בלאט 2 פון 2

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 11:39 pm
דורך סבא דבהתא
צווישן מחנכים בזמננו איז דא א גרויסע מבוכה

1. גארנישט רעדן פון די סייענס וואס קענען גורם זיין קשיות (מ’מעקט אויס פונעם טעקסטבוק איבעראל ווי ס’ווערט נאר דערמאנט די ווארט ’דיינעסאר’ אדער ’מיליאנס אוו יערס עגא’) און מ’האפט אז די תמימותדיגע קינדערלעך וועלן זיך קיינמאל נישט אויפקלערן ווען זיי ווערן עלטער, אבער פון די אנדערע זייט נעמט מען די ריסק אז ווען ער גייט גרויס ווערן וועט ער גאנץ מעגליך געוואר ווערן די אלע ענינים פון חברים אדער אינטערנעט און סוועט אים זיין א גאנצע 'wow'.

2. אז מ’זאל דוקא יא קאנפראנטן די טאפיק מיט די קינדער און יונגע בחורים ’העד אן’ צו ווייזן אז מ’באהאלט נישט גארנישט פון זיי און אדרבה מ’דערשרעקט זיך נישט פון די אלע קשיות נאר מ’גייט ווייטער אן מיט די רעליגיעזע לעבן הגם מ’פארשטייט נישט אלעס. ענדערש זאלן זיי געוואר ווערן די אלע קשיות אונטערן אויפזיכט פון פראפעסיאנאלע מלמדים/מגידי שיעור און נישט פון די גאס.

דערווייל האבן רוב היימישע מוסדות אויסגעקליבן די ערשטע פעטוועי אבער לבי אומר לי אז ס’גייט קומען א צייט גאר בקרוב וואס זיי גייען מוזן גיין מיטן צווייטן מהלך

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:02 am
דורך מר שושני
סבא דבהתא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:33 pm


ממילא זעה איך בכלל נישט פארוואס א מענטש זאל באדערן קשיות מיט סתירות צווישן סייענס און תורה סך הכל איז פון וואס דו זעהסט פאר זיך יעצט פאר דיינע אויגן לויט ווי סייענס האלט נאך יעצט און לויט ווי די האלטסט זאגט די תורה שטימט עס נישט, אקעי, ס’מיינט פשוט אז דו האסט נאך אסאך ארבעט צו טוהן אויף ביידע פראנטן.

ס’דא אפי אן ארטאדאקסישע שומר תורה ומצות וואס איז א פראפעסער אין בייב”ל קריטיסיז”ם אין א יוניווערסיטעט וואס פאר אים באדערט בכלל נישט די סתירה פון די אלע זאכן וואס ער טיטשט און טיט.
א. דאס אז די מחנכים לערנען נישט די זאכן מיט די קינדער מיינט אז זיי האלטן אז עס איז יא א סתירה מיט די תורה.

ב. אויב דו ברענגסט איין שומר תורה (מסתמא רעפארם אדער קאנסערוואטיוו) וואס טיט אין בייבל קריטיק, פארוואס נישט ברענגן די 99.9 וואס גלייבן נישט אין תורה מן השמים?

Re: פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:31 am
דורך אלפא
הרב יהושע ענבל אדרעסירן דעם נושא: