Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:21 pm
די ווארט האט הרב שך געזאגט אויף ליובאוויטש
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=16814
די ווארט האט הרב שך געזאגט אויף ליובאוויטש
וואס מיינט גדר פון הלכה?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:43 pm לאכעדיג: ייש"כ. דער פאקט איז סאטמאר'ע רב זצ"ל כאטש ער האט געהאט זיין אייגענע שיטה און מנהגים. נאר ער איז קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען פון גדר פון הלכה. סיי מיט נישט זאגן תחנון אום פרייטאג. אויך מיט נישט זאגן תחנון ביי א ברית אפילו ס'געווען ה' אייר. וואס אין סאטמאר איז דאס טאקע א יום המר והנמהר.
מ'דארף טאקע א גוף נקי , אבער נאך חצות קען מען נישט דאווענען שחרית, ע''פ הלכה
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:34 pm
וואס מיינט גדר פון הלכה?
למשל דאווענען שפעט איז אין דער גדר אדער אינדרויסן?
רביה"ק מסאטמאר - נטורי קרתא זי"ע האט געהאלטן אז דער ליובאוויטשער איז אן אפיקורוס.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:03 pmדו שייגעץ איינער. בור ריק ועם הארץ.דו טרויסט דיך צו רעדן מיט בזיון אויפ'ן ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל מיט בזיון. און זאגן אז ער האט געזאגט דברי מינות וכפירה. צוערשט נעם דיך לערנען תורה.. און נאכדעים קענסטו רעדן.אסטראלאג האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:24 amאבימלך האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:53 am
און אזוי איז אייביג געווען, אין די ספר ויואל משה, און אין על הגאולה , שרייבט די רבי קלאר אז נישט נאר די ציונים וואס זענען פריי זענען רשעים גמורים נאר אפי' מ'איז פרום, אבער מ'האלט אז מ'מעג האבן א מדינה, פאר דעם אליינס איז מען שוין א רשע, - אבער למעשה ווען ס'איז געקומען א מזרח'סט צום רבי'ן, האט די רבי זיי שיין אויפגענומען, רביה"ק מסאטמאר - נ"ק זי"ע האט קיימאל נישט געהאלטן ביים אויפנעמען קיין מסיתים ומדיחים אדער אגודה'סטישע רבנים. פריוואטע אינדעווידועלן האבן געהאט איינטריט אזויווי יעדער וואס האט געוואלט אריינקומען במעון קדשו פאר א ברכה. ס'איז געווען ווען פארשידענע מזרחיסטישע רבנים האבן געוואלט אריינגיין, און די רבי זי"ע האט בשום אויפן זיי בכלל נישט אריינגעלאזט.
די רבי גייט דאך באמת אסאך ווייטער אין די ספרים, אז אפי' מ'גייט נאר צו די בחירות, איז מען שוין עובר אויף יהרג ואל יעבור, און מ'האט א דין ווי א רשע, אעפ''כ האט די רבי זיך געטראפן מיט די אלע רבי'ס וואס האבן גאר געשיקט זייער עולם, די רבי איז געפארן צום לוי' פון ר' אהרן קאטלער ז''ל און אים מספיד געווען, כאטש ער איז געפארן קיין א''י מחזיק זיין די אידן צו יא גיין צו די בחירות דאס איז געווען א אויסנאם נאך א שטיק צייט וואס מען האט געלאזט וויסן פארן די רבי אז מען לערענט אין לעיקוואוד "ויואל משה", און דער עולם זעט איין וכו' - ר' עזריאל גליק פלעגט אזוי דערציילן וואס ער איז דעמאלטס געגאנגען מיטן רבי'ן.
קודם האט די רבי נישט געהאלטן ביים ג'יין, אבער דערנאך באשלאסן יא - זקניך ויאמרו לך
און ווען די בית ישראל פון גור איז געקומען זיך געזעגענען פון די רבי אויפן שיף האט די רבי אויסגעפירט אונז בלייבן גוטע ידידים, טראץ וואס די בית ישראל האט געשיקט זיין עולם צו די בחירות
די זעלבע ווייטער, די רבי שרייבט אין על הגאולה, אז אפי' איינער האט נאר א מחשבה בלב אז ס'קען זיין אז ס'איז געווען ניסים תשכ''ז, איז אויך נמשך נאך כפירה
און ממש אלע רבי'ס און רבנים פון אמעריקע האבן דאך אזוי געהאלטן רוב רבנים האבן זיך נישט געלאזט הערן דערוועגן. און לאוו דווקא אז זיי האבן געהאט עפעס א שיטה פארוואס צו האלטן אז ס'איז געווען ניסים ר"ל
דער ליובאוויטשער האט זיך געלאזט הערן מיט מינות וכפירה און די רבי מנטורי קרתא זי"ע האט דעמאלטס שטארק ארויסגעטראטן קעגן אים (אדער געזאגט אפען, אדער כאטשיג אין הארץ) אעפ''כ האט די רבי זיי מכבד געווען
איך האב אמאל געהאט א לימוד זכות אויף דיר. אז דו ביסט א תינוק שנשבה (בין המשוגעים). איך ציה עס צוריק. איך וויל דיך נישט אנרופן ביי דעם עכטן נאמען וואס מ'דארף.
עס איז נישט קיין סוד יעדער וואס הערט אמאל פון א איד וואס געדענקט סאטמער רב אין די געזונטע יארן ווייסט דאס, ער איז געווען דירעקט א בעלבתישע רבי הנאה געהאט ווען די עולם איז מצליח אין מסחר, נישט ליב געהאט די פארפרומטע חברה, געווען אלס פרייליך גוטמוטיג, ליב געהאט צו הערן א גלייכווערטל.
חיים הלוי: ייש"כ. שפתיים ישק משיב דברים נכוחים...!חיים הלוי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 2:39 pmעס איז נישט קיין סוד יעדער וואס הערט אמאל פון א איד וואס געדענקט סאטמער רב אין די געזונטע יארן ווייסט דאס, ער איז געווען דירעקט א בעלבתישע רבי הנאה געהאט ווען די עולם איז מצליח אין מסחר, נישט ליב געהאט די פארפרומטע חברה, געווען אלס פרייליך גוטמוטיג, ליב געהאט צו הערן א גלייכווערטל.
דאס נעמט כלל נישט אוועק פון זיין קדושה וטהרה און זיין גדלות זיין כח הנהגה
עמרם: ייש"כ. דאס איז דער פראבלעם מיט די געשוואלענע עמי הארץ און בעלי תשובה וועלכע קענען זיך נישט אויס מיט די קליינע פינטעלעך. (אזוי ווי אסטראלאג, וסייעתו.) זיי רעדן אריין אין זאכן צו וועלכע זיי פארשטייען בכלל נישט.עמרם האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:03 am @אסטראלאג : ווען האט די רבי גערעדט אקעגן אים (איך פרעג ווייל איך וויל וויסן, אין די ספרים שטייט גארנישט חוץ אקעגן די מבצה תפילין, אבער קעגען אים אליינס האב איך נאכנישט געזעהן, אדרבה אפשר ווייסטו א מקור, אדער האסטו אליינס געהערט)
און אויף דעם וואס די ענטפערסט @אבימלך וועגן ר' אהרן קאטלער,
צווי זאכן בלייבט מיך שווער
אויב האט ער טאקע באמת נישט געהאלטן פון די וואס האבן געשטיצט די בחירות, איז פארוואס האט ער געזאגט פארן בית ישראל אז מיר בלייבן גוטע ידידים ? (אויב די מעשה וואס @אבימלך ברענגט איז אמת)
און אפילו ר' אהרן קאטלער אליינס, די רבי האט טאקע געמיינט אז זיינע תלמידים לערנען און זעהן איין אז זייער רבי האט געמאכט א טעות, און די סאטמארע רבי איז גערעכט ?
אז די רבי איז שוין געווען גרייט צו פארן צו זיין לוי' און אים מספיד זיין ??
עפעס שטימט נאכנישט דא.....
אויב מען איז געווען א אונס מעג מען יא דאווענען שחרית נאך חצות אלטס תשלומיןאבימלך האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:55 amמ'דארף טאקע א גוף נקי , אבער נאך חצות קען מען נישט דאווענען שחרית, ע''פ הלכה
נישט קיין חילוק וואס די סיבה פון נישט דאווענען פארדעם איז
(ס'איז דא געוויסע שיטות אז ביז מנחה גדולה קען מען דאווענען שחרית, אבער נאכדעם קען מען נישט, און אויב מ'האט נישט געדאווענט, מאיזה גוטע סיבה שהוא, אפי' מ'האט נישט געמעקט דאווענען ע''פ הלכה, קען מען שוין נישט דאווענען שחרית, די הייליגע סאטמאר רבי זי''ע האט יא געדאווענט)
איך מיין אז סאטמאר רב שרייבט נישט אין ערגעץ אז גיין צו די בחירות איז יהרג ואל יעבור, נאר אויף די חברי כנסתאבימלך האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:53 am איבער דעם הייליגן סאטמאר רבי'ן איז דא א געוואלד צו שרייבן, אנדערש פון די היינטיגע רבי'ס, איז ער געווען גאר א קלוגע איד, אזוי אויך האט ער נאך געמיינט דעם אייבערשטן, (ווייס איך נישט אויב 100% אדער 50%, אבער מער פון די היינטיגע רבי'ס זיכער)
אסאך מאל האט ער געזאגט זאכן, וואס ער האט געהאלטן אז ס'דארף געזאגט ווערן, אפי' ער אליינס האט נישט געהאלטן ממש דערביי
בעיקר האט מען עס געזעהן ביי זיין מלחמה מיט ציונות והמסתעף, איין דוגמא איז די אויבען דערמאנטע מעשה, ברבים האט ער זיך גערעיגט אויף ר' יונתן, און גלייך נאכדעם ביחודות האט ער געשמייכלט צו אים, און זיין כוונה איז געווען, אז ער האט געוואלט מודיע זיין פאר די עולם, אז ער האלט נישט פון דעם אסיפה אפי' ס'איז ביי זיין ידיד'ס בית מדרש, און ער וועט רעדן קעגען דעם אפי' בפניו,
אבער צווישן זיי אליינס האט ער פארשטייט זיך אנגעהאלטן די ידידות
און אזוי איז אייביג געווען, אין די ספר ויואל משה, און אין על הגאולה , שרייבט די רבי קלאר אז נישט נאר די ציונים וואס זענען פריי זענען רשעים גמורים נאר אפי' מ'איז פרום, אבער מ'האלט אז מ'מעג האבן א מדינה, פאר דעם אליינס איז מען שוין א רשע, - אבער למעשה ווען ס'איז געקומען א מזרח'סט צום רבי'ן, האט די רבי זיי שיין אויפגענומען,
די רבי גייט דאך באמת אסאך ווייטער אין די ספרים, אז אפי' מ'גייט נאר צו די בחירות, איז מען שוין עובר אויף יהרג ואל יעבור, און מ'האט א דין ווי א רשע, אעפ''כ האט די רבי זיך געטראפן מיט די אלע רבי'ס וואס האבן גאר געשיקט זייער עולם, די רבי איז געפארן צום לוי' פון ר' אהרן קאטלער ז''ל און אים מספיד געווען, כאטש ער איז געפארן קיין א''י מחזיק זיין די אידן צו יא גיין צו די בחירות
און ווען די בית ישראל פון גור איז געקומען זיך געזעגענען פון די רבי אויפן שיף האט די רבי אויסגעפירט אונז בלייבן גוטע ידידים, טראץ וואס די בית ישראל האט געשיקט זיין עולם צו די בחירות
די זעלבע ווייטער, די רבי שרייבט אין על הגאולה, אז אפי' איינער האט נאר א מחשבה בלב אז ס'קען זיין אז ס'איז געווען ניסים תשכ''ז, איז אויך נמשך נאך כפירה
און ממש אלע רבי'ס און רבנים פון אמעריקע האבן דאך אזוי געהאלטן (אדער געזאגט אפען, אדער כאטשיג אין הארץ) אעפ''כ האט די רבי זיי מכבד געווען
מ'זעהט ס''ה אז די רבי איז נישט געווען קיין סתירה צו זאגן אדער שרייבן און טוען פארקעט !
אברהם ברוך: ייש"כ. נאר דער סאטמאר'ע רב האט געהאט אן אנדער'ן מהלך (עפ"י הלכה) פארוואס ער האט געמעגט דאווענען שפעט שחרית (באופן קבוע). אין וואס איך וויל יעצט נישט אריינגיין.אברהם ברוך האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:20 pmאויב מען איז געווען א אונס מעג מען יא דאווענען שחרית נאך חצות אלטס תשלומיןאבימלך האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:55 amמ'דארף טאקע א גוף נקי , אבער נאך חצות קען מען נישט דאווענען שחרית, ע''פ הלכה
נישט קיין חילוק וואס די סיבה פון נישט דאווענען פארדעם איז
(ס'איז דא געוויסע שיטות אז ביז מנחה גדולה קען מען דאווענען שחרית, אבער נאכדעם קען מען נישט, און אויב מ'האט נישט געדאווענט, מאיזה גוטע סיבה שהוא, אפי' מ'האט נישט געמעקט דאווענען ע''פ הלכה, קען מען שוין נישט דאווענען שחרית, די הייליגע סאטמאר רבי זי''ע האט יא געדאווענט)
חיים הלוי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 2:39 pm עס איז נישט קיין סוד יעדער וואס הערט אמאל פון א איד וואס געדענקט סאטמער רב אין די געזונטע יארן ווייסט דאס, ער איז געווען דירעקט א בעלבתישע רבי הנאה געהאט ווען די עולם איז מצליח אין מסחר, נישט ליב געהאט די פארפרומטע חברה, געווען אלס פרייליך גוטמוטיג, ליב געהאט צו הערן א גלייכווערטל.
דאס נעמט כלל נישט אוועק פון זיין קדושה וטהרה און זיין גדלות זיין כח הנהגה