בלאט 2 פון 6

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:17 pm
דורך מענדל
אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 11:05 pm הרב זלמן לייב האט אומפארשעמטערהייט טעלעפאנירט און משוגע געמאכט עטליכע גרויסע רבנים אז זיי זאלן מיטגיין מיט "אגודת ישראל",
האבן זיי אים געגעבן צו פארשטיין אז אויסער א פאליטישער דיקטאטור אונעם עולם וואס ער שלאגט כפרות מיט, האט ער נישט וואס אריינצושטעקן זיין נאז אין זייערע קהילות...!
גראדע לויט ווי איך הער זענען רוב מוסדות יא מיט גאגענגען מיט אגודת ישראל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:26 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן: די עקסטרעמיסטן בתוכינו האלטן אז "פערלס" איז אויף איין דרגא מיט "יאפעד". אז זיי זענען מסיתים ומדיחים.

דאס איז אויך א געלעגנהייט צו באווייזן ווער ס'איז מער קנאי'ש.

ס'איז א רחמנות אויפ'ן דור - אזא דור יתום.
נישט אז ס'נישטא קיין ערליכע איינשטענדיגע רבנים, נאר די פראבלעם איז אז פון זיי הערט מען נישט. די וואס פירן כלומרשט די חרד'ישע אידענטום זענען באקאנט אלץ עטענשאן זיכער, כבוד שמעקער, בעלי מחלוקת, גנבים, דיקטאטורן און סתם שוטים.
שוין העכסט צייט ס'זאל דערהערט ווערן די ווייגעשריי פון די סיילענט מעזשאריטי אז גענוג איז גענוג! קוק ווי עטץ האט אונז אריינגעפירט! עטץ האט געהאט ענקער שאנס און אצינד שטעלטס אייך אין די זייט און זאלן ערליכע רבנים איבערנעמען די הנהגה.

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:22 pm
דורך עמרם
ק/פ

אידישע נייעס | גזירת החינוך
וְלֹא קָם וְלֹא זָע מִמֶּנּוּ וַיִּמָּלֵא עַל מָרְדֳּכַי חֵמָה
אין ליכט פון די מבוכה און חילוקי דעות בנוגע די גזירת החינוך אין ניו יארק, האט ווי באקאנט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א איבערגעגעבן חוות דעתו הקדושה פאר די הנהלת המוסדות אז מ'זאל בשום פנים ואופן נישט אויסקלויבן א פעטווע"י, נאר מ'זאל איגנארירן די רעגירונג און נישט ענטפערן מכל וכל.

אין די לעצטע טעג איז געלייגט געווארן גרויס דרוק אויף די ראשי המוסדות וגדולי העסקנים בחצר הקודש באבוב, צוריק צו ציען פון דעם החלטה, אבער ומרדכי לא יכרע, און דער באבובער רבי האט זיך געהאלטן פעלזן פעסט מיט דעתו הבהירה אנבאלאנגט דעם נושא.

היינט איז ערהאלטן געווארן אן אימעיל פון הרב חיים דוד צוויבל ראש אגודת ישראל, און הרב משה דוד נידערמאן מראשי העסקנים סאטמאר מהרז"ל, אינאיינעם מיט די פעלר"ס ארגענאזאציע און זייער אדוואקט ר' אבי שיק, וואס איז געשיקט געווארן צו הרב חיים דוב גראסס מראשי מנהלי מוסדות באבוב 45, ווי עס איז פארלאנגט געווארן אז דער באבובער רבי זאל ארויסקומען מיט א מכתב גלוי, אז דאס וואס איז געדרוקט געווארן אין "גליון דורותנו" אין נאמען פון רבי'ן אז אננעמען א פּעֶטוועֶ"י איז ביהרג ואל יעבור, אז עס איז א טעות, ווייל דער רבי האט סך הכל געזאגט נאר די ווערטער מסירות נפש.

ווען הרב חיים דוב גראסס האט זיך פארבינדן מיטן באבובער רבי, האט דער רבי געגעבן זיין אנטווארט זאגנדיג "מאך זיך נישט וויסנדיג פון זיי! כ'האב געזאגט אז מ'דארף האבן מסירות נפש, און דאס באדייט אז ס'איז ביהרג ואל יעבור, און האב איך דאס דעמאלטס נישט געזאגט, זאג איך עס יעצט"!

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:09 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:26 am
berlbalaguleh האט געשריבן: די עקסטרעמיסטן בתוכינו האלטן אז "פערלס" איז אויף איין דרגא מיט "יאפעד". אז זיי זענען מסיתים ומדיחים.

דאס איז אויך א געלעגנהייט צו באווייזן ווער ס'איז מער קנאי'ש.

ס'איז א רחמנות אויפ'ן דור - אזא דור יתום.
נישט אז ס'נישטא קיין ערליכע איינשטענדיגע רבנים, נאר די פראבלעם איז אז פון זיי הערט מען נישט. די וואס פירן כלומרשט די חרד'ישע אידענטום זענען באקאנט אלץ עטענשאן זיכער, כבוד שמעקער, בעלי מחלוקת, גנבים, דיקטאטורן און סתם שוטים.
שוין העכסט צייט ס'זאל דערהערט ווערן די ווייגעשריי פון די סיילענט מעזשאריטי אז גענוג איז גענוג! קוק ווי עטץ האט אונז אריינגעפירט! עטץ האט געהאט ענקער שאנס און אצינד שטעלטס אייך אין די זייט און זאלן ערליכע רבנים איבערנעמען די הנהגה.
מען דארף א דרויסענדיגע כוח זיי אפצושטעלן פונקט אזויווי מדינות ישראל טוט יעצט מיט חאמאס. די אזויגערופענע ציווילע האבן נישט די אייגענע כוחות אפצושטעלן די הנהלה בראשות חאמאס..

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:56 am
דורך yatzmachp
מיך באדערט איין זאך. ווער איז פערלס אז זיי האבן זיך גענומען דעם טיטל אז זיי רעדן פאר כלל ישראל?

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:45 am
דורך עמרם
זיי זענען נישט די ערשטע און נישט די לעצטע !!
יעדער צווייטער משוגענער זאגט אזוי ....

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:01 pm
דורך רויטער
קומט דא פאר חידושים נפלאים!! איך בין שוין דא אין שטיבל א שיינע פאר יאהר און ציביסלעך זיך אנגעליינט די פראבלעים אז מיר באקומען נישט די ריכטיגע עדוקעישאן, איז מהרז״ל געווארן איבער גערעדט פון ענק און גענומען א פעטוועי, איז געשעהן א גלגל ענק זענען יעצט ברוגז פארן לאזן אינזער קינדער האבן בעסערע עדוקעשאן?

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:26 pm
דורך עמרם
רויטער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:01 pm קומט דא פאר חידושים נפלאים!! איך בין שוין דא אין שטיבל א שיינע פאר יאהר און ציביסלעך זיך אנגעליינט די פראבלעים אז מיר באקומען נישט די ריכטיגע עדוקעישאן, איז מהרז״ל געווארן איבער גערעדט פון ענק און גענומען א פעטוועי, איז געשעהן א גלגל ענק זענען יעצט ברוגז פארן לאזן אינזער קינדער האבן בעסערע עדוקעשאן?
ווער איז ברוגז ?
ס''ה וויל מען וויסן צו ער גייט טאקע פארבעסערן ?
אדער בלייבט אלעס די זעלבע, נאר מ'רעדט איין די שטאט

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:32 pm
דורך היימלינד
yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:56 am מיך באדערט איין זאך. ווער איז פערלס אז זיי האבן זיך גענומען דעם טיטל אז זיי רעדן פאר כלל ישראל?
און ווען סאטמאר, נטרונא אא"וו רעדען בשם כלל ישראל איז עס יא אמת ? יעדער זאגט וואס ער וויל און נאר יענער טאר נישט טוען די זעלבע

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:40 pm
דורך עמרם
פאלגענד איז א קו''ק וואס די עקסטרימיסטן שיקן ארום
Screenshot_20240110_182233_Gmail.jpg
אינטערסאנט איז צי זעהן די אמת'ע בריוו פון הרב שלעזינגער
(די אנגעקאלערטע האבן זיי ארום געטוישט)
unnamed (3).png

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:45 pm
דורך קורקלענד
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:32 pm
yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:56 am מיך באדערט איין זאך. ווער איז פערלס אז זיי האבן זיך גענומען דעם טיטל אז זיי רעדן פאר כלל ישראל?
און ווען סאטמאר, נטרונא אא"וו רעדען בשם כלל ישראל איז עס יא אמת ? יעדער זאגט וואס ער וויל און נאר יענער טאר נישט טוען די זעלבע
ווי ווייט איך ווייס רעדן סאטמאר און נטרונא נישט אין נאמען פון גאנץ כלל ישראל. די גאנצע נטרונא איז דווקא פאר דעם וואס די ציונים פארופן זיך אלס די ווארטזאגער פון כלל ישראל. און נטרונא איז דערקעגן. זיי זאגן אז זיי ווערן נישט רעפרעזענטירט דורך די אנדערע א''ג אידן.

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:57 pm
דורך זויער טייג
עמרם האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:40 pm פאלגענד איז א קו''ק וואס די עקסטרימיסטן שיקן ארום Screenshot_20240110_182233_Gmail.jpg

אינטערסאנט איז צי זעהן די אמת'ע בריוו פון הרב שלעזינגער
(די אנגעקאלערטע האבן זיי ארום געטוישט)
unnamed (3).png
אינטרעסאנט ווייל דעי מוסדות זענען שוין לאנג אסור וועגן זיי לערנען קאמא"ן קא"ר, ואין איסור חל על איסור...

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:16 pm
דורך טישל
ווי באקאנט איז מהר"א געווענטליך מער א מעסיגער און טרייט זיך צו געפעלן פאר די וועלט, און ביי סיי וועלכע באשלוס קוקן וואס איז בעסער פאר אים פאליטיש און נישט אויף די עצם זאך, בשעת מהרי"י איז מער קנאיש געשטימט און א צוגעמאכטער מענטש וואס פראבירט זיך נישט געפעלן פאר קיין מענטשן (אפילו זיינע אייגענע),

ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גאנצע חינוך סומאטוכע האט זיך מהרי"י אריינגעלייגט אין די נושא מיט זיין פארטרעטער ר' משה דוד נידערמאן וואס איז איינע פון די פערלס חברה לייט און ער האט אנגעהויבן מאכן פלענער וואס מ'זאל טוהן און וויאזוי, געזעצן הונדערטע שעות מיט רבנים עסקנים לויערס (אבי שיק) וכו',

זיין ברודער מהר"א האט זיך געטראפן לעיט אין די געים. פלעין נאכטאנצן זיין ברודער מאכט דאך נישט קיין סענס, האט ער אנגעהויבן זאגן פונקט פארקערט. ער האט שנעל געעפענט א קאמפעטישן פון פערלס וואס קיינער ווייסט עד היום הזה נישט וואס פונקטליך זיי האבן געטוהן,

נישט זעענדיג קיין וועג ארויס, האט ער אפגעמאכט מ'נעמט נישט קיין פעטוועי, און אזוי שיסט ער צוויי פייגלעך אין א שאס, איינס, ער קען זיך נישט אויס אין די נושא, חרוב לייגן וויל ער דאך נישט, טוט מען גארנישט מ'נעמט נישט, שב ואל תעשה, צווייטענס, ער קוועטשט די קנאות קנעפל וואס ער האט שוין לאנג פארלוירן.

מהרי"י האט עס אנגענומען זייער שווער, קענענדיג זיין ברודער און געוואוסט אז ער איז דא פאר פאליטיק און נישט פאר חינוך. ער האט א שיינע פאר מאל גערעדט קעגן קעגן זיין ברודער (כ"א כסליו), (ער האט ביי איינע פון די מיטונגס זיך אויפגערעגט אויף ר' מענדל בן מהר"א וכו'), א זאך וואס ער פלעגט קיינמאל נישט טוהן. ווי ס'קוקט אויס פילט ער ווי זיין ברודער לייגט אים צוגרונד די גאנצע מערכה וואס ער מיט נאך אסאך רבנים עסקנים ארבעטן שוין חדשים לאנג.

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:04 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
איך פראביר צו פארשטיין די נושא.
דא שטייט ״וצריכין לדעת כי הנידון הוא בענינים חמורים מאוד בחששא דיהרג ואל יעבור, כי הלא כוונתם להעביר על הדת כאשר שמעתי בעצמי מפורש מפי א׳ משרי החינוך, כי רצונם הוא שאנחנו ינהילו חינוך כזה הנותנת ברירה פתוחה להמחונכים דכאשר יתגדלו הילדים הם יחליטו בעצמם באורח חייהם ר״ל״

שטעלטסעך מיר די שאלה אזוי:
ווייל איין געוויסע שר החינוך זאגט עפעס איזעס א ראי׳ אויפן מלכות בכללה? (און בכלל האט דען א דעמאקראטישע הנהגה א דין מלכות?). ועוד, וויאזוי מיטן וועלן אז קינדער זאלן האבן א בחירה הייסטעס שוין גראד אז מ׳וויל מעביר זיין על הדת? (אם לא אז ער נעמט אָן אז אויב מ׳ערלויבט זיך צו עפענען דעם קאפ מיינטעס אטאמאטיש עקירת הדת, רח״ל מהאי דעתא!)

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:01 am
דורך [NAMELESS]
טישל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:16 pm ווי באקאנט איז מהר"א געווענטליך מער א מעסיגער און טרייט זיך צו געפעלן פאר די וועלט, און ביי סיי וועלכע באשלוס קוקן וואס איז בעסער פאר אים פאליטיש און נישט אויף די עצם זאך, בשעת מהרי"י איז מער קנאיש געשטימט און א צוגעמאכטער מענטש וואס פראבירט זיך נישט געפעלן פאר קיין מענטשן (אפילו זיינע אייגענע),

ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גאנצע חינוך סומאטוכע האט זיך מהרי"י אריינגעלייגט אין די נושא מיט זיין פארטרעטער ר' משה דוד נידערמאן וואס איז איינע פון די פערלס חברה לייט און ער האט אנגעהויבן מאכן פלענער וואס מ'זאל טוהן און וויאזוי, געזעצן הונדערטע שעות מיט רבנים עסקנים לויערס (אבי שיק) וכו',

זיין ברודער מהר"א האט זיך געטראפן לעיט אין די געים. פלעין נאכטאנצן זיין ברודער מאכט דאך נישט קיין סענס, האט ער אנגעהויבן זאגן פונקט פארקערט. ער האט שנעל געעפענט א קאמפעטישן פון פערלס וואס קיינער ווייסט עד היום הזה נישט וואס פונקטליך זיי האבן געטוהן,

נישט זעענדיג קיין וועג ארויס, האט ער אפגעמאכט מ'נעמט נישט קיין פעטוועי, און אזוי שיסט ער צוויי פייגלעך אין א שאס, איינס, ער קען זיך נישט אויס אין די נושא, חרוב לייגן וויל ער דאך נישט, טוט מען גארנישט מ'נעמט נישט, שב ואל תעשה, צווייטענס, ער קוועטשט די קנאות קנעפל וואס ער האט שוין לאנג פארלוירן.

מהרי"י האט עס אנגענומען זייער שווער, קענענדיג זיין ברודער און געוואוסט אז ער איז דא פאר פאליטיק און נישט פאר חינוך. ער האט א שיינע פאר מאל גערעדט קעגן קעגן זיין ברודער (כ"א כסליו), (ער האט ביי איינע פון די מיטונגס זיך אויפגערעגט אויף ר' מענדל בן מהר"א וכו'), א זאך וואס ער פלעגט קיינמאל נישט טוהן. ווי ס'קוקט אויס פילט ער ווי זיין ברודער לייגט אים צוגרונד די גאנצע מערכה וואס ער מיט נאך אסאך רבנים עסקנים ארבעטן שוין חדשים לאנג.

אינטערסאנט וואס דו זאגסט, און וואס איז געווען די מעשה ביי כינוס כלל ישראל ווי מהר''יי האט זיך אויך אויסגעשטעלט מעסיג און זיך צוגעשטעלט צו די אנדערע קהילות בו בזמן וואס די ברודער מהר''א איז געווען קאפ אין וואנט מיט אזוי גערופענע קנאות אז מען מעג זיך נישט צאמשטעלן מיט די אנדערע 'פרעמדע' קהילות.

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:11 am
דורך גליקלעך
די דיסיזשען ביי כינוס כלל ישראל האט מהר’יי נישט געמאכט, ווי איך געדענק האט ער עס איבערגעלאזט פאר זיינע דיינים אז זיי זאלן מאכן די באשלוס, און זיי האבן נאך אפאר זיצונגען ארויסגעקומען וואס מען ברויך טון.

אינטערסאנט טאקע אז היינט האט שוין מהר”יי יא אביסעל מער בצים

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:16 am
דורך טישל
חיים הלוי האט געשריבן: אינטערסאנט וואס דו זאגסט, און וואס איז געווען די מעשה ביי כינוס כלל ישראל ווי מהר''יי האט זיך אויך אויסגעשטעלט מעסיג און זיך צוגעשטעלט צו די אנדערע קהילות בו בזמן וואס די ברודער מהר''א איז געווען קאפ אין וואנט מיט אזוי גערופענע קנאות אז מען מעג זיך נישט צאמשטעלן מיט די אנדערע 'פרעמדע' קהילות

ליין גוט איבער וואס איך האב געשריבן,
מהר"א טוט נישט א זאך וואס איז נישט זיין איידיע ווייל ער באקומט נישט גענוג כבוד (א פארט פון שפילן פאליטיק).
מהריי קוקט צי ס'איז א גוטע זאך צי נישט, אפילו ס'איז נישט זיין איידיע.

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:22 am
דורך cictim
_20240113-232245.jpg

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:35 am
דורך האניג
cictim האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:22 am _20240113-232245.jpg
מען קען דאך פארברענט ווערן פון קדושה

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:21 am
דורך חב''ד הויזן
טישל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:16 am
חיים הלוי האט געשריבן: אינטערסאנט וואס דו זאגסט, און וואס איז געווען די מעשה ביי כינוס כלל ישראל ווי מהר''יי האט זיך אויך אויסגעשטעלט מעסיג און זיך צוגעשטעלט צו די אנדערע קהילות בו בזמן וואס די ברודער מהר''א איז געווען קאפ אין וואנט מיט אזוי גערופענע קנאות אז מען מעג זיך נישט צאמשטעלן מיט די אנדערע 'פרעמדע' קהילות

ליין גוט איבער וואס איך האב געשריבן,
מהר"א טוט נישט א זאך וואס איז נישט זיין איידיע ווייל ער באקומט נישט גענוג כבוד (א פארט פון שפילן פאליטיק).
מהריי קוקט צי ס'איז א גוטע זאך צי נישט, אפילו ס'איז נישט זיין איידיע.
ביטע ברענג עטליכע משלים צו דיין באהויפטונג. אן ביישפילן איז נישט אינטרעסאנט וואס דו זאגסט בכלל.
אויך איבער דעם וואס דו זאגסט אז מהר"א איז אלעמאל געווען לינק און מהר"יי רעכט. (חוץ גיוס אין די הויכע ע' יארן)

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:58 pm
דורך קליינע צדיק
cictim האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:22 am _20240113-232245.jpg
ער איז אזוי גערעכט!!!!!!!!!!!!
אבער יעדער פארשטייט עס ליידער נאר ביי זיך
מ'דארף וויסן אז עס איז אייביג אזוי!!

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 5:13 pm
דורך [NAMELESS]
גליקלעך האט געשריבן: די דיסיזשען ביי כינוס כלל ישראל האט מהר’יי נישט געמאכט, ווי איך געדענק האט ער עס איבערגעלאזט פאר זיינע דיינים אז זיי זאלן מאכן די באשלוס, און זיי האבן נאך אפאר זיצונגען ארויסגעקומען וואס מען ברויך טון.

אינטערסאנט טאקע אז היינט האט שוין מהרי"י יא אביסל מער ביצים

אה, דאס איז ריכטיג אז מהרי"י מאכט קיינמאל קיין דיסישען ווייל ער האט קיין מיינונג אין גארנישט, ער פרעגט זיינע רבנים, ביי כינוס כלל ישראל איז עס געווען יאוואזשנע, און יעצט ביי חינוך איז עס קאשוי ר' אברהם שלמה, זיינע אפיציעלע דיינים פרעגט ער גראדע נישט ווייל זיי זענען אויסגעשפראכן פרום.

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 8:09 pm
דורך מן הסתם
חב''ד הויזן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:21 am
טישל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:16 am
חיים הלוי האט געשריבן: אינטערסאנט וואס דו זאגסט, און וואס איז געווען די מעשה ביי כינוס כלל ישראל ווי מהר''יי האט זיך אויך אויסגעשטעלט מעסיג און זיך צוגעשטעלט צו די אנדערע קהילות בו בזמן וואס די ברודער מהר''א איז געווען קאפ אין וואנט מיט אזוי גערופענע קנאות אז מען מעג זיך נישט צאמשטעלן מיט די אנדערע 'פרעמדע' קהילות

ליין גוט איבער וואס איך האב געשריבן,
מהר"א טוט נישט א זאך וואס איז נישט זיין איידיע ווייל ער באקומט נישט גענוג כבוד (א פארט פון שפילן פאליטיק).
מהריי קוקט צי ס'איז א גוטע זאך צי נישט, אפילו ס'איז נישט זיין איידיע.
ביטע ברענג עטליכע משלים צו דיין באהויפטונג. אן ביישפילן איז נישט אינטרעסאנט וואס דו זאגסט בכלל.
אויך איבער דעם וואס דו זאגסט אז מהר"א איז אלעמאל געווען לינק און מהר"יי רעכט. (חוץ גיוס אין די הויכע ע' יארן)
טייערער מר. טישל, איר זאלט ביטע מוחל זיין, איר האקט סתם אין קאפ אריין מיט פאלשע באהויפטונגען סיי אויף מהר"א און סיי אויף מהרז"ל, מהרז"ל איז נישט מעסיג און נישט קנאותדיג, ער איז גארנישט, א כאראקטערלאזער מענטש, וזהו..