בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 11:48 pm
דורך גלות יוד
חאצקל האט געשריבן:אודה ד' פון וויזניץ (מוזיק ביי מונה) איז אויך פון די גאר געלונגענע שלימות'דיגע סידי'ס
בהר המוריה פון אייזיק האניג וואס ווערט נישט נמאס ביזן היינטיגן טאג (מוזיק ביי לאופר)
מגילת אסתר מיט געזאנג (מוזיק [דוכט זיך בלויז סינטיסייזער] ביי הערשי לעבאוויטש)
נעומות חב"ד 1: אינסטרומענטאלער טעיפ געשפילט (דורך מונה) שנעלע ניגונים מיט א פילהארמאנישע ארקעסטרא.
יא די טעיפ (על שם העבר) אודה פון וויזשניץ איז מורא" דיג ספעציעל די ניגון אודה די פיאנא דארט און אויכט ווי ער פארט ארויף א סקעיל די שטיקל אינדערמיט ווייסט וואס איך מיין?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 11:54 pm
דורך גלות יוד
חאצקל האט געשריבן:ממקומך איז טאקע א היט פון א טעיפ, אבער איך האב געוויסע קריטיק אויף די ארעינדזשמענט פון געוויסע ניגונים אינעם טעיפ, אפשר אין אן אנדער געלעגנהייט וועל איך עס מפרט זיין
איך וויל צולייגן דעם טעיפ צמאה לך נפשי פון בעלז מיט ירמי' דמן (רובי באנעט אויף די ארעינדזשמענט) וואס מ'קען רופן מיט רעכט א "הערליכער טעיפ" כאטש עס איז נישט אזוי קאלירפול.
דער טעיפ שמעתי פון שוואקי קען מען אפשר אויך צולייגן צום ליסט אלס א שלימות'דיגער טעיפ מיט לעבן און קאליר.
וואס באדערט דיך מיט ממקומך? איך ווער משוגע פאר די טעיפ, די ארענזשמענטס אויף היום הרת עולם איי גא קרעזי, א שטיקל דארט ביי די ווארט כעבדים האב איך ממש פארלוירן די אטעם, און די ניגון כי ל' המלוכה דאס האט מונה געצייגט פאר זיין מוזיק דיפלאמע.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:00 am
דורך חאצקל
צו ר' גלות, בנוגע דעם ניגון אודה: איך האב שוין לאנג נישט געהערט דעם טעיפ אודה. אבער דאכט זיך מיר אז איך ווייס וואס דו מיינסט.
אגב. דער פארשפיל צום ניגון איז בערך די זעלבע ווי דער פארשפיל אויף חקותיה במרה פון מ.ב.ד (קאמפאוזט ביי י. גרין. מוזיק ביי מונה).
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:09 am
דורך גלות יוד
יא די זעלבע איידיע אגב הער איך יעצט די טעיפ משלחנם של מלכים פון עמית ליסטוונד ס'דא אסאך גוטע סחורה דארט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:51 pm
דורך חאצקל
דער טעיפ בדרך התורה פון מיאמי (מוזיק ביי מונה לאופר און לאם) וואס פארמאגט א געוואלדיגער פרישקייט און ענערגי, מיט אויסגערופענע קארילפולע און געשמאקע ניגונים באגלייט מיט אויסנאמילכע ארעינדזשמענטס.
ווידער אויף דער טעיפ רווח פון מיאמי (מוזיק אויך ביי מונה לאופר און לאם) זענען קאמענטארן איבריג. דער טעיפ איז פאררעכנט אלס געלונגענסטע פון מיאמי באויס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:56 pm
דורך חאצקל
זר זהב האט געשריבן:נישט פארגעסן פון די געלונגענע טעיפ "מהרה" פון ניגוני ווערצבערגער.
דער טעיפ מהרה איז גראדע פאררעכנט אלס דער שוואכסטער טעיפ פון די ניגוני ווערצבערגער סעריע. אויב עפעס איז דארט א היט פון א טעיפ איז עס "מעין עולם הבא" טעיפ, מיט גיטע סימפאנישע מוזיק (דורך הערשי לעבאוויטש, דער זעלבער ארעינדזשער ווי מגילת אסתר מיט געזאנג), גיטע ניגונים און גיטע קינד סאליסט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:57 pm
דורך זר זהב
חאצקל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:נישט פארגעסן פון די געלונגענע טעיפ "מהרה" פון ניגוני ווערצבערגער.
דער טעיפ מהרה איז גראדע פאררעכנט אלס דער שוואכסטער טעיפ פון די ניגוני ווערצבערגער סעריע. אויב עפעס איז דארט א היט פון א טעיפ איז עס "מעין עולם הבא" טעיפ, מיט גיטע סימפאנישע מוזיק (דורך הערשי לעבאוויטש, דער זעלבער ארעינדזשער ווי מגילת אסתר מיט געזאנג), גיטע ניגונים און גיטע קינד סאליסט.
איך אגריע מיט אייך....
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:27 pm
דורך חאצקל
גלות יוד האט געשריבן: וואס באדערט דיך מיט ממקומך? איך ווער משוגע פאר די טעיפ, די ארענזשמענטס אויף היום הרת עולם איי גא קרעזי, א שטיקל דארט ביי די ווארט כעבדים האב איך ממש פארלוירן די אטעם, און די ניגון כי ל' המלוכה דאס האט מונה געצייגט פאר זיין מוזיק דיפלאמע.
יוסי גיל האלט פונקט ווי דיר, ער רימט אויס ביזן הימל דער ארעינדזשמענט און ווי אויך דער קוויער אויף היום הרת עולם, ווי פראפעשנל, פילהארמאניש, רייך, און פראכטפול עס איז אראפ געשפיעלט. איך אליין ווער אויך נתפעל דערפון, אבער מיר קוקט אויס נישט רייף, לעכעריג, נישט צאמגענומען, און נישט גענוג ערנסט ווי עס וואלט געפאסט, ווי אויך דער קווייער געפעלט מיר אינגאנצן נישט. בקיצור לויט מיין אויער פעלט שלימות אין דעם. איך האלט אז טאמער לאם וואלט געמאכט אזא סארט ארעינדזשמענט וואלט עס ענדערש געווען א דבר השלם מיט מער א בכבוד'יגער געשטעל, באפעסטיגט, צאמגענומען און סמוד.
אבער אז יוסי גיל און גלות איד ווערן פון דעם נתפעל טראכט איך אז אפשר איז עס נאר אן ענין פון טעיסט, אדער פארשטיין דעם סטייל. אדער איז מעגליך אז וויבאלד איך האב עס געהערט צום ערשטן מאל ליידנדיג פון א קאלד האט געמאכט א נישט גיטן רושם אויף מיר די מאוים'דיגע שטיקלעך און קארדס און שווייגעניש דארט.
די ארעינדזשמענט אויף כי לד' המלוכה וואס איז נאך א מדובר ביז היינט ביי די וואס קענען ירמי'ס טעיפס, ווי מונה מאכט אזעלעכע בארוק סטיל שטיקלעך ווי באך וכדו', איז אויך נישט ביי מיר נושא חן, בפרט אז ער ריקט דארט אריין א גראבער דראם מיט היינטיגער ריטעם, וואס פאסט ניטאמאל צום סטייל וואס ער ניצט.
דער אינסטרומענטאלע וואסער ניגון (קוקט אויס ווי לעקטאראנישע פיאנא מיט עפעקטן, און אקארדיאן) איז נישט נושא חן ביי מיר, לאם מיט די סטרינגס וואלט מיר בעסער אפגעשפילט דעם ניגון.
לא תבושו, א קלאונישע ארעינדזשמענטס (אן סטרינגס און ברעס. דער דראם ווייס איך נישט צו ס'איז ריעל אדער עלעקטאריניש), האט ביי מיר נישט קיין חן.
שובו לכם: צו אנגעפאקט מיט סטרינגס
ו
ואס איך האב יא מורא'דיג ליב פון דעם טעיפ איז חסל סידור פסח (הרב פנחס פרידמן. הער די פידלעך דארט), מהרה, שירה חדשה, און ועל כולם ירמי'ס קול וואס איז ריין ווי גאלד, בעסער ווי אין כמעט אלע אנדערע זיינע טעיפס.
אבער בכלליות האב איך מער ליב דעם טעיפ אדיר הוא יבנה, ווי ממקומך, און דאס וואלט איך אריין געריקט אין אונזער ליסטע פון שלימות'דיגע שפרידלדיגע קולטור טעיפס. ווער ס'האט געהערט דעם טעיפ ווייסט וואס איך מיין. בורא עולם, אדיר הוא, אב הרחמים, יברכך השם מציון, ניגונים וואס זענען היטס עד היום הזה, און אנדערע הערליכע ניגונים, מיט זייער לעבהאפטע ארעינדזשמענטס.
אויב רעדט מער פון א פילהארמאנישע טעיפ פון ירמי' מיט מונה, איז עס ביי מיר ענדערש דער טעיפ "זה היום" מיט די פרענטש הארן'ס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:25 pm
דורך חאצקל
נאך א שפרידלדיגע טעיפ: תהא השעה הזאת פון ר' ירמי' דמן . אטענטישע,פראכטפולע און זאפטיגע בטעם'טע מוזיק (דורך סוקי בערי פון ישראל). א קווייער ווי ס'האט געפאסט אין די ניינציגער יארן (דורך דודי קאליש). גאר קאלירפולע, הערליכע זינגבארע און אויפגעכאפטע ניגונים (דורך ר' שלמה קאליש). צווישן זיי, תהא השעה הזאת, כי אורך ימים, כי אתה הוא מלך מלכי המלכים, אשא עיני אל ההרים, דער יצירה "ובמקהלות", און "כה אמר השם", הערליכע ניגונים איינס נאכן אנדערן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:27 pm
דורך קווארטין
זר זהב האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:נישט פארגעסן פון די געלונגענע טעיפ "מהרה" פון ניגוני ווערצבערגער.
דער טעיפ מהרה איז גראדע פאררעכנט אלס דער שוואכסטער טעיפ פון די ניגוני ווערצבערגער סעריע. אויב עפעס איז דארט א היט פון א טעיפ איז עס "מעין עולם הבא" טעיפ, מיט גיטע סימפאנישע מוזיק (דורך הערשי לעבאוויטש, דער זעלבער ארעינדזשער ווי מגילת אסתר מיט געזאנג), גיטע ניגונים און גיטע קינד סאליסט.
איך אגריע מיט אייך....
גם אני מצטרף, יענע צוויי טעיפס, מעין עולם הבא, און דאכטזיך דאס צווייט הייסט מהר והבא, וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון זכרון. ב.ד.וו. ווער איז דער הערשל לעבאוויטש, סאונד זייער א גוטע אררענדזשער, ער האט אויך אררענדזשט פאר חזן משה שטערן. קוקט אויס ווי ער נוצט א סך קיבאורד סאונדס און כמעט נישט קיין עכטע אינסטרומענטס, אויב ער נוצט בכלל עכטע, און מ'דערף געדענקן אז מ'רעדט פון בימים ההם, ווען סיז נאך בכלל נישט געווען די היינטיגע פורטבל קיבארדס מיט די פארגעשריטענע פראגראמען, טייטש ער האט אלעס אררענדזשט אליינס, קווייט א דזשיניעס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:39 pm
דורך חאצקל
איך ווייס אויך נישט קיין אינפארמאציע אויף הערשל לעבאוויטש, איך ווייס פון אים נאר פון די צוויי אויבנדערמאנטע טעיפס, אבער פון די צוויי טעיפס זעהט אויס אז ער איז א גאר גיטער ארעינדזשער, די אינטראו'ס אויף מגילת אסתר מיט געזאנג איז אויסנאם יוניק. איך בין יעצט געוואויר געווארן פון דיר אז ער ארעינזשט אויך פאר חזן משה שטערן.
אויף מגילת אסתר טעיפ ניצט ער ווי עס ווייזט אויס בלויז אדער כמעט בלויז א סינטיסייזער. אבער אויף מעין עולם הבא ניצט ער ביי טייל ניגונים א סימפאנישע ארקעסטרא, ער איז ווייזט אויס נישט קיין קטלא קניא, נאר א גאר ערנסטע אקאדעמישער מוזיקאנט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:57 pm
דורך קווארטין
קאררעקט.
לגבי משה שטערן, סיז דא זייער א שיינע טעיפ ווי ער זינגט אביסל זמירות (גענומען דאכטזיך, פון לייבעלע וואלדמאן), נאכהער זינגט ער דארט "טל" "אמר רבי אלעזר" ועוד, זייער א שיינע טעיפ, און הערשי לעבאוויטש מאכט דארט א גרעיט דזשאב.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:13 pm
דורך שמעקעדיג
קווארטין האט געשריבן: יענע צוויי טעיפס, מעין עולם הבא, און דאכטזיך דאס צווייט הייסט מהר והבא
עס הייסט והערב נא.
ביידע טעיפס (אלבומ'ס) ליגן ביי מיר אין קאמפיוטער, און איך הער זיי עוורי נאו ענד דען.
די "שבת ליד"! צוגייט דאך אין אלע אברים, דער ניגון, דאס אינגעלע, די מוזיק....
דער הערשי לעבאוויטש איז גוטע סחורה.
ווי שוין דערמאנט, אויפן קינדער טעיפ "עם סגולה" איז אויך ער. הערליך הערליך.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:30 pm
דורך חאצקל
נאך א באמבעדיגע טעיפ איז דער אלבום וואס איז ארויס מיט 5 יאר צוריק מיטן נאמען "טראכט גוט" פון יוני שלמה פון פארנקרייך (מוזיק ביי משה לאופר). איך קען נאר זאגן אויף דעם אלבום איין ווארט "הערליך". הערט עס און איר וועט פארשטיין וואס איך מיין.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:20 pm
דורך קווארטין
חאצקל האט געשריבן:נאך א באמבעדיגע טעיפ איז דער אלבום וואס איז ארויס מיט 5 יאר צוריק מיטן נאמען "טראכט גוט" פון יוני שלמה פון פארנקרייך (מוזיק ביי משה לאופר). איך קען נאר זאגן אויף דעם אלבום איין ווארט "הערליך". הערט עס און איר וועט פארשטיין וואס איך מיין.
האט א גוט קעלעכעל?, עמערעס פרובירן צו פארזוכן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:36 pm
דורך חאצקל
ס'הייסט אז ער האט אן ענליכער קול צו דעם בארימטן זינגער א. פריד, אבער אין געוויסער חלקים גלייך איך מער יוני שלמה ווי אברהם, ער איז ווארימער און זיסער לדעתי (אפשר ווייל ער איז נאכנישט בא'גדול'ט [אויך גייט ער אדורך שווערע צייטן ל"ע]).
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:28 am
דורך חאצקל
נו, האט קיינער נישט אויפן געדאנק נאך געלונגענע מייסטערהאפטע טעיפ'ס???
נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 1:22 am
דורך חאצקל
א גוטע שעה פון יונתן שווארץ, הגם עס איז נישט צו מיין געשמאק אבער עס איז אבסעלוט א באמבעדיגער טעיפ וואס קומט ארויס איין מאל אין עטליכע יאר