ס׳איז זייער הארצראסענדיג, געווענדליך איינער וואס געט נישט א גט פאר יארן, איז א רשע און איך פארשטיי שוין פארוואס מ׳האט זיך געדארפט גט׳ן, אבער נישט וועגן מ׳האט געמאכט א שיינע ווידיא מיינט עס אז יעדער און די ווידיא איז טאקע אזא רשע (און נישט אלעס מוז זיין אמת אפילו עס שטייט קלאר אין די ווידיא).
נעם טאקע די ווידיא וועסטו פארשטיין וואס איך מיין, זיי זאגן נישט וואס די טאטע האט געטוהן ראנג און זיי לייגן א פיקטשער פון די טאטע אין זאגן אז ער איז א מגיד שיעור בלא בלא בלא, רבונו של עולם וואס איז די טאטע שולדיג אז ער האט א קינד וואס איז משוגע? און אויב די טאטע האלט אז זיין זוהן איז יא גערעכט איז וואס?? א טאטע האט א געפיל צו א קינד און געפיל קען אסאך מאל מאכן אז מ׳זאל נישט טראכטן, שטעלט דיך פאר מ׳גייט אנקלאגן איינעם פאר די ערגסטע זאכן און די טאטע אדער קינד האלט אז ס׳קען נישט זיין אמת, איז שוין איינעם בייגעפאלן צו אנקאלן די פלאץ ווי די טאטע ארבעט פרעגן פארוואס די האלטס די טאטע פאר ארבייטער??? וואס איז די טאטע שולדיג? (חוץ אויב די טאטע האט א חלק און די מעשה אליינס איז שוין עפעס אנדערש)
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:00 am
איך האב מיטגעהאלטן אפאר פון איר קאמפיינס אקעגן מענער וואס געבן נישט א גט פאר יארן, אנפאנג האב איך זייער הנאה געהאט ווייל ס׳איז א גרויסע רשעות וואס די מענער טוהן, למעשה האבן זיי אנגעהויבן צו צאפען די בלוט פון משפחה מיטגלידער (עלטערן און געשוויסטער וכדו׳) ווייל אפשר אזוי וועט די פרוי באקומען שנעלער א גט, איך האלט זיי האבן איבערגעצויגן די שטריק, רוב מענטשן וואס קענען האלטן א פרוי האסטיטש פאר צען יאר האבן זייערע עלטערן און די בעק טאש, און וואס וויל מען פין עלטערן וואס ליידן שוין גענוג פון זייערע קינדער???
און אויב די משפחה מיטגלידער זענען די וואס מאכן זיכער אדער העלפן צו אז ער זאל נישט געבן א גט? (איך זאג נישט קיין מיינונג אויף קיין שום ספעציפישע קעיס, איך רעד בכלליות)
אויב די משפחה מיטגלידער זענען די וואס מאכן זיכער ביסטו אפשר גערעכט, איך האב שוין געזעהן ווי זיי גייען צו עלטערן׳ס הייזער פראטעסטן וועגן די עלטערן לאזן די קינדער צוריק אריין און שטוב און לויט זיי מיינט עס געהאלפן
אוודאי מיינט עס געהאלפן. ארייננעמען די מאן אין שטוב בשעת ער צאפט דאס בלוט פון זיין ווייב איז קלאר געהאלפן דורכפירן א קריים.
עס שרייבט זיך זייער גרינג ווילאנג די ביסט נישט און די מצב, אויב איך קען דיר פרעגן וואס וואלסטו געטוהן אויב דיין קינד איז נישט נארמאל און וויל נישט געבן א גט? די וואלסט אים ארויס געווארפן פון דיין הויז און געלאזט אויף די גאס?? ס׳זאגט זיך זייער גרינג אויף יענעם
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:05 pm
עס שרייבט זיך זייער גרינג ווילאנג די ביסט נישט און די מצב, אויב איך קען פרעגן וואס וואלסטו געטוהן אויב דיין קינד איז נישט נארמאל און וויל נישט געבן א גט? די וואלסט אים ארויס געווארפן פון דיין הויז און געלאזט אויף די גאס??
וואו קומט אריין "נישט נארמאל", מ'רעדט דא פון רשעות.
בכלל, דאס אז עס איז דא א נאטורליכע רחמנות געפיל פון די עלטערן איז טאקע פארשטענדליך, אבער אויב למעשה די קירוב פון די עלטערן איז א גורם פאר זיינע רשעות דארפן די עלטערן זיין גרייט צו ליידן צוליבן זיין אן אומדירקעטע שותף אין זיינע מעשים

אקעי, די האלטס אז עלטערן וואס לאזן די מאן צוריק און שטוב איז א גורם פאר זיינע רשעות און זיי דארפן זיין גרייט צו ליידן, איך הער וואס די זאגסט, איך גיי איבערפרעגן די זעלבע קשיא, אויב דיין קינד איז א ״רשע״ (בעסער?) און וויל נישט געבן א גט, וואלסט אים ארויס געווארפן פון דיין הויז און געלאזט אויף די גאס?? און אויב די וואלסט אים יא ארויסגעווארפן, די קענסט נישט פארשטיין איינער וואס ווארפט נישט ארויס זיין קינד? די האלטס אז די עלטערן הייסן שוין א גורם און זיי דארפן ליידן?
ווען די רבנים וואלטן געוועהן רבנים וואלטן זיי עוקר געוועהן די קידושין פון א יעדע מסרב גט, ווי מען זעהט אין די גמרא אז כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש און די רבנן קענען עוקר זיין קידושין׳ס.
אבער אכשר דרא אינז האבן רבנים וואס חוץ זיין פארנימען מיט קידטשאטשקע, שמאלע הויזן און געבן נעמען פאר געסער קענען זיי גארנישט מער פון פסקי תשובות, שטיי מיר דא אז מען קען מעגן זיין, ואין מושיע לה.
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:35 pm
ווען די רבנים וואלטן געוועהן רבנים וואלטן זיי עוקר געוועהן די קידושין פון א יעדע מסרב גט, ווי מען זעהט אין די גמרא אז כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש און די רבנן קענען עוקר זיין קידושין׳ס.
אבער אכשר דרא אינז האבן רבנים וואס חוץ זיין פארנימען מיט קידטשאטשקע, שמאלע הויזן און געבן נעמען פאר געסער קענען זיי גארנישט מער פון פסקי תשובות, שטיי מיר דא אז מען קען מעגן זיין, ואין מושיע לה.
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:00 am
איך האב מיטגעהאלטן אפאר פון איר קאמפיינס אקעגן מענער וואס געבן נישט א גט פאר יארן, אנפאנג האב איך זייער הנאה געהאט ווייל ס׳איז א גרויסע רשעות וואס די מענער טוהן, למעשה האבן זיי אנגעהויבן צו צאפען די בלוט פון משפחה מיטגלידער (עלטערן און געשוויסטער וכדו׳) ווייל אפשר אזוי וועט די פרוי באקומען שנעלער א גט, איך האלט זיי האבן איבערגעצויגן די שטריק, רוב מענטשן וואס קענען האלטן א פרוי האסטיטש פאר צען יאר האבן זייערע עלטערן און די בעק טאש, און וואס וויל מען פין עלטערן וואס ליידן שוין גענוג פון זייערע קינדער???
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:35 pm
ווען די רבנים וואלטן געוועהן רבנים וואלטן זיי עוקר געוועהן די קידושין פון א יעדע מסרב גט, ווי מען זעהט אין די גמרא אז כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש און די רבנן קענען עוקר זיין קידושין׳ס.
אבער אכשר דרא אינז האבן רבנים וואס חוץ זיין פארנימען מיט קידטשאטשקע, שמאלע הויזן און געבן נעמען פאר געסער קענען זיי גארנישט מער פון פסקי תשובות, שטיי מיר דא אז מען קען מעגן זיין, ואין מושיע לה.
רבנים קענען נישט עוקר זיין קידושיןס.
זיי קענען אבער ארויסקומען מיט א ויצעקו.
אזוי האלטסטו, אבער די גמרא זאגט ״כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש ואפקינהו רבנן קידושין מיניה״ (ערגעץ אין גיטין)

מיר אלע ווייסן וואס די גמרא זאגט, אבער רבנים (ארטאדאקס דעט איז) קענען קיין קידושין נישט מפקיע זיין.
און איך האב נישט קיין טענה צו זיי אויב זיי גייען נישט ווערן פלוצלינג האלב קאנסערוואטיוו און מפקיע זיין קידושין. עס איז נאריש און זינלאז אפילו צו רעדן דערפון דא.
די טענה איז הלמאי טוהען זיי נישט וואס און וואו זיי קענען יא עפעס אויפטוהן?!