציעלער אינפראסטרוקטור פון טעראר, זיי וואלטן שוין לאנג געהאט א לאנד אויב זיי וואלטן געווען וואויל. דו כאפסט נישט אז זיי ברענגען זיך אליינס אונטער? מ'האט זיי שוין געאאפערט שלום טיים ענד עגעין, סך הכלַ דארפן זיי זאגן "איזראעל איך וויל זיין וואויל, איך גיי מער נישט אויסלערנען מיינע קינדער צו לעבן מיט שנאה קעגן דיר" און די קאנפליקט איז פארטיג..

Re: פאלעסטינע vs ישראל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:32 pm
דורך מאטי
בר גיורא האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן: און אראפאט האט געגרינדעט זייַן טעראר ארגאניזאציע אין 1964 ווייל ער האט געוואוסט ברוח קדשו אז מ'גייט אנהויבן אונטערדרוקן אין די 70'ס?
וואס פונקטליך איז דיין פוינט?? ווילסט דעבאטירן אראפאט'ס פערזענליכע שיטות במשך די יארן?
אראפאט האט "דעמאלטס" געהאט א חלום צו אויפשטעלן א לאנד פון די טייך ביז'ן ים. און ווי באקאנט האט ער נאכדעם אנערקענט מדינת ישראל און נאר געפייט צו באקומען אן אייגענע לאנד.

מיין פאינט איז אז דיין חשבון שטימט נישט, דיין טענה אז טעראר איז געווען א רעאקציע צו אונטערדריקונג וואס לויט דיר האט זיך אנגעהויבן אין די 70 יארן וואלט לויט דעם, טעראר אויך זיך אנגעהויבן אין די 70 יארן און נישט פריער.