בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:17 pm
דורך שמייכל
גלות יוד האט געשריבן:שמייכל האט געשריבן:גלות יוד האט געשריבן:מיין אויער איז נישט אזוי אויסגעשארפט צי הערן דרייצנס און עלעווערס אפשר לערנסטי מיך אויס, איך האב אויף דעם אינטרא נישט געהערט קיין איינע פון די, דאס איז מונה'ס קינץ סימפל אבער גאוניש.
אז דו וועסט לערנען מוזיק טעארי וועסטו וויסן וואס דאס מיינט, און דו וועסט אויך אנהייבן מיט די צייט צו הערן און באמערקן קאורדס אויפן זעלבן שטיקל מוזיק וואס דו האסט שוין טאקע אמאל געהערט אבער נישט דערהערט...
איך קען ב"ה זייער גיט מוזיק איך וואלט מיך געפרייט ווען די שרייבסט מיר אפ די קארדס אויף דעם ניגון
די ערשטע קאורד איז א 11, און די פערטע איז א 13, דוק ותשכח
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:28 pm
דורך גלות יוד
די קענסט גיט קענסט פיאנו?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:31 pm
דורך חאצקל
ר' גלות: מיר ליגט אין קאפ אז מבד האט געמאכט דעם גם כי אלך, ביסט זיכער אז מונה האט עס פארפאסט?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:39 pm
דורך גלות יוד
אדער ער אדער ער קען טאקע זיין אז מב"ד דאס איז טאקע א פראבלעם אמאל פלעגט מען האבן אלע קאווערס אבער היינט איז אלעס דיזשיטעל אבער די קאווערס האט מען נישט דיגיטאליזירט א שאד
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:48 pm
דורך שמייכל
גלות יוד האט געשריבן:די קענסט גיט קענסט פיאנו?
איך בין נישט קיין פיאניסט, אבער איך קען זיך אביסל אויס אין קארדס
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:31 pm
דורך חאצקל
אויף מונה 5 איז דא א ניגון מיטן נאמען (דאכט זיך) "כוס הדמעות". עס שטייט נישט דארט ווער ס'האט עס פארפאסט, איך ווייס נאר אז מ.ב.ד. זינגט עס מיט יארן פריער ביי א קאנצערט אויף אנדערע (לדעתי מער פאסיגע) ווערטער מיט א אינגל (ווי א דיאלאג).
ווייסט איינער וער עס האט עס פארפאסט?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:41 pm
דורך משה געציל
דא האב איך געברענגט א קליפ פון די ארגינעלע מקור, עי״ש.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:42 pm
דורך חאצקל
אין בחדרי חרדים ווערט אויסגערעכנט עטליכע פאפולערע ניגונים פון מונה רוזנבלום, צווישן זיי א "לעבעדיגער" אשרינו מה טוב חלקינו; דער נאסטאלגישער" שומר ישראל; און דער מיטאליאגישער" ימים על ימי מלך.
ווייסט איינער פון וועלעכע ניגונים זיי רעדן?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:41 am
דורך איך אויך
אשרינו מה טוב חלקינו איז מיסטאם די בעלזר ניגון, עס איז פון די ערשטע בעלזר ניגונים און איז געווען אויף די ערשטע טעיפ, מונה האט עס געמאכט פאר בעלז.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:46 pm
דורך חאצקל
עס קוקט אויס ווי זיי רעדן פון א וועלטס באקאנטער אשרינו, דער בעלזער אשרינו אויף וחסד ה' איז אזוי באקאנט?