בלאט 2 פון 2
Re:
נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 11:03 am
דורך סקעפטיקער
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:17 am
איין טעות מאכסטו, טעאלאגיע איז נישט איבער עמפירישע פאקטן.
אדער איז דאס גאר דיין טעות
או יאמר, אז מ'קען עס אנקוקן פון ביידע זייטן. און דר. מיכי באציעט זיך איבער די עמפירישע פאקטן
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:09 am
דורך אלפא
נאכן שיקן די מאמר צו אים אליין פאר הערות און הסכמה, האט ער צוריקגעשיקט די פאלגענדע תיקונים:
איבער דאס
ווי ווייט איך פארשטיי זענען זיי (- זיין קוורטט) א קאלעקציע פון פריערדיגע – איינצעלנע ספרים פון אים.
האט ער געשריבן -
לא. יש הרבה ספרים אחרים. אלו נכתבו מראש כקוורטט של ארבעה ספרים. יש בהם תיאור של העימות האנליטי-סינתטי במישורים שונים (מדע, דת, פסיכולוגיה)
-----
איבער דעם
זיין מהלך אין אמונה איז גאנץ קלאר. קודם וואו ער ברענגט ארויס אז עס איז א ריינע עמפירישע טענה
-
לא אמפירית. הגיונית.
(אין איינקלאנג מיט ברוך'ס טענה לכאו'.)
-----
איבער דעם
השגחה פרטית, שכר ועונש, עולם הבא, משיח, און תחיית המתים
-
איני דוחה את זה. אין לי עמדה, כי אני לא יודע האם זה בא במסורת.
- א וויכטיגע תיקון.
(- ר' בערל, נאך דא שאנסן..)
-----
איבער דעם
בעצם איז ער א שטארקע לינקע, ביבי איז ביי אים שפיץ קארופטירט
-
ממש לא. אני איש ימין. אבל אכן מתנגד מאד לביבי.
אינטרעסאנט!
-----
איבער דעם
די מלחמה מיט עזה, איז ערזייער דערקעגן, ער טענה'ט אז חוץ פון וואס עס איז שקר אז מ'גייט באיזה אופן ערייכן אלע דריי צילן...
-
אני לא נגד. אני כן חושב שהמטרות סותרות.
-----
איבער דעם
(ער פאררופט זיך ערגעץ גאר אן אוטיסט)
-
מטפורית כמובן.
די
מיילי ![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
לייג איך שוין צו!
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:27 pm
דורך סקעפטיקער
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:09 am
איבער דעם
זיין מהלך אין אמונה איז גאנץ קלאר. קודם וואו ער ברענגט ארויס אז עס איז א ריינע עמפירישע טענה
-
לא אמפירית. הגיונית.
(אין איינקלאנג מיט ברוך'ס טענה לכאו'.)
ער איז שיין מסביר די נקודה אין
די מחברת דף 9 אונטערן קעפל "האם אמונה באלוהים היא טענה מדעית?"
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:24 pm
דורך ברוך שפינוזה
אלפא האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 04, 2024 4:48 pm
איבער דעם
זיין מהלך אין אמונה איז גאנץ קלאר. קודם וואו ער ברענגט ארויס אז עס איז א ריינע עמפירישע טענה
-
לא אמפירית. הגיונית.
(אין איינקלאנג מיט ברוך'ס טענה לכאו'.)
-----
איבער דעם
השגחה פרטית, שכר ועונש, עולם הבא, משיח, און תחיית המתים
-
איני דוחה את זה. אין לי עמדה, כי אני לא יודע האם זה בא במסורת.
- א וויכטיגע תיקון.
(- ר' בערל, נאך דא שאנסן..)
א דאנק פאר'ן אויסקלארן די צוויי פונקטן וואס האבן מיך דאס מערסטע געקראצט פונעם גאנצן פאוסט, אטע דאס הייסט גערעדט צום זאך.
איין נקודה איז נאך געבליבן אויסצוקלארן, דו האסט געשריבן:
לאגיק:
אמת איז נאר דא ביי אים
איינס. דהיינו אדער רעדט מען צום זאך אדער נישט, נישטא קיין אלו ואלו דברי אלקים חיים אין מציאות,
ניטאמאל אין הלכה. וואס יא, ער געבט די רעכט צו האבן און רעספעקטירן א צווייטע מיינונג על אף איך האלט עס איז שטותים, ווייל נאר אזוי קען מען דערגיין דעם אמת, חוץ פון וואס אטאנומיע איז נישט עפעס וואס מ'מעג אוועקנעמען אפי' פון א שוטה.
אמת שטאמט ביי אים פון
אינטואציע, וועלכע לויט אים פארלאנגט נישט קיין
הסבר אדער הצדקה. און פון דארטן ארויף בויט זיך לאגיק. די איינציגסטע מיט וועלכע ער קען זיך נישט טענה'ן איז איינער וואס איז קאנסיסטענט מיט סקעפטיציזם, וואס לויט יענעם איז אינטואציע נישט מבוסס, וואס אויף אזא טענה קען ער נישט ענטפערן.
ס'זעהט אויס ווי דו האסט דא געמאכט א שטיקל טשולענט פון לאגיק מיט אמת, אמת קען נאר זיין איין אבער לאגישע מסקנות דארף צו קענען זיין מער פון איין, נישט אזוי? צ.ב. לאגיש קען מען ציען א מסקנא סיי אז ס'איז דא א גאט און סיי אז ס'נישט דא קיין גאט, לאגישע מסקנות זענען אינפיניט, אזוי האבן אביי און רבא אונז אויסגעלערנט
![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
אויב טוסטו צו דעם צושטימען ווערט יעצט די קשיא וואס איז די "אמת" אויף וואס מ'דארף א מיכי אברהם צו זאגן אז ס'קען נאר זיין איין? מ'רעדט דאך זיכער נישט איבער אזעלכע שאלות צו די הימל איז (אדער זעהט אויס ווי) בלוי אדער פערפל ווייל איינער וואס האט א ספק דערין איז זיין אינטואציע נישט גענוג מבוסס אז ס'זאל זיין מיט וועם צו גיין צום טיש, אדער אפשר מיינסטו טאקע דאס ארויסצוברענגען?
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:31 pm
דורך אלפא
איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין שאלה.
לאגיק איז א ליידיגע פראצעדור (-פון הנחות צו מסקנות) וועלכע קען ענטהאלטן אן אמת'ע תוכן און א פאלשע תוכן.
אינטואציע - די באזע פון אלע לאגישע הנחות - איז וואס ער רופט אמת, און ער האלט עס איז נאר דא איין סארט דערפון. אנדערש ווי פלוראליסטס/עמאטיוויסטס/עמפיריסיסטס וועלכע האלטן אדער אז אינטואציע איז נישט בהחלט אמת (- סקעפטיקס) אדער אז יעדער האט זיך זיין אמת. ער לייקנט אזא אפציע.
דאס איז מיין הבנה.
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 9:00 pm
דורך צפת
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:17 am
דורך אלפא
איינס פון מיכאל אברהם'ס עיקר ארגומענטן לגבי אמונה איז די פאקט אז מיר בויען אלעס ארום אינטואציע, דהיינו, די גאנצע סייענטיפישע מעטאד - וואס קאנסטוטוט אלס טעאריע אדער עווידענס, די מאטעמאטישע אקסיומס, און אלעס אין פילאזאפיע, איז געבויט אויף אינדאקטיוו לאגיק (- מסביר זיין עפעס וואס מ'ווייסט נישט מיט עפעס וואס מ'ווייסט) וועלכע איז געבויט אויף אונזער טראסט אין אונזער אינטואציע וועלכע פירט אונז אזוי צו האלטן. וממילא איז לויט ווי ער טענה'ט נישט ווייניגער ראציאנאל זיך צו פארלאזן דערויף לגבי די עקזיסטענס פון א 'סיבה ראשונה שאין לו סיבה'. (ער טענה'ט עס נישט אלץ זיכערע פאקט נאר אלס מערסט פראבאבל..)
די זעלבע זאגט ער בנוגע די בריק צווישן א דאיסטישע ג-ט (- א ג-ט וואס האט נאר באשאפן די וועלט) און א טעאיסטישע ג-ט (-וועלכע טיילט איין מצוות און עבירות), אז מיט אינטואציע איז ראציאנאל אנצונעמען אז א ג-ט וואלט געהאט א סיבה צו באשאפן דעם וועלט און אז ער וואלט אונז מודיע געווען די סיבה, וממילא איז מעמד הר סיני א ראציאנאלע שטעלונג צו גלייבן - הגם ווייטער נישט מוכרח.
ער מאכט א טיפע שניט בכלליות צווישן אינטואציע - וועלכע איז אוניווערסאלי באגלייבט, און געפילן וועלכע זענען סוביעקטיוו און קענען דערפאר נישט אריינרעדן אין די 'אמת'..
אויך איז ער aware איבער די חילוק אז סייענס איז פאלציפירבאר וואס דאס געבט עס מער נאמנות משא"כ אמונה און פילאזאפיע, אבער בסופו של דבר טענה'ט ער אז ביידע נעמען זייערע קלעימס פון אינטואציע, וממילא האט עס מער ווייניגער די זעלבע ווערד.
עס הערט זיך אפשר ריכטיג זיינע ארגומענטן (הגם לאו דוקא קאנווינסינג..) אבער עס פילט זיך עפעס נישט ריכטיג -אינטואטיוולי- אין די צושטעל פון אונזער סייענטיפישע און טעגליכע אינטואציעס צו עקסטרעארדינערי 'אינטואציעס' איבער ג-ט וכדו'. ליבי אומר לי אז זאכן וואס מיר עקספיריענסן דיירעקט -הגם במקצת געבויט אויף אינטואציע- אדער אזעלכע הייפאטעזיעס ווי גראוויטעט א.ד.ג. זענען מער 'ראציאנאל' און מאכן מער סענס צו שפעקילירן ווי צו שפעקילירן וואס טוט זיך אינדרויסן פון מקום וזמן - ווי לאגיק קען גאר האבן אנדערע כללים און די גאנצע פרעסעפציע פון סיבה ומסובב קען זיין הוילע דמיונות, עס פילט זיך צו מיר נאריש צו דן זיין וויאזוי ג-ט 'וואלט זיך אויפגעפירט' און נאך האלטן אז עס מאכט סענס די גאנצע טעזע...
איינער איז מיט מיר? קען עס איינער אפשר בעסער ארטיקולירן?
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 3:06 pm
דורך אלפא
נאך לאנגע הקדמות פון מסביר זיין וואס אינטואישאן איז, און וואס אינטעלעקטואליזם טוט, איז מיכאל אברהם צוגעקומען צום הויכפונקט, ווי מיט זיין פרישע פוסט שפרייט ער אויס אלע שמוץ וועש פון די חרדים פאר יעדעם צו קענען אויסשמעקן.
https://mikyab.net/posts/87637/
ער גייט אריין בפרטיות וויאזוי די חרדישע געדאנקענגאנג - פון דעם עמך איד ביז דעם לא תסור'דיגן דעת תורה - איז נישט מער ווי אן אינטעלעקטואליזאציע פונעם רעאליטעט, וואו מ'קוקט אן און מ'איגנארירט דעם דרויסענדיגע מציאות ממש ווי א קליין קינד שאין בו דעת, און וויאזוי דאס שטעלט אהער א פאראלעל אוניווערס וואס איז אולי קאהירענט מתוכו אבער מיטן פיזישן וועלט האט עס נישט קיין שייכות...
ליינט און האט הנאה!
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:04 pm
דורך שבת אחים
יישר כח פארן פותח האשכול הרב
@אלפא. זייער א אינטערסאנטע קאלירפולע פיגור מיט אייגענארטיגע שיטות.
קען איינער אויסקלארן זיין שיטה אין דעטערמעניזם, און וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא אז א מענטש האט יא א בחירה, רוב שטודיעס האבן געוויזן פארקערט, און רוב היינטיגע טראכטער און סייענטיסטן אין די פיעלד זענען מעהר ווייניגער איבערצייגט אז אונז זענען פשוט געפראוגרעמטע מאשינען גרייט אויסצופירן די ווילע צום לעבן.
אויך קריג איך מיך מיט אים במחילת כבודו, וועגן די מלחמה אין עזה. איך פארשטיי נישט וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא, די ישראלים האבן נישט קיין אנדערע ברירה ליידער. און מ׳קען אריינגיין אין די פרטים אין די ריכטיגע אשכול וואס איז געאייניגט דערפאר.
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:27 pm
דורך אלפא
שבת אחים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:04 pm
קען איינער אויסקלארן זיין שיטה אין דעטערמעניזם, און וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא אז א מענטש האט יא א בחירה, רוב שטודיעס האבן געוויזן פארקערט, און רוב היינטיגע טראכטער און סייענטיסטן אין די פיעלד זענען מעהר ווייניגער איבערצייגט אז אונז זענען פשוט געפראוגרעמטע מאשינען גרייט אויסצופירן די ווילע צום לעבן.
ער האט א גאנצע ספר 'מדעי החופש' איבער דעטערמעניזם, (איך האב עס נישט געליינט - קען איך דיר נישט ענטפערן ספעציפיש).
טור 645 און
646 שמועסט ער אויך אויס די נושא לעצטנס.
איין וויכטיגע נקודה מאכט ער קלאר, אז נישט אייביג און אין יעדע נושא איז 'סייענס' אדער 'סייענטיסטן' בכלל א מאן דאמר, ער האלט אז די נושא (אזויווי די שאלה צו עס איז דא א ג-ט) איז א פילאזאפישע נושא און עס רירט אן beyond די סייענס ארענע..
בכלל קענסטו אריינלייגן אין די סורטש ענדזשין אויף זיין סייט די ווארט
מדעי החופש אדער
דטרמניזם (אדער סיי וועלכע ווארט דו ביסט אינטרעסירט) און עס וועלן ארויפקומען די אלע פלעצער וואו ער רעדט ארום דערפון - אין א פוסט, מאמר, אדער תשובה לשואל..
ווי אויך קענסטו אים אליין אנפרעגן סיי וועלכע קשיא אדער שאלה און ער וועט דיר גערן ענטפערן..
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:32 pm
דורך סקעפטיקער
שבת אחים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:04 pm
קען איינער אויסקלארן זיין שיטה אין דעטערמעניזם, און וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא אז א מענטש האט יא א בחירה, רוב שטודיעס האבן געוויזן פארקערט, און רוב היינטיגע טראכטער און סייענטיסטן אין די פיעלד זענען מעהר ווייניגער איבערצייגט אז אונז זענען פשוט געפראוגרעמטע מאשינען גרייט אויסצופירן די ווילע צום לעבן.
איך האב אויסגעהערט זיינע יוטוב שיעורים אין דעם נושא, ער בויעט בעיקר אויף די אינטואישאן. בנוגע די שטודיעס טענה'ט ער אז יעדער איז מודה אז עס זענען דא זאכן וואס זענען משפיע אויף א מענטש צו האבן א געוויסע גרעניץ, אבער דאס מיינט נישט אז ער האט בכלל נישט קיין בחירה.
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 6:23 pm
דורך בר גיורא
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 03, 2024 3:06 pm
נאך לאנגע הקדמות פון מסביר זיין וואס אינטואישאן איז, און וואס אינטעלעקטואליזם טוט, איז מיכאל אברהם צוגעקומען צום הויכפונקט, ווי מיט זיין פרישע פוסט שפרייט ער אויס אלע שמוץ וועש פון די חרדים פאר יעדעם צו קענען אויסשמעקן.
https://mikyab.net/posts/87637/
ער גייט אריין בפרטיות וויאזוי די חרדישע געדאנקענגאנג - פון דעם עמך איד ביז דעם לא תסור'דיגן דעת תורה - איז נישט מער ווי אן אינטעלעקטואליזאציע פונעם רעאליטעט, וואו מ'קוקט אן און מ'איגנארירט דעם דרויסענדיגע מציאות ממש ווי א קליין קינד שאין בו דעת, און וויאזוי דאס שטעלט אהער א פאראלעל אוניווערס וואס איז אולי קאהירענט מתוכו אבער מיטן פיזישן וועלט האט עס נישט קיין שייכות...
ליינט און האט הנאה!
נייס!!
צום פינטעל..
מברויך עס איבערזעצן אין אידיש.