Re: אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור
נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 9:52 pm
איר ברענגט גאר שטארק ארויס די מעגליכע מעלות פון קאלעקטיוויזם ווס אינדיווידואליזם באופן כללי, דהיינו - וועלכע ברענגט א נעט פארדינסט קעגן די צווייטע אין א סאסייעטי. אבער איך מיין אז די דעבאטעס ארום די פראבלעמען אין אונזערע קאמיוניטי'ס, איז נישט אזוי ווייט איבער איהר סטרוקטור אלס א קלעקטיוו סאסייעטי אויף פונדאמענטאלע אופן, נאר ליבערשט איבער די execution דערפון. דהיינו: אפי' ווען מיר בויען א קאלעקטיוו סאסייעטי, מיינט דאס נישט אז מיר דארפן צוברעכן דער כוח פונעם אידיווידואל אין זיין פלאץ. עס איז נאכאלץ דא א מקום ווי דער יחיד בויט און דעוועלעפט זיין אייגענארטיגע לעבן - פון אינעווייניג אינעם קאמיוניטי. און אין דעם ליגט די עיקר שווערעקייט, צו פארשטיין וואס זענען די גדרים פונעם כלל און וואס זענען די גדרים פונעם יחיד - און דאס נישט צו אביוזן.
לענ"ד דארף אידישקייט (אדער רעליגיע בכלל) צו זיין געבינדען מיט א קאלעקטיוו סאסייעטי און קאמיוניטי מיט טראדיציעס וכו'. אבער די פראבלעם אין אונזערע קאמיוניטי'ס איז אז מען אביוזד די ערך, און מען האט עס פארוואנדעלט און א כמו קאמיוניסטישע (און עטליכע וועגן) סאסייעטי ווי די יחיד ווערט צעטרעטן און מען האט אוועקגענומען פערזענליכע אידענטיטעט.