קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך קליינע צדיק »

whatever האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:03 am @כספי

איך ליין אין דיינע ווערטער צוויי ווייטאגן וואס דו דרייסט דיך ארום מיט, ראשית די "עול הפרנסה", עבדא בהפקירא ניחא ליה, קיינער איז נישט אינטערסירט צו ארבעט שווער, און דו בלעימסט די ארבעטן שווער אויף דעם וואס דו דארפסט אויסהאלטן א גאנצע משפחה. אבער דער אמת איז, טראכט אריין ווען דו געווינסט די לאטערי און דו דארפסט נישט ארבעטן שווער, וואלסטו נישט ענדזשויט א לייף מיט א ווייב און קינדער, ס'איז א לעבן פון (כ'על ניצן א הייליג ווארט, אבער זיי עס מגשם וויפיל דו ווילסט) משפיע זיין, וואס איז פון די געשמאקסטע זאכן. מ'קען נאך אסאך רעדן וועגן די "געשמאק" פון האבן א משפחה.

והשנית, און לכאורה והוא העיקר, איז אז דו ביסט געווארן אויפגעקלערט "נאכ'ן" חתונה, אז עס איז דא א גאנצע נייע פאן חלק אויף די וועלט, וואס איז געשמאקער ווי אלע פאן וואס דו האסט געהאט ביז יעצט, און 1) דיין ווייב און 2) דיין משפחה זענען א שטער פאר דיר אז דו זאלסט קענען ענדזוישען יענע ריזיגע פאן חלק פון די וועלט, דאס הייסט אז אפילו נניח אז ס'יא גוט חתונה צו האבן, אבער נישט מיט דעם ווייב וואס איך בין "אריינגעפאלן" מיט, זי פארשטייט נישט צו יענע פאן חלק, ממילא איז זי נאר א שטער צו דעם.

אויף דעם קען איך דיר נאר זאגן, אז איך בין אדורך אקוראט די זעלבע מחשבות/פילינגס, און עס איז נאטורליך, קומענדיג פון א פארמאכטע חסידישע סביבה, און מ'איז זייער ווייט פון די מינע פאן (אן אריינגיין צי עס איז ריכטיג אזוי, סתם די פאקט אז ס'איז אזוי), און נאכ'ן חתונה עפענט מען זיך אויף די אויגן בהכרח, ווייל דאס איז די מצוה, און שמירת עינים איז א בחור'ישע זאך, ממילא האלט מען אין איין קאמפערען מיין ווייב צו יענעם'ס, און מיין חסידישע לייף סטייל צו יענעם'ס פאן לייף סטייל, קומט ארויף אזעלכע מחשבות פון מה לי לצרה הזאת, איך וויל אויך די אלע פאן, און מיין חסידישע (פארמאכטע) ווייב שטייט מיר אין וועג!!

אבער מ'ווערט עלטער און מ'זעהט איין אז דאס לעבן איז אסאך מער וויכטיגער און טיפער ווי די אויבערפלעכליכע פאן, א גוטע געזונטע משפחה לעבן, אריינגערעכנט א אמת'ע נאנטקייט מיט די ווייב, איז עולה על כולנה און אלעס איז ווערד.
זייער שטארק און קלאר אראפגעלייקט
אבער ס'איז נאכאלץ דא אסאך פעלער ווי מ'וויל יא האבן דער אמת'ע קשר און ריכטיגע לעבן און זי ארבעט נישט מיט
אדער אפי' אויב יא איז אבער די ווייב'ס צוגאנג די הנאה'דיגע חלק פון לעבן, און די פרומקייט פון די ווייב שאדט פאר די קשר
עס איז למעשה א חלק פון די לעבן און א וויכטיגע חלק און קען זיין דער מחליט צווישן א עכטע נאנטע לעבן אין אלע תחומים אדער פארקערט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך berlbalaguleh »

כספי: איך האב (נאך) נישט אוספיעט צו ליינען וואס די אנדערע מגיבים האבן דא געשריבן. נאר איך האב עטליכע נקודות מעורר צו זיין.

ערשטנס. ווען דו וואלסט געבליבן אן אלטער בחור (ח"ו) וואלסטו ביי די פופציג יאר געגאנגען מיט דיין מאמע קויפן גלעזער. זי וואלט דיך אויך גענומען צו דעם סוט סטאר צו קויפן אן אנצוג אויף שבת, פארשטייצעך, נישט צום שטריימל געשעפט אדער צום מוכר ספרים צו קויפן א טלית און לאחר מעו"ש פון דיינע עלטערן ווען דו וואלסט געדארפט דאווענען פאר'ן עמוד וואלסטו געדאוונט נישט מיט'ן טלית אויפ'ן קאפ, נאר מיט א הוט.

ואת"ל אז דו האסט שוין (ב"ה) חתונה געהאט צו מזל און ברכה און דו האסט (ב"ה) זיסע, וואוילע און לעכטיגע קינדערלעך (קע"ה) (ווער האט דען נישט?) און דו ווילסט זיי נישט חתונה מאכן, וועסטו (ח"ו) ראנען אן אלד עידזש האום ביי דיר אינדערהיים, און דו וועסט זאגן פאר דיין 40 יעריגן בחור אום 10 אזייגער אינדערפרי אז ס'איז שוין צייט אויפצושטיין. און ווען דו וועסט גיין אין גראסערי וועסטו מאכן דעם זעלבן שבת ארדער וואס דו האסט געמאכט מיט 30 יאר צוריק, גלייך נאך דיין חתונה (רבותיי, אנטשולדיגטס אויב די נאמבערס שטימען נישט, איך האב גע"פעילט" מעטה אין חדר.)

אויך, ווען ס'קומט צו וועלן עסן א גוט שטיקל בשר ווערסטו א בעל בטחון. מ'דארף טון א ביסל השתדלות דערפאר. חתונה האבן. און די ווייב וועט שוין (האפנטליך) קענען אפבראטן א גוט שטיקל בשר בקר.

בכל אופן דאנק דעם באשעפער אז דו האסט (ב"ה) חתונה געהאט און דיינע קינדער האבן חתונה געהאט למזל ולברכה און דו ביסט שוין געווארן א זיידע. און אויך אן עלטער זיידע. די איבריגע איז אלעס נארישקייטן.

איך האב געקענט אן אלטן בחור וואס האט געהאקט א לעבן ביז מ'האט איהם געטראפן... וכו' וק"ל וד"ל...!
באניצער אוואטאר
עמקות התם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:14 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך עמקות התם »

דיינע אלע פראבלעמען האבען מיט חיי נישואין גארנישט צו טון, אז דו האסט נאך נישט קיין הסבר פארוואס דו ביסט דא אויף דעם כדור מיינט נאך נישט אז די אומשולדיגע נשמות וואס דו ברענגסט אראפ וועלן אויך נישט וויסן. אז דו פלאנצט און אקערסט און דו זעסט נישט קיין פירות וירקות טויש דיין מהלך פון פרנסה. קאן זיין די נקודה איז דו האסט פשוט נישט ליב דיין ליבע, איז די שאלה אזוי, צו דיין ליבע האט יא געטראפן ליב אין דיר?! אויב די תשובה איז נישט, דאן געפינסטו זיך אין גאר א תוהו'דיגע מקום, און עס איז ממש העדר לשם העדר, און עס איז געוואלדיג פיינפול, ווייל די שליסל פון תיקון און חיות וסיפוק איז ביי די נוק', אז זי איז נישט מעורר דיך דעם דכר צו ממלא זיין דעם חלל, איז טאקע גארנישט פארהאנען אחוץ פון העדר און תוהו.
"You are not your thoughts; you are the observer of your thoughts"
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

עמקות התם: האסט אנגעכאפט דעם זאך ביים קארג.

נאר אויף למעשה איז עס נישט אזוי פשוט. אויב ס'טאקע נישטא קיין ליבע דאן געווענליך גייט די מערידזש זייער שנעל דאון די דרעין.

כ'אמיך איבערצייגט ביי מערערע פעלער וואס כ'האב געהאט שייכות מיט,
אז בעצם גלייכן זיי זיך יא איינע די אנדערע, נאר ביי די נוק' כלשונך איז דא היינט א מעידזשאר פענדעמיק, וואס נעמט זיך פון די חינוך/השקפה וואס די מיידלעך באקומען. זיי ווערן פארהאקט פון זייער פעמעניזם, און זענען געבלאקט פון מרגיש זיין זייער חלל, וואס דעריבער קענען זיי נישט "עקספרעסן" דעם ניד זייערן און אזוי ארום מעורר זיין דעם משפיע.

והא ראי' אז זיי דארפן עס איז, ווייל סוכ"ס אויב וועלן זיי נישט באקומען וועלן זיין עווענטואל "פלאצן"!

וואס געשעט מיטן מאן איז אז ער ווערט גענומען אויף א ראלער-קאסטער רייד, וואסיז שרעקליך פעינפול. ודו"ק כי קצרתי.

דער נושא פאדערט בעצם אן אשכול פאר זיך. דא האביך עס שוין אנגערירט אויפן שפיץ גאפל.
חובב קאווע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 21, 2023 12:08 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך חובב קאווע »

איך קען נישט דיך און נישט דיין סיטואַציע, אבער איין זאך איז זיכער אייביג און איבעראל; דער מענטש איז ביכולת צו בוחר זיין וויאזוי ער רעאגירט צו זיינע שוועריקייטן.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

כספי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:13 am וואס האב איך געטון די שטות בעולם, וואס האב איך פון די נארישע הייראט-בונד? וואס פארדין איך פון דעם,

נישט אלעס איז איבער 'דיר', און נישט אלעס מעסט זיך מיט א באלדיגע פארדינסט וואס דו באקומסט. עס איז דא א ברייטערע בילד און א גרעסערע תכלית.

נעם פאר א משל די אלגעמיינע טערמין פון delayed gratification.
אוודאי איז חיי נישואין א הקרבה, נישט בלויז איז דאס א פאקטאר אין מערידזש - דאס איז גאר אין די עצם יסוד פון מערידזש! מערידזש איז איבער selflessness - מיטטיילן די אייגענע סעלף מיט א צווייטן און בויען א משפחה פאר וועלכע דו וועסט זיך מקריב זיין דיין גאנצע לעבן.

איך קען שרייבן א גאנצע מגילה פון סיבות וואס דו וועסט פארדינען פון זיין פארהייראט, אבער איך מיין אז דאס וועט פארפאסן די עיקר נקודה. די value פון מערידזש איז פיל גרעסער פון בלויז פראקטישע סעלפיש פארדינסטן, און עס וואלט געווען ווערד אפילו אויב בחורים וואלטן ווען געגאנגען מיט א שטריימל.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך ים של שלום »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 10:33 pm די value פון מערידש איז פיל גרעסער פון בלויז פראקטישע סעלפיש פארדינסטן
אפשר קענסטו מער אויסשמועסן טאקע וואס איז די Value
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: אוודאי איז חיי נישואין א הקרבה, נישט בלויז איז דאס א פאקטאר אין מערידזש - דאס איז גאר אין די עצם יסוד פון מערידזש! מערידזש איז איבער selflessness - מיטטיילן די אייגענע סעלף מיט א צווייטן און בויען א משפחה פאר וועלכע דו וועסט זיך מקריב זיין דיין גאנצע לעבן.

רוף עס 'הקרבה'. רוף עס 'selflessness'. עט די ענד אף די געים דארף מען עס 'וועלן' און איך דארף האבן חשק, רצון און א געשמאק דערין.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: קינות נישואין

שליחה דורך שמעקעדיג »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
והא ראי' אז זיי דארפן עס איז, ווייל סוכ"ס אויב וועלן זיי נישט באקומען וועלן זיין עווענטואל "פלאצן"!

איך האב שטארק הנאה פון דיינע געדאנקען!
וואלסט אפשר געקענט א טראפ אויסשמועסן וואס דו מיינסט מיט דעם אז עווענטועל פלאצט עס?
וירח ה' את ריח הניחוח
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

שמעקעדיג האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
והא ראי' אז זיי דארפן עס איז, ווייל סוכ"ס אויב וועלן זיי נישט באקומען וועלן זיין עווענטואל "פלאצן"!

איך האב שטארק הנאה פון דיינע געדאנקען!
וואלסט אפשר געקענט א טראפ אויסשמועסן וואס דו מיינסט מיט דעם אז עווענטועל פלאצט עס?

כ'האב געמיינט צו זאגן אז כאטש זי קען עקטן ווי זי איז נישט אינטערסירט אינעם מאן אלץ משפיע, דאך אויב וועט ער זיך דערווייטערן פאר א תקופה וועט זי פלאצן און ווערן אנגעווייטאגט, אויפגערעגט, מיזרעבל וכדו'.

דאס ווייזט אז טיף טיף האט זי אים ליב און וויל מקבל זיין און זיין נאנט מיט אים, נאר זי קען עס נישט מודה זיין צו זיך אליין.

אוודאי יעדע פאל קען זיין אנדערש, אבער דאכטסעך מיר אז באופן כללי איז דא אזא מענטאלעטי ביי די פרויען אז זיי ווילן זיין 'מכלומפערשט' אינדעפענדענט און ס'פאסט זיי נישט ארויסצו-ווייזן ווי שטארק זיי זענען אנגעוויזן (בעיקר עימאשענלי) אויף זייערע מענער. אדרבה, כ׳בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האלט אויב ס'טאקע אזוי...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:16 am
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: אוודאי איז חיי נישואין א הקרבה, נישט בלויז איז דאס א פאקטאר אין מערידזש - דאס איז גאר אין די עצם יסוד פון מערידזש! מערידזש איז איבער selflessness - מיטטיילן די אייגענע סעלף מיט א צווייטן און בויען א משפחה פאר וועלכע דו וועסט זיך מקריב זיין דיין גאנצע לעבן.

רוף עס 'הקרבה'. רוף עס 'selflessness'. עט די ענד אף די געים דארף מען עס 'וועלן' און איך דארף האבן חשק, רצון און א געשמאק דערין.
💯. מיין נקודה איז אז די רצון דארף קומען פון א פלאץ פון selflessness - פון א חשק צו די תכלית, און בויען א חשק צו דעם. אדרבה, ווילאנג דער מענטש איז obsessed מיט זיך אליינס וועט ער נישט טרעפן די געשמאק דערין.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:40 am
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:16 am
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: אוודאי איז חיי נישואין א הקרבה, נישט בלויז איז דאס א פאקטאר אין מערידזש - דאס איז גאר אין די עצם יסוד פון מערידזש! מערידזש איז איבער selflessness - מיטטיילן די אייגענע סעלף מיט א צווייטן און בויען א משפחה פאר וועלכע דו וועסט זיך מקריב זיין דיין גאנצע לעבן.

רוף עס 'הקרבה'. רוף עס 'selflessness'. עט די ענד אף די געים דארף מען עס 'וועלן' און איך דארף האבן חשק, רצון און א געשמאק דערין.
💯. מיין נקודה איז אז די רצון דארף קומען פון א פלאץ פון selflessness - פון א חשק צו די תכלית, און בויען א חשק צו דעם. אדרבה, ווילאנג דער מענטש איז obsessed מיט זיך אליינס וועט ער נישט טרעפן די געשמאק דערין.

אקעי. נאר כ׳בין נישט אזוי קלאר אז אויב למעשה האט ער ׳חשק׳ און ׳געשמאק׳ דערין. פ״וו הייסט עס סעלפ׳לעס׳? ער בכבודו ובעצמו וויל עס און האט הנאה דערין...
קען זיין ס׳דברים פשוטים ביי ווער ס׳האלט דארט, אבער פאר די וואס זענען נאך יא אבסעסד מיט זיך, וואלט געווען כדאי אויב איינער קענעס קומען אויסשמועסן און קלארער מאכן
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמן למאור »

לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.

מיט דעם ביסטו דאך מסכים מיט מיר אז לית מחשבה תפיסה ביה כלל, כי לא מחשבותי מחשבותיכם.

וואס גאט האט פון דעם גאנצן שפיל, וועלכע פארגענוגען דאס געבט אים, דאס קען מען סייווי נישט פארשטיין.

דווקא אפאר אויסגעקליבענע אידעלעך געפעלן אים, נאך וואס זייער זיידע אברהם האט אים אנערקענט, א מכה אויף זיין זון ישמעאל, אבער יצחק איז די זאך, און און נישט אלע יוצא חלציו נאר ביצחק ולא כל יצחק, עשיו אדום א כפרה, פאר זיי וועט מען שפעטער צושטעלן א פאטשע יאשקע.

נאר פאר אידן דעם עם הנבחר פאר זיי איז ער זיך מטריח און קומט אראפ אויפן בארג סיני צו לאזן הערן וואס אים געפעלט. רוב אידן מילא אפגעפארן, אבער ער קוקט נאר אויף וויליאמסבורג און מאנסי פון דארטן שעפט ער זיין חיות.

דרייט זיך א גאנצע וועלט, מיט אן ענדלאזע אטמאספערע, אבער די תכלית איז די טוילעט אין ראדני סטריט.

מענטשן הרג'ענען זיך פאר יארן לאנג איבער רעליגיעס, מאסן בלוט איז שוין פארגאסן געווארן. רעליגיע האט שוין מער גע'הרג'עט ווי יענע מעשה.

מען שטרעבט נאנט צו ווערן צו גאט, און מען ווערט נישט זאט. ווי נענטער מען ווערט אלס ווייטער שפירט מען, און אלס מער פארכט מען פון גיהנם.

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

דאס וואס מען האט אונז פארציילט איז נאר וואס מען וויל אונז זאלן גלייבן, ס'איז דא פיל טיפערס וואס אונז קענען מילא נישט פארשטיין האט מען אונז צופרידנגעשטעלט מיט א הר סיני און פארטיג. גיי גלייב אז דאס איז נישט אלעס א חלק פון די גרעסערע שאך שפיל.

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

@שמן למאור: קום אריין קלאר, וועלכע בוך האסט געליינט, וועלכע גראזן האסטו פאררייכערט, וועלכע גורו האסטו אנגעטראפן, ביי וועלכע מקובל האסט שימוש גענומען, וועלכע מעדיטאציע האסטו געטוהן, מיט וועלכע מלאך האסטו קאממיוניקירט אז דו האסט אנטדעקט דעם סוד?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך עמרם »

שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:02 pm לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.

....

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

...

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?
@שמן למאור , איך האב נישט יורד געווען צו די כוונה און פירוש פון דיין תגובה,
אזוי פיל קען איך דיך יא זאגן, קוק אויף די חלק, יא ס'איז טאקע דא אזעלכע וואס וויינען אז מען וויל ארויס (כלשונך), אבער עס איז פונקט אזוי דא אויב נישט מער אזעלכע וואס זענען דייקא יא צופרידן,
יא , ס'איז דא אינגעלייט וואס האבן זייער הנאה פון די חתונה געהאטע לעבן זה בכה וזה בכה
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

אפשר וואלט כדאי געווען צו מאכן א אנקעטע דערויף צו זעהן וויפיל פראצענט ציבור פילט זיך געטרעפט..
(גראדע פון ק"ש איז לכאו' נישט קיין ראי' אויף די גאנצע חרדי'שע געזעלשאפט, ווארום דא דרייט זיך א גרעסערע פראצענט וואס האלטן (ווייסן - רעדן זיך איין) אז ווען זיי וואלטן נישט געווען אין דעם מציאות וואלט זיי די לעבן געווען געשמאקער סיי בכלליות און בפרטיות אין מערידזש אויך, משא"כ סתם א אינגערמאן אפי' ער איז נישט צופרידן מיט זיין מערידזש בלעימט ער נישט די קאמיוניטי).
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך עמרם »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:14 pm אפשר וואלט כדאי געווען צו מאכן א אנקעטע דערויף צו זעהן וויפיל פראצענט ציבור פילט זיך געטרעפט..
(גראדע פון ק"ש איז לכאו' נישט קיין ראי' אויף די גאנצע חרדי'שע געזעלשאפט, ווארום דא דרייט זיך א גרעסערע פראצענט וואס האלטן (ווייסן - רעדן זיך איין) אז ווען זיי וואלטן נישט געווען אין דעם מציאות וואלט זיי די לעבן געווען געשמאקער סיי בכלליות און בפרטיות אין מערידזש אויך, משא"כ סתם א אינגערמאן אפי' ער איז נישט צופרידן מיט זיין מערידזש בלעימט ער נישט די קאמיוניטי).
בעצם וואלט מען געדארפט מאריך זיין אויף די נושא

א גרויס חלק דא אין שטיבל איז געשלאגן מיט א מין נעגעטיוו בליק

הגם ס'קען זיין אז ס'איז נאר דא, אבער באמת זענען זיי נישט אזוי

ס'איז (כמעט) נישט דא א זאך אויף די וועלט וואס איז נאר גוט, יעדע זאך איז מעורב טוב ורע, יעדע זאך האט אין זיך א גוטע חלק און א נישט גוטע, (די פראצענטן זענען אנדערש)

א מענטש (בדרך כלל) אויב וויל ער זיין צופרידן, דארף ער פראבירן צו קוקן אויף די גוטע זייט פון יעדע זאך,
ס'איז בעצם א גרויסע אריכות, ווייל פארשטייט זיך אז אמאל איז יא בעסער צו טוישן מציאות און נישט זיך באגאנגען מיט א פאזיטיווע בליק, אבער און רוב פעלער, און נאכדערצו ווען די טויש קען ברענגען אסאך מער שוועריקייטן, אדער מ'גייט סיי ווי נישט טוישן, דארף מען קוקן אויף די גוטע זייט , און אזוי לעבט מען אסאך מער צופרידן
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

שמן למאור: כ׳ווייס נישט פארוואס דיין תגובה איז אריינגעפארן אין דעם אשכול דוקא, עניוועי העליך דא מגיב זיין: אסאך/ווייניג, גרויס/קליין איז נישט מער ווי ״רעלעטיוו״. דאס איז איין נקודה. צווייטנ׳ס: לאמיר נעמען די מציאות וואס דו לייגסט אראפ און עס אנקוקען פון אן אנדערן פערספעקטיוו.

ווען א קעניג מאכט חתונה זיין בת יחידה פארשטייסטו אז ער וועט איבערדרייען דעם שטאט און בויען א ריזיגן זאל מיט אלע צוגעהערן, אינקלודינג ״הערליכע ביהכ״ס׳עס״ און אויך א סוער סיסטעם און אויך גרויסע מיסט קאסטענעס, וכו׳ וכו׳. ער דרייט איבער און ריכט איין דעם גאנצן שטאט. אבער יעדער פארשטייט און אנערקענט אז דאס אלעס איז לכבוד דעם איינציגן קליינעם טאכטער זיינעם.

לענינינו, ווען די רעדע איז פונעם מלך מלכי המלכים, אין סוף יתברך, איז דאך כלום חסר בבית המלכות? פארוואזשע דען נישט אהערשטעלן דעם ריזן קאזמאס, אפילו פאר איין אידעלע (פון וויליאמסבורג, מאנסי :lol: ) וואס וועט מקיים זיין דעם ״שאו מרום עיניכם...״ און אויפהייבן די אייגעלעך צום הימל (אדער קוקן אינעם טעלעסקאופ/ליינען נאסאס באריכטן) און אויסשרייען מיט התפעלות און דביקות: ...״וראו מי ברא אלה!״
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמן למאור »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:39 pm @שמן למאור: קום אריין קלאר, וועלכע בוך האסט געליינט, וועלכע גראזן האסטו פאררייכערט, וועלכע גורו האסטו אנגעטראפן, ביי וועלכע מקובל האסט שימוש גענומען, וועלכע מעדיטאציע האסטו געטוהן, מיט וועלכע מלאך האסטו קאממיוניקירט אז דו האסט אנטדעקט דעם סוד?
:lol:

מען דרייט זיך מיט שפינוזה אין איין חדר, עפעס אן השפעה האט עס. נישט אומזינסט האט דער אלטער געשריגן אז מען זאל זיך נישט חבר'ן מיט שלעכטע חברים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך שמן למאור »

עמרם האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:57 pm
שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:02 pm לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.

....

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

...

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?
@שמן למאור , איך האב נישט יורד געווען צו די כוונה און פירוש פון דיין תגובה,
אזוי פיל קען איך דיך יא זאגן, קוק אויף די חלק, יא ס'איז טאקע דא אזעלכע וואס וויינען אז מען וויל ארויס (כלשונך), אבער עס איז פונקט אזוי דא אויב נישט מער אזעלכע וואס זענען דייקא יא צופרידן,
יא , ס'איז דא אינגעלייט וואס האבן זייער הנאה פון די חתונה געהאטע לעבן זה בכה וזה בכה
איז ער נישט צופרידן פון עפעס אנדערש. כמעט נישטא דער וואס אלעס פארט אים כסדר גוט.

Re:

שליחה דורך שמן למאור »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:28 pm שמן למאור: כ׳ווייס נישט פארוואס דיין תגובה איז אריינגעפארן אין דעם אשכול דוקא, עניוועי העליך דא מגיב זיין: אסאך/ווייניג, גרויס/קליין איז נישט מער ווי ״רעלעטיוו״. דאס איז איין נקודה. צווייטנ׳ס: לאמיר נעמען די מציאות וואס דו לייגסט אראפ און עס אנקוקען פון אן אנדערן פערספעקטיוו.

ווען א קעניג מאכט חתונה זיין בת יחידה פארשטייסטו אז ער וועט איבערדרייען דעם שטאט און בויען א ריזיגן זאל מיט אלע צוגעהערן, אינקלודינג ״הערליכע ביהכ״ס׳עס״ און אויך א סוער סיסטעם און אויך גרויסע מיסט קאסטענעס, וכו׳ וכו׳. ער דרייט איבער און ריכט איין דעם גאנצן שטאט. אבער יעדער פארשטייט און אנערקענט אז דאס אלעס איז לכבוד דעם איינציגן קליינעם טאכטער זיינעם.

לענינינו, ווען די רעדע איז פונעם מלך מלכי המלכים, אין סוף יתברך, איז דאך כלום חסר בבית המלכות? פארוואזשע דען נישט אהערשטעלן דעם ריזן קאזמאס, אפילו פאר איין אידעלע (פון וויליאמסבורג, מאנסי :lol: ) וואס וועט מקיים זיין דעם ״שאו מרום עיניכם...״ און אויפהייבן די אייגעלעך צום הימל (אדער קוקן אינעם טעלעסקאופ/ליינען נאסאס באריכטן) און אויסשרייען מיט התפעלות און דביקות: ...״וראו מי ברא אלה!״
שיין געזאגט.

סאו אין אנדערע ווערטער, פינקט ווי דו פארשטייסט דעם הויעכגעשעצטן (מענטשליכער, פארשטינקענעם בשר ודגים'דיגער, פאר'תאווה'טע) קעניג, אזוי אויך פארשטייסטו גאט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך עמרם »

שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:48 pm
עמרם האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:57 pm
שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:02 pm לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.

....

בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.

...

מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?
@שמן למאור , איך האב נישט יורד געווען צו די כוונה און פירוש פון דיין תגובה,
אזוי פיל קען איך דיך יא זאגן, קוק אויף די חלק, יא ס'איז טאקע דא אזעלכע וואס וויינען אז מען וויל ארויס (כלשונך), אבער עס איז פונקט אזוי דא אויב נישט מער אזעלכע וואס זענען דייקא יא צופרידן,
יא , ס'איז דא אינגעלייט וואס האבן זייער הנאה פון די חתונה געהאטע לעבן זה בכה וזה בכה
איז ער נישט צופרידן פון עפעס אנדערש. כמעט נישטא דער וואס אלעס פארט אים כסדר גוט.
גערעכט
אגב, זיין צופרידן איז לאו דווקא א תוצאה פון אלעס גייט גוט
ס'איז דא אזעלכע וואס ס'גייט זיי גוט, אבער צופרידן זענען זיי נישט
און ס'איז דא וואס ס'גייט זיי גארנישט גוט און זיי זענען צופרידן
(ס'איז דא זאכן וואס מאכן מער אויס פאר די צופרידנהייט, אבער אפי' אזוי זענען דא ביידע סארט)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

שמן למאור: איך האב נישט גערעדט פון ג-ט׳ס פערספעקטיוו/מאטיוו וואס דאס קעמען נישט פארשטיין, לית מחשבה תפיסה ביה כלל. וואס דאס האסטו אויך געשריבן אין דיין תגובה. אונזער דיסקאסיע איז געווען איבער די חלקי הבריאה און כ׳האב מסביר געווען מיין פערספעקטיוו איבער עיקר און טפל וכו׳.

יעצט ביזטו אריין אין אן אנדערן נושא וואס אויף דעם האמיר שוין א גרויסן אשכול ואכמ״ל

נ.ב כ׳ווייס נישט מיט וועלכע פון די חלקי הבריאה דו אידענטיפיצירסט דיר, אבער איין זאך איז קלאר; דער קעניג׳ס טאכטער רעדט זיך נישט אפ. סאוי מיין עצה איז ווער דעם קעניג׳ס... און דו וועסט זיין צופרידן.

פארשפארט