בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 7:25 pm
דורך מי אני
IMG_2240.jpeg
מענין לענין באותו ענין, איז דאס א קארטון וועלכעס יוסף קעפּלער האט געמאָלען אין 1885 גערופן ״פון גיהנום צו שׁאוֺל״. עס ברענגט ארויס ווי קאנסעפּשאנס איבער ״גיהנום״ האבן זיך געטוישט און עוואַלווד לאור ההתפתחות האנושי, און ווי ״גיהנום״ איז ליידיג מיט דער טייוול ביים טויער דערפון וואס איז פארמאכט. בשעת די וואס דארפן זיין דארט זענען איידער אינעם בעסערן ״שׁאוֺל״.

ווי זיי זענען דאס מפרש:
This lithograph cartoon from 1885, titled "From Hell to Sheol" offers a satirical take on the evolution of the concept of hell. Created by Joseph Keppler for Puck magazine, it humorously depicts how respectable individuals who have been suffering in the traditional fiery depths of hell will now be transferred to a more pleasant destination known as "Sheol". According to this New Version of the Old Testament, many well-regarded people will find themselves relocated from torment to an oasis-like watering-place called "Sheol". The artist's interpretation showcases his wit and intelligence as he incorporates various historical figures such as Socrates, Voltaire, and von Goethe into this amusing scenario. The image portrays a river resembling the River Styx flowing through this transformed realm. A man and woman can be seen enjoying their time in "Sheol" while surrounded by lush greenery. This clever juxtaposition between traditional religious beliefs and evolving ideas about spirituality invites viewers to contemplate different interpretations of heaven and hell. Keppler's American lithograph cartoon not only provides entertainment but also serves as social commentary on Christianity, Judaism, and other belief systems prevalent during that era. It is a testament to his artistic skill that he manages to convey complex concepts with humor and satire. Overall, this thought-provoking artwork challenges conventional notions of damnation while offering a glimpse into society's changing perceptions regarding the afterlife

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 3:30 pm
דורך מי אני
מענין לענין באותו ענין איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דער רדב״ז שרייבט (שו״ת סימן תתקפה/ח״ג סימן תקנה) איבער אחד מגדולי הדור וואס האט נישט געוויינט נאכדעם וואס א זוהן איז אים ל״ע אוועק, אז דאס איז ״מדרך הפילוסופים האומרים כי זה העולם הכל הוא מעשה תעתועים״:
IMG_6953.jpeg
אין דעם קען מען זאגן אז דא הא׳מיר דורכגעטוהן דעם געדאנק פון דאס אז ״צרת רבים חצי נחמה״ איז א נחמת שוטים. ולפי״ז האב איך געקלערט אז לפי די טעזע פונעם אשכול, קען מען דאס אפשר מרמז זיין בהמשנה בעדיות (פ״ה מ״ו) מוטב לי להקרא שוטה כל ימי, ולא ליעשות שעה אחת רשע לפני המקום ע״ש. והיינו, אז מ׳איז נגזר געווארן צו זיין בהעולם, שהיא הגיהנום, מחמת׳ן דאס׳ן זיין א ״רשע״ בעולם/רעלם אחר. און די נחמה איז אז יעדער, צי גאר אלעס, וואס מ׳טרעפט בהעולם איז נענש פונקט אזוי. און דאס איז א נחמת ״שוטים״ כל ימיו.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 12:13 am
דורך מי אני
איך האב געקלערט אז דאס וואס מענטשן זענען חוגג זייער יום הולדת, וואס עס קומט אויס אז דאס איז דאך דעם טאג וועלכע זיי זענען אָנגעקומען בגיהנום, קען טאקע זיין (עכ״פ פאר די וועלכע אנערקענען דאס) א געדאנק אין דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין יט.) אז בגיהנום איז מען מצדיק עליהם את הדין ואומרים לפניו רבש״ע עולם יפה דנת יפה זכית יפה חייבת ויפה תקנת ע״ש.

איך האב געקלערט אז מ׳קען אולי זאגן א רמז בהפסוק (בראשית מ כ) ויהי ביום השלישי יום הולדת את פרעה ויעש משתה לכל עבדיו. והיינו, אז דאס גיהנום איז דאך באשאפען געווארן ב(ענין )יום שני לבריאה, און דערפאר שטייט נישט ביי דעם טאג ״טוב״ כדאיתא בב״ר (ד ו). און די ווארט ״טוב״ ווערט דערפאר נכפל ביום השלישי. וזהו הרמז אז הגם דאס יום הולדת ווייזט דאך אויפ׳ן טאג וואס מ׳איז אָנגעקומען בגיהנום, וואס ביום בריאת גיהנום לא נאמר בו ״טוב״, איז אבער דאך יש בה מקום למשתה און דאך יש בה ״טוב״ שנכפל עבורו ביום ״שלישי״ לבריאה.

***

https://en.wikipedia.org/wiki/Darvaza_g ... prov=sfti1#

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 2:09 pm
דורך מי אני
אין זיין פעליעטאָן הא לחמא עניא שרייבט ״מאָצל נח טויב״:
מאָצל נח טויב האט געשריבן:און צו טרייבן ווי נְבוּזַרְאֲדָן דאַרף גאָט זיין קוואַטער

אַן ענין א דעליקאַטער, ער זיצט ביי דיר א זאַטער
פּשעטלעך פון א סקוואַטער און פון אין חבוש מתּיר

א פּריוואַטער טעאַטער איז נישט גרינג צו זיין מוותּר.

‎א נגע־צרעת אָן קיין ראַסע, הגם א בלאַסער למעשׂה

עין לא ראתה — ער פאַרמאָגט ניטאַמאָל קיין מאַסע

פאָרט איז ער זיך מתנשׂא ממסע למסע צו א משׂא גסה

ער איז מטמא במגע ומשׂא און אַזש אויך בגרימאַסע.
צו מיר האט דאס (אויך) געמיינט איבער דעם וואו עס איז נח לו לאדם שלא נברא און מ׳טרייבט אים דא אראפ. אבער דאך וויל ער נישט אויפגעבן אויף זיין זיין דא איינמאל ער איז שוין דא; (איוב ב ד) וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו. ווי שׁעיקספּיער האט, ווי באקאנט, געשריבן:
All the world's a stage, and all the men and women merely Players; they have their exits and their entrances, and one man in his time plays many parts
און פון דעם טעאטער, וואס איז דאס לעבן, וויל ער נישט מוותר זיין. ובסתם איז אסור עליו לאבד את עצמו, ואין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים שהוא בו. און דאס אלעס איז בנוגע נפשו און זיין קאַנשׁעסנעס, וואס איז שווער מגדיר צו זיין אין א פיזישן זין, און האט נישט קיין מאסע ועין לא ראתה אותה. (ועיין בשבת קנב. וואו די נפש פון א מענטש איז מתאבל על מותו ופרידתו מן הגוף מיט א גרימאסע ע״ש.)

אנדערע חלקים אינעם פעליעטאָן קען מען אויך אולי מפרש זיין על זה הדרך.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 10:01 am
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:24 pmובכלל קען דאס אפשר זיין א רמז בהגמרא בברכות י.
מאי (ישעיה נד א) רני עקרה לא ילדה? רני כנסת ישראל שדומה לאשה עקרה שלא ילדה בנים לגיהנם
והיינו, א נחמה פאר חשוכי בנים ל״ע, אליינס א צער בגיהנום, אז ס׳נישטא יעצט נאך קינדער בגיהנום.
די מימרא זאגט טאקע ברוריה אשת ר״מ. און מ׳קען זאגן מיט דעם עפ״י המדרש במשלי אז ברוריה ור״מ האבן טאקע ל״ע פארלוירן צוויי קינדער און זי האט אים מנחם געווען בענין (איוב א כא) ה׳ נתן וה׳ לקח ע״ש. והיינו, הרמז בזה המאמר ג״כ אז דאס קען זיין א נחמה דערין אז זיי זענען שוין נפטר געווארן מדינה של גיהנום שהיא העוה״ז. (די גמרא בברכות ה: מאכט טאקע א חילוק אז האבן און פארלירן קינדער איז ערגער פון חשוכי בנים מעיקרא ע״ש, אבער די געדאנק דא איז נוגע צו ביידע.

ועיין בעירובין מא: אז א פרוי קען פטר׳ן איר מאן מדינה של גיהנום ע״ש.)

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 1:44 pm
דורך מי אני
בשעת׳ן האבן גענומען 45 מ״ג קאַנאַבּיס און הערענדיג די צוויי טרעקס פון עלעיאַ, האב איך געקלערט אז די טעזע האשכול קען האבן השלכות אויף די צוויי מהלכים ביוטיליטעריעניזם. מיינענדיג, אז עס זענען דא צוויי מהלכים דערין. די ערשטע איז פּאזיטיווע יוּטיליטעריעניזם, וועלכעס נעמט אָן אז די מאראלישע מטרה פון וואס איז דאס ענדגילטיגע ריכטיגע און עטישע זאך צו טוהן, איז צו הייבן דאס תענוג פון וויפיל מענטשן מעגליך. די צווייטע איז נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם, וועלכעס זאגט אז די מטרה איז ענדערשער צו פאקוסירן אויף מסיר צו זיין צער פון וויפיל מענטשן מעגליך.

יעצט, טאמער איז אונזער יקום דאס אקטועלע גיהנום, דאן איז דאך שורשו בעצם עונש ורע. ואיה״נ אז דאס איז די בעסטע וועג אז עס זאל שייך זיין א גיהנום וככל הנ״ל, וטוב מאד זה הגיהנום, וממילא נעמט דאס נישט אוועק פונעם טובו ואַמניבּענעוואלענס פונעם בורא, איז עס אבער דאך מטרתו להעניש/לתקן און עס איז בעצם רע. ונמצא מזה אז עס איז מער מסתבר אז די מאראלישע/עטישע מטרה באדארף צו זיין נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם: צו קאמבּעטן און מסיר זיין וויפיל פון אט די רע עס איז שייך. און ווי כ׳האב צוגעברענגט, קומט דאך (מעגליך) אויס לפי נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם אז טאמער האט מען די מעגליכקייט צו עקספּלאדירן די גאנצע וועלט כרגע, און דאדורך מסיר זיין אויפאמאל אלע צער ורע, דאן באדארף מען דאס צו טוהן. די פאקוס איז דאך נישט אויף פארמערן תענוג, ווי איידער מסיר זיין צער. און וואס פאר א גרעסערע ריכטיגקייט איז דא ווי צו דעסטרויען די גיהנום פון אינעווייניג? ונמצא מזה אז תכלית יעוד האדם איז ענדערשער צו פאקוסירן אויף דעוועלאפּן אזעלכע סארט יוּניווערס-דעסטרויאינג געווער, ווי איידער דעם תענוג מאשין לכל אדם, וועלכעס איז אפשר נישט מעטאפיזיש מעגליך, און דאס שטימט דערמיט אז אונזער יקום דערלאזט דאס נישט וויבאלד דאס איז דאך די גיהנום. ואולי קען דאס אויך האבן א פאָלאָסיִ פון דיוויזשאן. והיינו, אז איה״נ צו דעסטרויען דאס גאנצע גיהנום איז א טוב, אבער עס באדייט נישט דוקא אז דערפאר איז דעסטרויען חלקים דערפון, אָן די גאנצע אויף אמאל, אויך א דבר טוב.

ואולי וועגן דעם איז אין סייקעדעליק סאָבּקולטור מעגליך דא א קשר צווישן סייקעדעליקס און שׁיִוואַ, וועלכע איז בתוך הינדוּ טראדיציעס די אפגאט פון חורבן.

נאך ווילדער און טינקעלער זענען מיינע מחשבות געפארן. איך האב געקלערט אז בעצם קומט דאך אויס אז אפילו רציחה איז בעצם א דבר טוב וואס דער רוצח טוהט צום נרצח (באופן וואו עס איז שנעל שלא בצער כלל וכלל) - ער באפרייט אים פון גיהנום. (ועיין איבער די דיון פונעם בסיס לאיסור רציחה בכלל.) די מאראלישע פראבלעם דערמיט איז פשוט דריי זאכן: די כוונה פונעם רוצח וואס טויג נישט, אז ער האט נישט קאנסענט דערפאר פונעם נרצח, און אז די נרצח׳ס פאמיליע און ארומיגע ווערן אפעקטירט דערפון (ועיין במנחת חינוך סוף מצוה לד לגבי תשובה על רציחה). וממילא טאמער איז די כוונה פונעם רוצח יא אלס צו באפרייען דעם מענטש פונעם גיהנום וואו ער גייט בהכרח האבן עגמת נפש און צער, זענען נאר די לעצטע צוויי סיבות גילטיג. אויף די סיבות קען מען קלערן אז אויב איינער איז אין א טאָרטור בּאַקס און ליידט, אבער וויל בשו״א נישט ארויסגיין דערפון (ער׳ט זיך אריינגעגעסן אינעם כריין), איז עס עטיש אים ארויסצונעמען דערפון בע״כ? ווי אויך, טאמער מ׳נעמט יענעם ארויס פון דארט וועט עס האבן א נאך מער נעגאטיווע עפעקט אויף ארומיגע (ואפילו וואו יענער וויל שוין יא ארויסגיין), איז עס עטיש אים ארויסצונעמען דערפון (ובפרט כשהוא בע״כ)? אדער שטייגט די ענדגילטיגע טובה פון דעם מענטש וואס ווערט ארויסגעשלעפט פונעם טאָרטור טשעימבּער, איבער דאס אלעם?

וואס מ׳קען ווייטער קלערן איז אז, כנ״ל, עס איז נישט זיכער אז ווען מ׳שטארבט ווערט מען לגמרי נפטר מדינה של גיהנום; עס איז שייך אז עס איז למעשה דא טיפערע און העכערע גיהנומס, פון וועלכע אונזער וועלט איז נאר איינס אינעם סעט. ונמצא מזה אז תקנתו ברציחתו עוותו. אבער צו דעם וואלט מען געקענט נוצן דאס געדאנק פון דר. דוד בּענאַטאַר׳ס אסימעטרי טענה פון צער לעומת תענוג. והיינו, אז דא הא׳מיר א ספק פון דריי: אדער ווערט ער נפטר מגיהנום הלז צו עפעס בעסער (דהיינו, אדער צו א בעסערע גיהנום אינעם סעט אדער גאר צום סעט פון גן עדן), אדער ענייהעלעישעניזם וביטול לאַיִן, אדער צו טאקע אַן ערגערע גיהנום. יעצט, מ׳קען טענה׳ן אז ענייהעלעישאניזם איז בעצם למעשה און ראציאנאליש בעסער ווי די גיהנום הלז, זייענדיג אז העדר הרע איז א טוב אבער העדר הטוב איז נישט דוקא א רע. ונמצא מזה אז עס איז 2/3 שאנסן זיכער אז מ׳העלפט דעם נרצח במיתתו, און נאר 1/3 שאנס אז נישט. אויב נעמט מען אָן אז עס איז נישט שייך קיין ענייהעלעישאניזם, דאן איז דאס טאקע א חצי/חצי.

עכ״פ נמצא מכל זה אז דאס קען זיין א סיבה פאר׳ן מסתיר זיין אז די וועלט איז דאס אקטועלע גיהנום - מ׳זאל נישט גיין רצח׳ענען מענטשן אלס רחמנות עליהם; מ׳זאל זיי לאזן אויסדינען זייער סענטענס בגיהנום. (און דאס קען אפשר זיין א רמז במחלוקת בין אביי ורבא במכות ט. צי אַן אומר מותר ביי איסור רציחה איז אַן אונס אדער קרוב למזיד ע״ש. והיינו, צי ער איז אַן אונס ווייל כוונתו קען גאר זיין לטוב, אדער קרוב למזיד ווייל כוונתו להרוג און דאס איז אסור חוץ במקומות מועטים.)

ביים טשענט/תנועה בקול אינעם צווייטן טרעק ביי 4:10-4:58 און דורכאויס׳ן טרעק, האב איך געפיהלט ווי עס ברענגט ארויס ווי מ׳ריעטשט ארויס און מ׳לעכצט צו אנטלויפן פונעם גיהנום.
But there’s no escape
און די איינציגסטע זאך וואס בלייבט איבער צו טוהן איז להצדיק את הדין צום גרונט פון מציאות כבעירובין יט. יפה דנת יפה חייבת.

ס׳איז גראדע געווען א גוטע טריפּ.


***

אגב, הרב דר. נחום (נארמאן) לעם ז״ל שרייבט לגבי אי תכלית העולם הוא האדם:
IMG_7356.jpeg

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 8:39 am
דורך מי אני
דא האב איך צוגעברענגט:
מי אני האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:26 pm באבות דר׳ נתן (פט״ז ה״ד):
רבי שמעון בן יוחי אומר מכאן שאין ישראל רואים פני גיהנם לעולם. משלו משל למה הדבר דומה, למלך בשר ודם שהיה לו שדה זבורית. באו בני אדם והשכירוה בעשרת כורין חטים בשנה. זיבלוה, עדרוה, השקוה וכסחוה, ולא הכניסו ממנה אלא כור אחד חטים בשנה. אמר להם המלך מהו זה? אמרו לו, אדונינו המלך, אתה יודע בשדה שנתת לנו שמתחלה לא הכנסת ממנה כלום. ועכשיו שזבלנוה וכיסחנוה והשקינוה מים לא הכנסנו ממנה אלא כור אחד חטים בלבד. כך עתידים ישראל לומר לפני הקדוש ברוך הוא: ריבונו של עולם, אתה יודע ביצר הרע שהוא מסית בנו, שנאמר, (תהלים קג יד) כי הוא ידע יצרינו
וע״ש בבנין יהושע שזהו במי שעכ״פ ״ישראל״, והיינו אז ער פרובירט כאטש. ער צייכענט אויך צו צו די גמרא בעירובין יט. ובסוף חגיגה כז. אמר ריש לקיש אין אור של גיהנם שולטת בפושעי ישראל (עכ״פ לבר מישראל שבא על בת עכו״ם) ע״ש. (ועיין במה שהביא @כספי.)
ואולי קען דאס זיין א רמז דערצו אז אונזער רעלם איז די אקטועלע גיהנום (שאין למטה ממנה). ולכן אין רואין פני גיהנום לעתיד לאחר המות, די קאנטעקסט פונעם מימרא, ווייל מ׳איז שוין דארט.

און מ׳קען זאגן אז דאס איז די רמז ״שאין ישראל רואים פני גיהנם לעולם״, ווייל דער כלי יקר שרייבט לגבי ווען מ׳האט צוגעגעבן דעם נאמען ״ישראל״ צו יעקב (בראשית לב כט), אז ״ישר״ איז א לשון ראייה ״והודה לו בזה כי יעקב רואה פני א-ל ולא עלתה בידו לסמא אותו במציאת הא-ל יתברך״ ע״ש. ולענינינו, איז די לשון ״ישראל״ דא פאר די וואס זעהן און זענען נישט בלינד איינצוזעהן אז מ׳איז שוין דארט בגיהנום.

***

בשעת׳ן מאכן ברכת אשר יצר האב איך געקלערט אז די ברכה קען מרמז זיין דערצו אויך. והיינו, עס ברענגט ארויס אז למעשה איז די טבע הגוף און איר מעכאניזם אויסגעשטעלט בלאגיק וחכמה בחוק. ס׳איז טאקע נישט אזוי עפישענט ויש כסדר בזה סכנה של סתימה ופתיחה ועוד און עס איז אויסגעשטעלט צו ענטראָפּיק פּראצעסן, אבער דאס אליינס ארבעט מיט א סיסטעם וחוקים. והיינו, אז אט די פראבלעמען זענען אזוי (כעין) במכוון אריינגעשטעלט בחוקי הטבע, כדי צו דוקא זיין נישט אזוי עפישענט, כדי לקבל עונש של הגיהנום. ולכן אפשר לומר דפסק רב פפא (ברכות ס:) אז מ׳זאל זאגן ״ומפליא לעשות״ אויך ע״ש. והיינו, אז מ׳טרעפט דעם געדאנק פון דעם ווארט ״הפלא״ ביי עונשים אויך (דברים כח נט). והרמז בזה אז די יצור והטבע איז טאקע אזוי אויסגעשטעלט צו זיין דאס בעסטע סארט גיהנום פאר די יצורים בתוכה.

און דאס קען אויך ליגן אונטער דעם (עירובין יט.) ״יפה״ דנת ״יפה״ חייבת, וואו מ׳אנערקענט אין דעם יופי הבריאה וחוקיה, הגם עס איז טאקע די גיהנום.

***

איך האב אויך געקלערט אז דאס וואס דער שטן האט געזאגט אויף איוב (איוב ב ד) וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו, איז טאקע מעיקרא ווען איוב איז נאכנישט געווען קיין חכם. און ווי דער רמב״ם שרייבט אויף אים במו״נ ח״ג פכ״ב:
שלא תאר איוב בחכמה ולא אמר 'איש חכם' או 'מבין' או 'משכיל', אבל תארו במעלות מדות ויושר פעולות. שאילו היה 'חכם' לא היה מסופק עליו ענינו
ולפי דבריו קען מען זאגן אז ווען איוב זאל ווען זיין א חכם, וואלט ער אנערקענט אז די וועלט איז למעשה די גיהנום, און עס וואלט נישט דייקא געווען ביי אים דעם כל אשר לאיש יתן בעד נפשו, נאר איידער דעם (אבות פ״ד מכ״ב) בע״כ אתה חי.

***

מיט דעם קען מען אולי אויך מפרש זיין דעם באקאנטן מדרש (ב״ר לט א):
אמר רבי יצחק משל לאחד שהיה עובר ממקום למקום וראה בירה אחת דולקת אמר תאמר שהבירה זו בלא מנהיג הציץ עליו בעל הבירה אמר לו אני הוא בעל הבירה. כך לפי שהיה אבינו אברהם אומר תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג הציץ עליו הקב"ה ואמר לו אני הוא בעל העולם
והיינו, אז ער האט געזעהן אז די וועלט איז דולק כמו הגיהנום שנמשלה לאש, און אט דאס האט אים געמאכט טראכטן אז ס׳דא א בעל הבירה וואס האט אריינגעשטעלט די ברואים בתוכה לסיבת עונש ותיקון.

מאטעמאטישע דיימענשאנס און דאס גיהנום

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 10:32 am
דורך מי אני
דער קריסטליכער מאטעמאטיקער דר. וויליאם אנטאני גרענוויל האט געהאלטן אז אסאך פון די רעליגיעזע/קריסטליכע דאקטרינעס קען מען פארענטפערן אז זיי זאלן שטימען מיט סייענס, אויב נעמט מען אָן אז ג-ט וסייעתו זענען בּיאינגס אין העכערע דיימענשאנס. לדוגמא, אויב וואלטן געווען ברואים וועלכע לעבן נאר אין 2D וממילא קענען נאר דאס באגרייפן, דאן ווען אונז פון 3D וואלטן ארומגעשפילט דערמיט, לדוגמא ״אויפגעהויבן״ א 2D בריה אויף ״ארויף״ און ארויס פון זיין פאפיר, וואלט ער געווארן פלוצלינג אומזעהבאר צו די אנדערע ברואים דארט ביז אונז שטעלן אים צוריק. וכן הוא לגבי לקיחת אליהו הנביא וחנוך ארויס פון אונזער 3D מציאות אויף ״ארויף״ און ארויס. און אזוי ארבעט אויך קפיצת הדרך (וזהו הרמז בסנהדרין צה. "שלשה" קפצה להם הארץ ע"ש, והיינו דורכ'ן זיך ארויסזעהן פון די "שלשה" ספּעישעל דיימענשאמס דהאי עלמא). (וידוע עדווין עבּאַט׳ס בוך פלעטלענד.)

דאס זעלבע איז ווען אונז זאלן ״אדורכשניידן״ דעם 2D פּלעין מיט עפעס א 3D זאך, וועט עס זיי אויסזעהן ווי פלוצלינג טוישט זיך זייער מציאות בדרך נס און עפעס קומט ממש צושטאנד יש מאַיִן; די קאנסערוועישאן פון מאסע/ענערגיע גייט נישט ממש האלטן.
1.jpg
אבער עס איז נישט באמת אזוי אז ווען די 3D שׁעיפּ הייבט אָן דורכגיין אז דעמאלטס איז עס ״באשאפען״ געווארן מאַיִן, און ווען עס פערטיגט עס דורכגיין אז עס איז ״שב״ לאַיִן; עס איז נאר אזוי פון דעם 2D בריה׳ס פּערספּעקטיוו. ועפי״ז איז ער מסביר ווי עוואלושאן קען גיין אין איינקלאנג מיט דאס אלעס. דאס איז אז עס איז כעין אזוי ווי דער 3D בריה נעמט זיך דורכשטעלן א קוֺין דורך דעם 2D פּלעין. פאר די ברואים עליה זעהט דאס אויס ווי עס קומט צוערשט צושטאנד און דערנאך עוואַלווד דאס אלס גרעסער און גרעסער (ביז עס ווערט עווענטועל אויס).
2.jpg
וכן הוא, אויף א היפש מער קאמפּליצירטע פארנעם, פון העכערע דיימענשאנס לתוך אונזער 3D. ובזה זאגט ער אויך אז אונזער פּערסעפּשאן פון זמן איז אויך געבינדן צו דעם אז אונז זענען ברואים אין א מקום פון 3D, משא״כ אין העכערע דיימענשאנס קען דאס אלעס, אונזער זמן וואס אונז זעהן אין 3D, זיין אויפאמאל; ומשם באה נפש האדם וואס "גייט נאר דורך" דעם פּלעין פון אונזערע נידעריגערע 3D ולכן זעהט עס אויס ווי עס ווערט באשאפען און שטארבט בזמן. וענין החלום וכדומה היא, וואו די פּערסעפּשאן פון זמן איז טאקע לכאורה אנדערש ווי ווען מ'איז וואַך, איז וואו ער טאקע שפירט די העכערע דיימענשאנס במקצת. וכן הוא הלאה לגבי דעם ״זמן״ בתוך 4D ביחס צו נאך העכערע דיימענשאנס.

עס קומט אויך אויס מזה אז פאר די ברואים בתוך 2D איז נישט שייך אז זיי זאלן זיך קענען ״היטן״ פון א בריה בתוך 3D און העכער. און דאס זעלבע לגבי די יחס פון אונזער 3D מציאות צו העכערע דיימענשאנס אויף ארויף. אם יסתר איש במסתרים ואני לא אראנו (ירמיה כג כד).

ער זאגט אז עס איז יתכן, זייענדיג אז נפש האדם איז פון א העכערע מאטעמאטישע דיימענשאן כנ"ל, אז ״גן עדן״ באדייט אז נפשו גייט צו א העכערע דיימענשאן וכן הלאה והלאה מחיל אל חיל, מיט די פרייהייט און העכערע פארשטאנד והשגה וכו׳ וואס קומט מיט דערמיט (וכעין ווען מ׳זאל ווען מאכן א בריה פון 2D צו א בריה פון 3D). וכעין בזה. און די פסוק (תהלים פד ח) ילכו מחיל אל חיל יראה אל אלקים בציון (ועיין בברכות סד. ובמו"ק כט.), שטייט גראד נאך די פסוק עברי בעמק הבכא מעין ישיתוהו גם ברכות יעטה מורה, וואס די גמרא בעירובין יט. דרש'נט אז עס גייט ארויף אויף גיהנום ע"ש. און ״גיהנום״ איז ווען נפשו של אדם ווערט צו א קלענערע דיימענשאן צו 2D, וואס איז א תפיסה און שוואכערע עקזיסטענץ לעומת זיין פריערדיגע עקזיסטענץ; ואפילו וואו ער קען שוין מער נישט משיג זיין און געדענקען זיין פריערדיגע עקזיסטענץ בתוך די העכערע דיימענשאן. און פון דארט קען ווייטער די ״גיהנום״ זיין וואו ער ווערט אריינגעשטעלט אין א 1D עקזיסטענץ, וועלכע איז נאך ערגער לעומת די העכערע דיימענשאנס. ביז ער קומט אָן צו 0D, א פונקט בלי מקום (וממילא אפגעזונדערט ווי ווייט עס איז שייך פון הקב"ה שהוא "מקומו" של עולם), און דאס איז דעם (דברים לב כב) ותוקד עד שאול תחתית. (און די שאלה איז צי עס איז שייך אזא זאך ווי מאטעמאטישע נעגאטיווע דיימענשאנס, וממילא קען אט די געדאנק גיין ווייטער און ווייטער אז דאס גייט נאך נידעריגער ווי 0D נאכדעם בב״ת?)

ולפי״ז איז טאקע אונזער 3D עקזיסטענץ סיי א ״גן עדן״ פאר 2D ברואים און נידעריגער, און סיי א ״גיהנום״ פאר ברואים פון העכערע דיימענשאנס. ועיין כאן בדברי דר. האָד האָדסאן בזה.

איך האב געקלערט בזה אז עס איז ידוע אז פרעקטעלס, וועלכע זענען שעיפּס וואס זענען געמאכט פון חלקים וואס זענען פונקט ווי די גאנצע והיינו אז ווי ווייט מ׳גייט אראפ איז עס נאך אלס די זעלבע, ווערן מאטעמאטיש גערעכענט ווי דיימענשאנס מיט פרעקשאנס; נישט דיימענשאנס מיט גאנצע נומערן/אינטעדזשערס. ובשעת מ׳איז אויף סייקעדעליקס פראדוצירט דאס אפט אז דער מענטש "זעהט" פרעקטעל מראות בשעת הטריפּ (ועיין ערך סייקעדעליק אַרט). ולכן, שפירט מען דאך בשעת מעשה ווי מ׳איז אינדערמיט פון דעם דריטן און פערטן דיימענשאן, און מ׳פיהלט ווי מ׳קומט צו כמעט צום העכערן פערטן דיימענשאן; און דאס איז די תענוג דערפון, לעומת אונזער יעצטיגע עקזיסטענץ אינעם דריטן דיימענשאן, און ווי מ׳שפירט דעם (ישעיה סד ג) עין לא ראתה אלקים זולתך. וההיפך ווען מ׳האט ל״ע א ״שלעכטע טריפּ״ און מ׳קען זיך פיהלן צווישן דעם צווייטן און דריטן, און כמעט שפירן דעם גיהנום רעלאטיוו צו אונזער דריטע דיימענשאן וואו מ׳איז יעצט. ולכן איז דעמאלטס טאקע די פּערסעפּשאן פון צייט אנדערש, ענליך צו וואס ער זאגט לגבי דעם ענין פון א חלום.

ער שרייבט:
It is evident that we as three-dimensional beings cannot have a true conception of what heaven is; being a higher space it is beyond our powers of understanding. If an accurate description of heaven were in some way available we would not understand an iota of it, it would be meaningless to us. Attempts to describe heaven always result in a description in terms of our three-dimensional environment. In this connection it is significant to note that the Bible usually tells what heaven is not, rather than what heaven is. The adjectives are generally negative. We should never lose sight of the fact that the Bible was written for beings living in a three-dimensional space, beings whose knowledge and experiences are wholly limited to that space
דאס אלעס געבט א טיפערע באדייט צו דעם אז ״ג-ט איז א מאטעמאטיקער״. ווי אויך דאס אז הקב"ה איז "מקומו" של עולם (ב"ר סט ח).

ועיין כאן במה שהבאתי מדר. פּאָל ערענפעסט אז נאר אין 3D קען שייך זיין סטעיבּל אָרבּיטס פון פּלאנעטן וכו' (ווען עס איז נאר דא איין בנוספ'דיגע דיימענשאן פון זמן). ולפי"ז קען מען אפשר זאגן א רמז בנדרים ח: בהא דאמר רבי שמעון בן לקיש אֵין גיהנם לעולם הבא אלא הקדוש ברוך הוא מוציא חמה מנרתיקה צדיקים מתרפאין בה ורשעים נידונין בה שנאמר (מלאכי ג כ) וזרחה לכם יראי שמי שמש וגו' ע"ש. והיינו הרמז אז אונזער 3D מציאות און וועלט, וואו עס איז מאטעמאטיש שייך דעם אָרבּיט פון די פּלאנעטן סביב השמש, והשמש בהגאלאקסי וכו', אט דאס איז די גיהנום העכשווי. אבער לאחר מזה, אין אנדערע דיימענשאנס וואו עס זענען נישט שייך קיינע סטאבּילע אָרבּיטס, איז מוציא חמה מנרתיקה.און דאס קען זיין די רמז בהפסוק (תהלים יב ט) ״סביב״ רשעים יתהלכון, והיינו אז רשעים ווערן נידון להגיהנום שהיא האי עלמא של 3D (רעלאטיוו צו העכערע דיימענשאנס), וואו עס איז שייך אָרבּיטס המקיפים ״סביב״.

ענליך קען מען אפשר טייטשן אויפ'ן פסוק (ירמיה לא כא) עד מתי תתחמקין הבת השובבה כי ברא ה' חדשה בארץ נקבה תסובב גבר. און דער רד"ק און מצודות טייטשן "תתחמקין" מלשון סיבוב, און "בת השובבה" מלשון מרד ע"ש. והיינו, אז די ענין של עונש המורדים לגיהנום, איז אין אונזער 3D מציאות ובריאה וואו עס איז שייך אָרבּיטס וסיבוב. (וכעי"ז ביחזקאל ה ו, ותמר את משפטי לרשעה מן הגוים ואת חקותי מן הארצות אשר "סביבותיה".) ענליך קען מען אויך טייטשן לגבי דעם פסוק (תהלים נ ג) אש לפניו תאכל "וסביביו" נשערה מאד. והיינו, ווייל די גמרא זאגט בב"ק נ. אז דאס גייט ארויף אויף דעם וואס הקב"ה איז מדקדק בהצדיקים אפילו כחוט השערה ומענישם ע"ש. ולכן בא הרמז אז "אש" של גיהנום וואו מ'איז טאקע מעניש, איז אטע די עלמא הדין פון 3D, וואו עס איז שייך אָרבּיטס ו"סיבוב" (של מבוא השמש וואס שטייט צוויי פסוקים קודם).


דא שרייבן זיי:
The idea of a soul moving into the fourth dimension and being eternal allays the fear of death to many people. Higher dimensions can be used to provide a future beyond death. Religion may not be necessary to as many people in the future as an explanation of death. The faith required in religion can be lessened by the scientific example of higher dimensionality
ובזה קען מען טייטשן (עמוס ב ו) כה אמר ה' על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו. והיינו, אז אונזער יקום פון "שלשה" ספּעישעל דיימענשאנס איז די גיהנום פאר די פושעים פון "ארבעה" דיימענשאנס צו וואו מ'וויל זיך צוריקקערן. און ענליך (משלי ל טו-טז) "שלוש" הנה לא תשבענה "ארבע" לא אמרו הון שאול ועצר רחם ארץ לא שבעה מים ואש לא אמרה הון. והיינו, אז אונזער יקום פון "שלש" דיימענשאנס איז די "שאול ואש [של גיהנום]" פאר די דיימענשאן פון "ארבע". והיינו נמי להלן (פסוק חי) "שלשה" המה נפלאו ממני "וארבעה" לא ידעתים, ולהלן (פסוק כא) תחת "שלוש" רגזה ארץ ותחת "ארבע" לא תוכל שאת. והיינו, אז די דיימענשאן וואס איז "תחת" ארבע, איז א גיהנום ביחס לה, וכן הוא פאר די דיימענשאן תחת שלוש.

(ועיין כאן.)

***

דאס אז אונזער וועלט איז די אקטועלע גיהנום און עס איז נישט בולט אז דאס איז עס, קען געבן נאך א פשט אינעם מדרש בב"ר (א ה):
בנוהג שבעולם מלך ב"ו בונה פלטין במקום הביבים ובמקום האשפה ובמקום הסריות כל מי שהוא בא לומר פלטין זו בנויה במקום הביבים ובמקום האשפה ובמקום הסריות אינו פוגם כך כל מי שהוא בא לומר העוה"ז נברא מתוך תוהו ובוהו אינו פוגם אתמהה
והיינו, אז מ'האט נישט צו פארשעמען די בריאה מיט'ן מגלה זיין אז ס'איז על מקום אשפה וגיהנום.

***

דר. שלמה רובין שרייבט:
רבים מחכמי כהני הנוצרים מודיעים לנו פה אחד, כי תלמידי מני פגלו כל אוכל היותר נחוץ לכלכלת הגוף, כמו בשר ביצים חלב ויין, וגם הנישואין אסרו על נפשם, וכ"ז לבל יגדילו ויאדירו אצילות האל הרע הוא החומר הקדמוני (ראה לדוגמא אויגוסטין מ“ו, הירונימוס ח”ב, כריזוז, ח"א).

‎והנה הדיעה המשובשת הזאת, אשר מקורה גם היא בארץ הקדם ובימים הקדמונים, הכתה שרשים ביתר עוז בלב הנוצרים הראשונים או אבותיהם האיסיים הותיקין, שמשם בא גם בקרב אומתנו בעיון ובמעשה, כל אלה היו, והם עוד בזמננו בקרב כת חסידי פולניא וארץ ישראל, בעלי הסגוף המואסים בחיי העוה“ז, וחושבים כמו ההודיים ודבקי דת בּוּדהאַ הנ”ל, כי כאשר יענו את הגוף ותאוותיו הארציות בעוה“ז, שהוא כפרוזדור מלא קוץ ודרדר שמיר ושית בדרכו העולה למעלה בית אל לעוה”ב, כן תרבה ותזכה הנשמה וכן תפרוץ בזכיותיה לשוב למקורה, שמשם שולחה ארצה למען תדע תרדוף תהתגבר על הגוף הנגוף הרע מיום הולדו (באסמכתא על מאמר ב"ר וירא אלהים את כל אשר עשה והנה טוב מאד זה יצר הרע, ועיין בהערותינו הקודמות והבאות בדבר רעת החומר ובדבר המלחמה שבאדם הפנימי). והיסוד לכל זאת הוא הדמיון לרבי נבוני לחש ובעלי סתרים כמו היודעים והמינים והמקובלים, כי הארץ הוא העולם השפל נתן אלהים לבני אדם לענות בו (ע“ד מאמר המדרש שם והנה טוב מאד זו מדת יסורין שעל ידיה הבריות באין לחיי העוה”ב) וכי היא עמק הבכא מצרף הנשמה, כאש הגיהנם (ע“ד המאמר ב”ר שם והנה טוב מאד זה גיהנם) להתיך וללבן לצרף ולטהר את נפש האדם, בטרם יצרור אותה האלהים בצרור עולמים, ורבים מגדולי פילוסופי עמנו ומליציו נמשכו אחרי הדיעה הזאת, ודי לנו בזה להזכיר מליצות הפניני בספרו “בחינות עולם” כי חיות הנה, הלא כה דבריו: התבל הוא מקור הבליה וההפסד מוצא ההעדרים אחוז בחבלי בוז והבל, אדמה כאדמה וגו' שמורה עברתה בחברתה ומתקה וצופה כקש וסופה וגו' קלין מתמיד וחרפה רצופה, והיא נתנה באמצע הגלגלים, היושבים ראשונה במלכות, מערה שפלה אליה ישפכו כל המותרות" הטבעיים ועפושיהם וכל נמבזה ונמס, וכמה פגעים טבעיים ומוכרחים אימות עצומות ובהלות גדולות יסערו לפצפצה ולפרפרה, כאלו ישיב הגלגל יתפלא באדם להוציאהו מרעה אל רעה ולדחותו מדחי אל דחי וגו' זאת כבודה בת מלך פנימה שלח ממנוחתה לאף וחמה לעבוד את האדמה ולחבק אשפה ולשבוע בחרפה וגו' ומדי היותה במאסר בבית אפל וגו' – ועוד פילוסוף גדול בדורותינו הוא פיכטע מחליט שלא נברא העולם אלא להיות לשכים ולצנינים אל האנכי למען יבחן כוחו ותתעולל גבורתו, כי זה תכלית בריאת העולם אם טוב ואם רע הוא.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 7:38 pm
דורך מי אני
עמיל סיאראן האט געזאגט:
It is possible that existence is our exile and nothingness our home
ועיין כאן איבער די געדאנק פון ״ג-ט״ אלס ״אַיִן הגמור״.

ארטור שׁאפּענהאוער האט געזאגט:
The shortness of life, so often lamented, may be the best thing about it
***

לגבי דעם געדאנק פון 3D הנ״ל, עיין כאן.

***
מי אני האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 11:39 amובזה איז מן הראוי לציין למה שפירש אבן כספי בבראשית (ב ז):
והנה עדן הוא גבול ידוע שֵם, כמו שזכרו זה ישעיה (ישעיהו נ"א, ג) ויחזקאל (יחזקאל כח, יג). ועל דרך משל היה אמרנו "גן בעדן" כמו כרם "בקרן בן שמן" (ישעיהו ה, א). והוא גבול אינו מרחוק לחרן לפי הכתובים, או בִּתְלַסָרג.

וכן "גיהנום", שהוא כנגדו, הוא מקום ידוע, כמו שמבואר ביהושע (יהושע טו ח, חי טז) וביתר ספרי הנביאים, ובעונותינו היה זה המקום קרוב לארצנו ושם היו עושים עבודת המולך שהיא לאש. ובכלל כי הדברים האלה כולם כפשוטם, כמו הכרם שהיה בקרן בן שמן, בדברי ישעיה (ישעיהו, ה א), וכמו הנשר (יחזקאל יז, ג) והכפיר (יחזקאל יט, ג) והגפן (שם י) בדברי יחזקאל, אבל עם זה הם משלים לענינים אחרים כמו שמפורש שם, ואין כן בזה כי אין ראוי.
ער שרייבט אויך:
IMG_7527.jpeg

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
מי אני: דיין טעזע פון פתיחת האשכול איז אין פאקט איינשטימיג מיט די מציאות.. די רעאליטעט פארוואס מ'זעהט אין לעבן אז געוויסע מענטשן פלאגן זיך אויסער געוויינליך שטארק. סיי אין געזונט. אויך אין אנדערע סאושיעל עניינים. מער ווי עוורידזש.

אויך איז פארהאן אמאל אז א געוויסער מענטש פארלייגט זיך אויף א יחיד און ער פייניגט איהם אויס די נשמה. אן קיין שום לאגישן הסבר. אן דעם וואס יענער זאל עפעס פראוואקירן.

דאס אלעס קען פארענטפערט ווערן מיט דעם פאקט אז דאס לעבן אויף די וועלט איז א טייל פון א גרעסערן סוירקל. און דורך דעם וואס די ביידע מענטשן זענען מגולגל געווארן און טרעפן זיך צוזאם, ווערן אויסגעגלייכט חשבונות וואס האבן זיך נישט אויסגעגלייכט אין דעם פריער'דיגן סייקל פון לעבן אויף די וועלט. נאר בחירה חופשית איז נאכאלץ דא. ממילא, אלס טייל פון דעם גראנדיעזן הימלישן פלאן וועלן די ביידע מענטשן נישט געדענקען זאכן פון א פריער'דיגן לעבן.

ס'איז דא אסאך מעשיות פון די תלמידי הבעש"ט (פאר ווער ס'גלייבט אין דעם) איבער אומ-פארשטענדליכע זאכן וואס זענען געשעהן צו א מענטש. און דער רבי האט איהם ערקלערט אז דאס זענען חשבונות פון א פריער'דיגן גילגול וואס האבן געדארפט אויסגעגלייכט צו ווערן.

ספעציעל איבער געלט וואס איינער איז שולדיג געבליבן פאר א צווייטן. און ער איז געשטארבן איידער ער האט באצאלט. זענען ביידע אראפגעקומען אויף די וועלט. אדער דער בעל חוב אליין. און דאס געלט איז אנגעקומען צו די יורשים.

פון די אנדערע זייט פון ספעקטרום. נאר דאס האט שוין מער צו טון מיט בחירה. אויב א מענטש האט געטון עפעס א פאר גוטע זאכן אין זיין לעבן. נאר זיין לעבן איז איינגעשטעלט אויף א שלעכטן וועג. סיי בין אדם למקום. מערסטנס בין אדם למקום, צאלט מען איהם אפ זיין שכר אויף די וועלט. און ער האט נישט קיין עולם הבא. ווייל עבירות בין אדם לחבירו וואס ווערן געטון צו באשווינדלען און מצער זיין א צווייטן מענטש (איד אדער גוי), אויף א שטענדיגן אופן, ווערט באצאלט (כאטש א טייל) אויף די וועלט.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 1:01 am
דורך מי אני
בשעת׳ן האבן גענומען 35 מ״ג קאַנאַבּיס האב איך געפיהלט אַן הארה אין דעם, פון א פשט ב"גיהנום" בהאי עלמא, וואס איז געווען גאר שרעקעדיג. דאס איז ווייל א ״שלעכטע טריפּ״ איז נישט פיזישע פּיין, נאר אַן אבנארמאלע פחד און פּאראנויע דורך דעם וואס די אַמיגדאַלאַ אינעם מח ארבעט דעמאלטס אסאך שטערקער אָן די נארמאלע עיכובים וועלכע האלטן דאס אין אלגעמיין מער אין די ראַמען. עס איז כעין די געפיהל וואס א מענטש האט אין די סעקונדע בשעת׳ן ל״ע זעהן זיין קינד ח״ו אראפפאלן פון דאך. און דאס ווערט ח"ו ממושך אויף (צומאל) שעות.

יעצט, נאך דאס קליניקעל טויט פון א מענטש (וואס דאס אליינס איז טאקע נישט אזוי גרינג מגדיר צו זיין), ווען די הארץ און אנדערע אברים ארבעטן שוין נישט, ביז "מח טויט" ווען די מח הערט גענצליך אויף צו פונקציאנירן, זענען דעמאלטס דא בּרעינוועיווס אינעם מח וועלכע זענען זייער ענליך צו די בּרעינוועיווס בשעת מ'איז אויף א DMT טריפּ און חלום. ועיין בדברי @שעפטאל אז בשעת דאס טויט פונעם מענטש און ווען ער חלומ'ט, טוהט די גוף נישט נאטורליך צוברעכן די DMT וואס עס פראדוצירט נאטורליך, וממילא האט מען טאקע דעמאלטס כעין א סייקעדעליק "טריפּ". (וידועים די פלעטליינערס פילמס.)

ווי זיי ברענגען צו איז דאס דומה צו די בּרעינוועיווס בשעת מ'איז אין א טיפע שלאף (וידוע הגמרא בברכות נז: אז שינה אחד מששים למיתה, וחלום אחד מששים לנבואה ע"ש), און דאס קען אָנגיין פאר אַן ערך פון 7 מינוט צי לענגער נאכ'ן טויט. ועכ"כ אז די שטודיע ברענגט צו אז עס זענען געווען מענטשן אזוי פאר א וואך, 168 שעה, נאכ'ן טויט (ועיין בשבת קנב. דנפשו של אדם מתאבלת עליו כל שבעה ע"ש). און ווי (לדוגמא) מעקס טאָבּין פון BBC ברענגט ארויס, איז דאס דומה צו די באקאנטע "נאנט-צו-טויט" עקספּיריענסעס וואס מענטשן האבן, וועלכע ‏ארבעטן ניוראלאגיש און זענען ‏ענליך צו סייקעדעליק טריפּס (ועיין אין די קוואליטעטיוו שטודיע לגבי השוואות וחילוקים דערינען; עכ"פ לגבי די סייקעדעליק 5MeO-DMT). ועיין בדברי דר. בּרוּס גרעיסאן און דא וואו ער טענה׳ט אז ״נאנט-צו-טויט״ עקספּיריענסעס זענען נישט דאס זעלבע ווי סייקעדעליקס, זייענדיג אז זיי זענען אסאך מער אייניג ביי מענטשן ווי סייקעדעליק טריפּס, וועלכע זענען מער לא הרי זו בזה כהרי זו בזה.

ולכן האב איך געשפירט די פחד אז הגם רוב פון די סארט סייקעדעליק טריפּס זענען גוט און בא'טעמ'פט, איז אויב חלילה פאלט דער מענטש אריין דעמאלטס אין א "שלעכטע" טריפּ (מחמת טבעו אז ער איז מער ענקשאס וכדומה), דאן קען דאס זיין א גיהנום און נאך אסאך ערגער ווי סתם א שלעכטע טריפּ. דאס איז ווייל לאחר מיתתו ווערן דער מענטש'נס חושים און סענסארי אינפּוטס צוביסלעך אויסגעלאשן, וועלכעס הייבט דאס פחד נאך מער; וכעין ל"ע לאַקט-אין סינדרוים. (און ווי מעקס טאָבּין פון די BBC ברענגט פריער ארויס, איז די חוש המישוש דאס לעצטע צו גיין, און עס קען זיין אז דער מת שפירט דאס יא אסאך שפעטער בשעת'ן זיין אויף אט די "טריפּ"; וידוע הגמרא בברכות חי: ובשבת יג: דקשה רימה למת כמחט בבשר החי ע"ש - ער שפירט אבער קען זיך נישט באוועגן צו טוהן עפעס דערוועגן. ולגבי די חוש השמיעה וואס בלייבט אויך לענגער, איז דאך באקאנט משבת קנג. דבהספידא של מת התם קאימנא ע״ש.)

ועוד יותר, אז לפי אריסטו והרמב"ם אז זמן איז מקושר ומקרה קרה לתנועה, קען מען קלערן אז זייענדיג אז דער מת׳ס חושים ותנועה הערן אויף צו ארבעטן, איז זיין פּערסעפּשאן פון זמן נישט כראוי. ולכן קען זיך דאס נאכמער שפירן פאר אים ווי אט די שלעכטע טריפּ וגיהנום גייט אים אָן ל"ע פאר אַן אייביגקייט. (הגם אבער אז די בּרעינוועיווס אליינס זענען בעצם אויך תנועה, וא"כ קען ער לפי"ז יא בעצם אויסציילן די רגעים און צייט. אזוי צי אזוי קען מען טענה'ן אז דאס איז צום מערסטענסט אזוי ווי א גאר שלעכטע חלום, וואס למעשה ענדיגט זיך, נישט קיין חילוק ווי לאנג עס שפירט זיך בשעת מעשה ממש.)

דאס פירט בכלל אריין אינעם שאלה צי קאַנשׁעסנעס, ווי אונז פארשטיי מיר זי, איז אַן עמבּאַדיִד פענאמענאן און עס פעהלט אויס אַן אינטערעקשאן מיט'ן גוף אז דאס זאל אפירקומען? לדוגמא, ביי די קוואַליאַ און געפיהל פון פחד וצער, פעהלט מעגליך אויס, לדוגמא, דאס שווערע אטעמען פון די לונגען און די הארץ קלאפענישן פונעם הארץ צו געבן אט דעם קאַנשעס עקספּיריענס דערפון. און הגם אז לאחר מיתה פיהלן יא אפשר די נערוון דורכאויס דעם גוף וכנ"ל, איז דאס אבער דאך שוואכער זייענדיג אז די איבעריגע איברים (והאָרמאָנען) ארבעטן שוין לגמרי נישט אפירצוברענגען אט דעם געפיהל; ולכאורה נאך ווייניגער ווי ביי א נאר ״נאנט צו טויט״ עקספּיריענס, וואו דער מענטש איז למעשה נישט לגמרי טויט און קען נאך צוריקקומען לחיים. און די שאלה איז אויך אז אויב איז דאס מער דומה צו א חלום בשינה, איז דאס אויך גרינגער ווי סתם א שלעכטע סייקעדעליק טריפּ. וידוע ג״כ אז בשעת מ׳חלומ׳ט בתוך REM שלאף, טוהט די מח אפשוואכן/פּאראליזירן די גוף, מוסקל עטאָניע, עס זאל זיך נישט קענען געהעריג רירן. אבער אויב איז דאס מער דומה צו "נאנט-צו-טויט" עקספּיריענסעס, דאן איז דאס לכאורה יא מער ״ממשות'דיג״ ווי א חלום סתם.

דאס דערמאנט פונעם משנה (אבות פ״ד מכ״ב) ואל יבטיחך יצרך שהשאול בית מנוס לך ע״ש. (עס איז אבער אויך מן הראוי לציין אז א שלעכטע טריפּ קען זיך אינדערמיט טוישן לטוב, וכן להיפך.)

ונמצא מזה אז עס קען גאר זיין א טובה פאר איינער וואס זיין מח איז אינגאנצן נתאפס געווארן ברגע מיתתו, כגון די וואס זענען געווען ביים מקום פונעם אטאמישן אויפרייס און יאפאן, אדער כגון די סצענע פון זעלבסטמארד אין ספּייק לי'ס אָלדבּוי פילם.

ולגבי דעם אז א סייקעדעליק טריפּ איז כעין ענין נבואה, און אזא סארט טריפּ האט מען בשעת המיתה, קען דאס אולי זיין א רמז בהפסוק ביי מנוח, ווען ער האט געזעהן א מלאך והוי כעין נבואה (שופטים יג כב) מות נמות כי אלהים ראינו - בעת המיתה איז דאס אויך דא.


וואס קען מעגליך העלפן, ווי דר. קריסטשען דזשערעט ברענגט צו:
A field study in 2002 found that, on the rare occasions when people taking MDMA/ecstasy at parties reported bad experiences, this usually coincided with the user’s friends having pessimistic expectations or concerns about the trip. ‘A sense that another user, particularly a friend or acquaintance who is part of the collective, is not having a pleasant experience may have a deleterious effect on the group as a whole,’ the researchers said

If you have any frightening experiences or difficult overwhelming emotions, the usual advice is to surrender to these rather than trying to suppress them or run away from them. ‘Whether the disturbance consists of frightening illusions or internal imagery, difficult thoughts and feelings about some past or present personal issue, or anxiety related to a radical change in sense of self (eg, temporary loss of self-identity), the volunteer is encouraged to mentally surrender to the experience, trusting that her or his usual state of consciousness will return when the drug effects resolve,’ state the safety guidelines from Johns Hopkins University
והיינו, מקבל זיין דאס טויט, אויב מעגליך און שייך, אויף א פּאזיטיוון אופן. ובכל אופן מקבל זיין די עקספּיריענס בבחינת ״יפה דנת יפה חייבת״.

וכמובן קען בכלל זיין שווער צו עקסטרעפּאלעיטן פון אפילו אָלטערד-קאַנשׁעסנעס עקספּיריענסעס וועלכע מ׳האט ווען די גוף איז נאך למעשה בין החיים, צו די ווען די גוף איז שוין למעשה לגמרי טויט.

***

א חבר האט מיר געזאגט אז מ'קען פארענטפערן דאס וואס דער מוהר"ן זאגט אז עס איז דא א שאול תחתית פון וואס ער וועט העלפן ארויסראטעווען וכדומה, הגם אז אונזער וועלט איז דאך דאס גיהנום, אז עס איז א משל צו דעם אז די התנהגות'ן וועלכעס ער שלאגט פאר וועלן העלפן דעם מענטש'נס רוחניות טאקע שוין בהאי עלמא. עס איז בעצם א משל צו דעם אז עס איז שוין א דבר טוב וועלכעס וועלן בייהילפיג זיין דעם מענטש בחיים חיותו. (הגם עס בלייבט נאך שווער ווען ער באציהט זיך צום "שאול תחתית" ווי עפעס א מקום מיט פּראַפּערטיס. ואולי קען מען אויף יענע מאמרים אויך זאגן ענליך בדרך משל הנ"ל.)

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 11:55 am
דורך יאסל ראקאווער
מיר האבן געהאט די זכייה צו הערן די געדאנקן מפה קדשו פון די הייליגע מי אני שליט"א

שש אנכי מאמרתך!

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 7:36 pm
דורך מי אני
יאסל ראקאווער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 11:55 amשש אנכי מאמרתך!
די גמרא זאגט בשבת קל. אז די פסוק (תהלים קיט קסב) שש אנכי על אמרתך גייט ארויף אויף מצות ברית מילה ע״ש. און די גמרא זאגט טאקע בעירובין יט. אז אברהם אבינו ע״ה ראטעוועט טאקע ארויס פון גיהנום די אידן וועמען ער דערקענט אז זיי זענען גע׳מל׳עט ע״ש…

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 9:04 pm
דורך פרייוויליג
יישר כח @מי אני פאר די אשכול.

שוין יארן וואס איך טריפ אויף די שאלה, אפשר זענען מיר יעצט אין גיהנם, און הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט אונז געגעבן אן עיר-קאנדישן און א בענקל אין גיהנום.

וואס גיהנום איז נישט ווייסט קיינער נישט, און וואס גיהנום איז יא ווייסט אויך קיינער נישט.

די אמת איז אז די קשיא איז נישט לימיטעט איבער גיהנום נאר איבער די עצם רעאליטעט פון לעבן. אפשר לעבן מיר אין א סאליפסיסטישע רעאליטי. וכהנה וכהנה זענען דא מיליאנען טעאריעס פון פאטענציאלע רעאליטיס.

ערלויבט מיך משתף צו זיין וויאזוי איך רעסל מיט מיינע מחשבות:

הכל מודים אז עס איז נישטא קיין גרעסערע יסורים און חושך אויף די וועלט ווי ספק, דייקאטאמי, פאראדאקס, דאס לעשט אויס דעם מענטש פון מבית ומבחוץ.

איז אזוי: שטעלט אייך פאר השי"ת אנטפלעקט זיך פאר מיך און געבט מיר א מודעה. וואלט איך אויך געהאט א ספק אויב עס איז השי"ת? זיכער נישט. כל זמן איך האב א ספק קען דאס נישט זיין השי"ת, אויב וואלט השי"ת גערעדט צו מיך וואלט עס געווען די העכטסע מציאות און קלארקייט.

1. עס איז פאר מיך קלאר אז די ספק-עונש-יסורים וואס מיר ליידן קומט פון די מכה אשר כתובה בתורה "עמלק" גמ' "ספק". אויב זאל איך דיר אריינלייגן אין א ספק אויב דיין מאמע איז דיין עכטע מאמע וואלט עס געווען יסורים בלי גבול.

2. עס איז אמת אז מיר לעבן אין א וועלט מדוכה ביסורים, מוטל בספק, און קאנסטענט מענטל-טארטשער. אבער עס איז דא זאכן וואס מיר ווייסן אויף זיכער, און דאס איז אז
אפגעזען אויב מיר זענען יעצט אין גיהנם, אדער מיר לעבן יעצט אין א ווירטואל רעאליטי אדער סופער אילוזיע, איז נאכאלץ נתאמת אצלינו די פאלגענדע:

3. עס איז דא איין ג-ט, און אלעס וואס מיר גייען יעצט אדורך איז אונטער זיין סופרים קאנטראל און השגחה. עס איז נישטא קיין טעות אדער גליטש אלעס איז meticulously אויסגערעכענט, אינקלודינג די יסורים פון די דאזיגע שמועס.

4. השי"ת האט אינסופ'ידיגע רחמים און אלעס וואס מיר גייען יעצט אדורך און אלעס וואס מיר זען יעצט איז פון זיין זייט PERFECT.

5. אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו - דאס איז די פאנדעישען פאר אלעס. ג-ט שפילט נישט קיין געימס מיט אונז. עס איז נישט קיין got you וועלט. כאב דיך אויסגע'נער'ט. אין די תורה שטייט נישט פון יענער וועלט, פון גיהנם, פון עולם הזה פון שכר בעוה"ב, און אויך שטייט נישט עקספליסיסטלי פון תחיית המתים. עס איז בכלל נישט רעלעווענט פאר אונז מה למעלה ווייל די וועלט איז צו לעבן לשם פאר די וועלט. אונז לעבן נישט פאר שכר, גלגולים, פאר תחיית המתים, פאר עוה"ב. מיר זענען פשוט agents פון הקב"ה לתקן עולם במלכות שד"י. כל זמן מיר ווייסן די רולס פון די יונעווערס Thou shalt not kill וכו' ווייסן מיר אז מיר גייען נישט אריין טיפער אינעם דמיון. כל זמן מיר ווייסן אז מיט אטעמען זענען מיר אין די perfect פלאץ אין די perfect תקופה.

6. ווען עס קומט צו די טעאריעס פון גלגול, האב איך געזאגט פאר איינעם. די טעאריעס גלגול איז זייער געשמאק. די מענטשעלע האט זיך אנגעהויבן צו כאפן אז מיר האלטן אינמיטן א מעשה, מיר זענען דא לתקן ולשפר, און אונזערע אנוועזעהייט קומט מעגליך ראטעווען א פריערדיגע אנוועזעהייט. מיטאמאל פארשטייען מיר שוין מעשה מרכבה, פארוואס און וויאזוי ג-ט באשאפט די וועלט. יעצט פארשטיי איך פארוואס ראובן ליידט אזוי, ווייל פריערדיגע גלגול האט ער געטעשעפעט אן אלמנה וכו' וכו'.

איך האב פאר דעם זייערע א גרינגער כלל. ווער מעג גלייבן אין די טעאריעס הגלגול, עמיצער וואס זאגט, אז לולי טעאריעס הגלגול פארשטיי איך זאכן פונקט אזוי יא און נישט. דאס מיינט איך וואלט געלעבט פונקט אזוי גוט אן די טעאריעס הגלגול. איך וואלט צופרידן געווען אז איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן ליידן. אזא מענטש מעג גלייבן אין גלגול. אבער אויב עמיצער דרייט זיין גאנצע פראספעקטיוו ארום גלגול איז אין א מסוכ'נדיגע פלאץ, ווייל עס איז דא אסאך מער קשיות ווי תירוצים ווען עס קומט צו גלגול.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 11:24 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
פרייוויליג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 9:04 pm הכל מודים אז עס איז נישטא קיין גרעסערע יסורים און חושך אויף די וועלט ווי ספק, דייקאטאמי, פאראדאקס, דאס לעשט אויס דעם מענטש פון מבית ומבחוץ.

עכט ווילעך דיר נישט אריינווארפן ספיקות אין עפעס וואס דו האלסט שוין יא אויף א זיכערע זאך. כ׳זיך דאך נישט צוצולייגן יסורים און ספיקות... אבער כ׳קען זיך נישט איינהאלטן ווען איינער רעדט פון מיר נישט ריכטיג (יא? ״הכל״ מודים, גייט דאך ארויף אויף מיר אויך... ניין??).

שוין, לאמיר קומען צום ווארט:

די איינציגסטע אופן וויאזוי ספיקות קען נערווירן א מענטש איז נאר ווען דער מענטש איז געווארן ״אידענטיפייד״ מיט זיין חכמה און ידיעות. ס׳טייטשט, ער באטראכט דאס ׳זיך׳ מיט זיין ׳חכמה׳ ווי איין זאך.

און דאס ׳זיך׳ וועט מען דאך דיפענדן פאר יעדן פרייז. אויב איז נאר דא א ספק ספיקא פון א סכנה איבער דאס עקזיסטענץ פון ׳סעלף׳, וועט דאך דער מענטש נישט איינריען און טון אלעס אשר ביכלתו ׳זיך׳ צו ראטעווען.

איז אויב בין ״איך״ מיין ״נאלעדזש״. דאן אויב ווייס איך נישט עפעס, אדער כ׳האב עס נישט ארויס גענוג קלאר, דעמאלס בין ״איך״ זעלבסט אינטער א פראגע צייכן. איז וויאזוי קעמען שלאפן רואיג...?

אבער לאמיתו של דבר, איז דער עצמיות האדם - כאטש זיין ״חשיבות״ ווענטסעך אסאך אין זיין שכל - אינדעפענדענט לגמרי פון זיין שכל.

איך קען נאך אביסל מאריך זיין, מסביר צו זיין דעם קאנסעפט ״לאדזשיקלי״, אבער ״הפוכי מטרתא למה לי״?

סאוי, לאמיר ענדערש מאכן א פאקטישע טריי-אויט:

לאמיר פראבירן פאר איין חודש, צו טוישן דעם ניגון אין אונזער מוח פון ״איך בין א חכם, א פארשטייער״ וכדו׳ צו ״איך בין א לעבעדיגע קאנטשעס ביאינג״.

און לאמיר דאן זען צו די וועלט איז מער גיהנום צו מער גן עדן...

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 8:10 am
דורך מי אני
פרייוויליג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 9:04 pm הכל מודים אז עס איז נישטא קיין גרעסערע יסורים און חושך אויף די וועלט ווי ספק, דייקאטאמי, פאראדאקס, דאס לעשט אויס דעם מענטש פון מבית ומבחוץ.

אבער עס איז דא זאכן וואס מיר ווייסן אויף זיכער, און דאס איז אז
אפגעזען אויב מיר זענען יעצט אין גיהנם, אדער מיר לעבן יעצט אין א ווירטואל רעאליטי אדער סופער אילוזיע, איז נאכאלץ נתאמת אצלינו די פאלגענדע:

עס איז דא איין ג-ט, און אלעס וואס מיר גייען יעצט אדורך איז אונטער זיין סופרים קאנטראל און השגחה. עס איז נישטא קיין טעות אדער גליטש אלעס איז meticulously אויסגערעכענט, אינקלודינג די יסורים פון די דאזיגע שמועס.
ליידער איז דאס אויסדרוקליך נישט אזוי. ועכ״כ אז עס זענען דא די וואס נוצן דאס אז עס איז ‏לגמרי יא מוטל בספק, ואפילו פאר׳ן מענטש וועלכער לעכצט א קאנעקשאן דערצו וכו׳, אלס א ראיה גאר קעגן מציאותו.

נאר וואס דען? דאס אליינס גייט אין איינקלאנג מיט׳ן טעזע פונעם אשכול: אט די פונדאמענטאלע שאלה איז בהכרח אויסגעשטעלט צו זיין מוטל בספק כדי טאקע צו פארמערן די יסורי הנפש דערין, זייענדיג אז דאס איז די גיהנום. און ווי @סעמיט האט אויבן געשריבן:
סעמיט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:42 pmאין די אנדערע רעאלמען וואו די מיסטעריעס פון עקזיסטענץ זענען קלאר, וואו דער מהות פון מעטאפיזיקס, גאט, ידיעה, בחירה, איז א דבר פשוט אפילו פאר תשב"ר, וואו דער מה למעלה ולמטה ממך איז אזוי פשוט ווי פארשטיין ווער עס זענען די שכנים וואס וואוינען העכער און אונטער דיר - אויב זאל מען דארטן זאגן פאר איינעם אז אין גיהנום מוטשעט זיך אפילו דער גרעסטער חכם מיט אט די פשוט'ע פראגעס, טראכט ער "מ'קען דאך אראפגיין פון זינען צו לעבן אזוי אפילו איין איינציגן מינוט!"

אבער אזוי לעבן מיר, אין גיהנום.
ולגבי די געדאנק פון יסורי הספק על הכלל, איז איה״נ. ווי איך האב אויבן געשריבן בריש האשכול, פארענטפערט די מהלך האשכול אז עס איז באמת ובעצם טאקע נישטא עכט קיין בחירה חופשית, און אלעס איז שוין פונקטליך אויסגעשטעלט ונגזר עפ״י פועל ונפעל וויאזוי עס זאל פאסירן. די מהלך שטימט בעסער מיט דיטערמעניזם, וואו אונז שפילן אויס בע״כ אלע אונזערע מעשים, ולכן איז טאקע נישטא דערנאך קיין שכר ועונש אח״כ, זייענדיג אז אונז זענען שוין אינעם מקום העונש של גיהנום. און דאס אז עס זעהט אונז למעשה נישט אויס וואו אונזערע מעשים זענען דיטערמינד און אונז קענען נישט וויסן וויאזוי אלעס וועט זיך אויסשפילן אין אונזער עתיד און עס איז אונז א ספק, איז א חלק פונעם צער הגיהנום, וואס ווען אונז ווייסן דאס יא קען מען טענה׳ן אז דאס אליינס וואלט אונז געווען א סטאָאיק מרגוע. (איך פארשטיי אז מ׳קען טענה׳ן פארקערט אז דאס אז ער ווייסט נישט און קען נישט אויסרעכענען די עתיד, איז גאר א חסד אלס דעם דיה לצרה בשעתה; ועיין בפסחים נד: אבער דאס אליינס אז דער מענטש, זייענדיג א מענטש, מוז העתיד בהכרח זיין פאר אים א ספק כדי למצוא מרגוע לנפשו, איז אליינס א חלק פונעם עונש וכנ״ל.)

און דאס פירט ווייטער אריין אין צו וואס @בְּתוֹךְ עַמִּי זאגט:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 11:24 pmדי איינציגסטע אופן וויאזוי ספיקות קען נערווירן א מענטש איז נאר ווען דער מענטש איז געווארן ״אידענטיפייד״ מיט זיין חכמה און ידיעות. ס׳טייטשט, ער באטראכט דאס ׳זיך׳ מיט זיין ׳חכמה׳ ווי איין זאך.

און דאס ׳זיך׳ וועט מען דאך דיפענדן פאר יעדן פרייז. אויב איז נאר דא א ספק ספיקא פון א סכנה איבער דאס עקזיסטענץ פון ׳סעלף׳, וועט דאך דער מענטש נישט איינריען און טון אלעס אשר ביכלתו ׳זיך׳ צו ראטעווען.

איז אויב בין ״איך״ מיין ״נאלעדזש״. דאן אויב ווייס איך נישט עפעס, אדער כ׳האב עס נישט ארויס גענוג קלאר, דעמאלס בין ״איך״ זעלבסט אינטער א פראגע צייכן. איז וויאזוי קעמען שלאפן רואיג...?

סאוי, לאמיר ענדערש מאכן א פאקטישע טריי-אויט:

לאמיר פראבירן פאר איין חודש, צו טוישן דעם ניגון אין אונזער מוח פון ״איך בין א חכם, א פארשטייער״ וכדו׳ צו ״איך בין א לעבעדיגע קאנטשעס ביאינג״.

און לאמיר דאן זען צו די וועלט איז מער גיהנום צו מער גן עדן...
ווי ארויסגעברענגט עפ״י דעקארט איז אויב וויל דער מענטש אידענטעפיצירן דעם ״זיך״ אלס א מציאות און קאַנשׁעס בּיאינג, איז דאס בהכרח אָנגעוואנדן אין זיין טראכטן און וויסן; די געדאנק ״נאלעדזש״ בכלליות. אנדערש וויאזוי ווייסטו/טראכסטו טאקע אז דו ביסט באמת א לעבעדיגע קאַנשׁעס בּיאינג? (ועכ״כ אז די רגע מען פרובירט דאס אפצופרעגן אז מ׳איז טאקע אין א טעות אין דעם, טוהט מען דאס בו בעת ממש שטארקן. אין מנוס.)

און ווייטער: דאס אליינס אז מ׳מוז צוקומען צו וויסן/טראכטן איבער׳ן ״זיך״ צו חכמה ולאגיק און אז נאר דאדורך איז בכלל דא א דיון איבער׳ן ״זיך״, וממילא עפענט מען אין דעם די טיר פאר׳ן ‏(קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, איז אליינס א חלק פונעם עונש הגיהנום.

(איך פארשטיי אז דעקארט׳ס טענה באדייט נישט דוקא אז דאס ״זיך״ פונעם מענטש איז ממש זיין נאַלעדזש וחכמה, אבער אין די קאנטעקסט דא איז דאס נישט קיין גרויסע נפק״מ אין דעם אז מ׳דארף למעשה בהכרח צוקומען דערצו כנ״ל.

וכמובן גייט דאס אלעס מיט מיט די שמועס פון דא און ווייטער.)

Re:

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 10:02 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מי אני האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:10 am און ווייטער: דאס אליינס אז מ׳מוז צוקומען צו וויסן/טראכטן איבער׳ן ״זיך״ צו חכמה ולאגיק און אז נאר דאדורך איז בכלל דא א דיון איבער׳ן ״זיך״, וממילא עפענט מען אין דעם די טיר פאר׳ן ‏(קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, איז אליינס א חלק פונעם עונש הגיהנום.

אויף דעם האביך דאך פארגעשלאגן אז מ׳זאל עס נישט עפענען, דעם טיר. איזעס דען נישט תלוי בבחירתו?

׳ניצן׳ חכמה, און זיך ׳אידענטיפיצירן׳ דערמיט זענען צוויי אנדערע זאכן.

און לגבי דעם ׳ויוסיף דעת יוסיף מכאוב׳ איז לפי המבואר מפי ספרים וסופרים די חילוק פון חכמה און דעת איז חכמה די עצם אבסטראקט לאגיק כמו שהוא און דעת איז די התקשרות האדם בו, ווי ער ווערט מקושר/איינס מיט זיין חכמה און ס׳טריגערט זיינע געפילן. ולכאורה איז דאס עטליעסט קרוב צו די ענין פון זיך אידענטיפייען מיטן חכמה…

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 12:09 pm
דורך מי אני
די געדאנק איז אז חכמה והיותו נפש משכלת, איז א נעסעסערי קאנדישאן פאר דאס ״זיך״ און דעם מענטש׳נס זיין א קאַנשׁעס בּיאינג; זיין ״נפש״. ער קען נישט האבן זיין קאַנשׁעסנעס ונפש, ובפרט אריינקלערן אין דעם גופא, אָן שכל וחכמה. (ולפי״ז קען מען טאקע טענה׳ן נאך ווייטער אז דאס מענטש׳נס קאַנשׁעסנעס ונפש איז טאקע זיין שכל וחכמה.) אחוץ טאמער איז די עצה טאקע דורכצוגיין דאס לעבן ווי א ‏זאַמבּי און זיך טאקע מנתק זיין פון זיין שכל וקאַנשׁעסנעס, וואס דעמאלטס איז טאקע איה״נ דא דעם שוטה אינו נפגע.

אין קורצן:
מענטשליכע קאַנשׁעסנעס ← וחכמה ושכל

און אט דאס האב איך געמיינט אז ס׳איז נישט קיין נפק״מ דא אין דעם קאנטעקסט. מיינענדיג, צי אלס אידענטיטעט צי אלס נעסעסערי ענטעילמענט, אויב האסטו קאַנשׁעסנעס מוז (שוין) זיין (מקודם) שכל וחכמה. און זייענדיג אז זיין העכערע קאַנשׁעסנעס (משאר בע״ח) איז תלוי בשכלו וחכמתו של האדם מהצלם אלקים (וידוע המו״נ בח״א פ״א) וואס יעדעס מענטש האט במדת מה, איז אין מנוס לו מהצער בהעולם, וואס מחכמתו און זיין אנערקענונג דאדורך קומט דאך זיין צער ומכאוב (מער ווי דער בע״ח). און אט דאס איז זיין גיהנום. (ועכ״כ אז, ווי איך האב אויבן געשריבן, טאמער איז דא א טיפערע גיהנום דערנאך, באדייט דאס אז עס איז דא דארט א העכערע לעוועל פון קאַנשׁעסנעס פאר די ברואים הנתונים שם לעונש ותיקון.)

Re:

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 12:17 pm
דורך פרייוויליג
מי אני האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:10 am
ליידער איז דאס אויסדרוקליך נישט אזוי. ועכ״כ אז עס זענען דא די וואס נוצן דאס אז עס איז ‏לגמרי יא מוטל בספק, ואפילו פאר׳ן מענטש וועלכער לעכצט א קאנעקשאן דערצו וכו׳, אלס א ראיה גאר קעגן מציאותו.



אבער אזוי לעבן מיר, אין גיהנום.
ולגבי די געדאנק פון יסורי הספק על הכלל, איז איה״נ. ווי איך האב אויבן געשריבן בריש האשכול, פארענטפערט די מהלך האשכול אז עס איז באמת ובעצם טאקע נישטא עכט קיין בחירה חופשית, און אלעס איז שוין פונקטליך אויסגעשטעלט ונגזר עפ״י פועל ונפעל וויאזוי עס זאל פאסירן. די מהלך שטימט בעסער מיט דיטערמעניזם, וואו אונז שפילן אויס בע״כ אלע אונזערע מעשים, ולכן איז טאקע נישטא דערנאך קיין שכר ועונש אח״כ, זייענדיג אז אונז זענען שוין אינעם מקום העונש של גיהנום. און דאס אז עס זעהט אונז למעשה נישט אויס וואו אונזערע מעשים זענען דיטערמינד און אונז קענען נישט וויסן וויאזוי אלעס וועט זיך אויסשפילן אין אונזער עתיד און עס איז אונז א ספק, איז א חלק פונעם צער הגיהנום, וואס ווען אונז ווייסן דאס יא קען מען טענה׳ן אז דאס אליינס וואלט אונז געווען א סטאָאיק מרגוע. (איך פארשטיי אז מ׳קען טענה׳ן פארקערט אז דאס אז ער ווייסט נישט און קען נישט אויסרעכענען די עתיד, איז גאר א חסד אלס דעם דיה לצרה בשעתה; ועיין בפסחים נד: אבער דאס אליינס אז דער מענטש, זייענדיג א מענטש, מוז העתיד בהכרח זיין פאר אים א ספק כדי למצוא מרגוע לנפשו, איז אליינס א חלק פונעם עונש וכנ״ל.)
ביסט גערעכט מיט דעם אז די עצם מציאתו איז מוטל בספק, אז נישט וואלט נישט געווען קיין נבוכים און נישט קיין מורא נבוכים אלעס וואלט געווען קלאר.

איך האב געליינט פון רבי פינסאן - זע אונטן - וואו ער טריפט אז דאס וואס "מענטשן קענען טראכטן" אז עס איז נישטא קיין קריעטער איז וויבאלד מיר קומען פון הקב"ה, פון זיין מציאות, און ער האט דאך אויך נישט קיין קריעטער, און פון דארט נעמט זיך די אילוזיע פאר מענטשן צו טראכטן אז מיר האבן נישט קיין קריעטער.

אין אונזער עולם הדמיון איז נישט גארנישט אבסאלוט, דו זעסט דאך אז מענטשן ווילן זאגן אז די וועלט איז פלאך (וועגן דעם מיינט אויך נישט אז מיר גייען אזוי אננעמען, נישט יעדע שוטה'ס טעאריע מיינט אז די זאך ווערט מסופק וויבאלד איינער טשעלעדזשט עס) אבער פאר מיר איז עס גענוג צו זאגן אז די מאמענט איינער קען עס אפפרעגן פארמאגט די זאך א זוהמא, א קליפה, א דמיון, וואס דאס געבט א מקום פארן מענטש זיך טועה צו זיין.

סא הקב"ה האט געמאכט א פלאץ וואו מענטשן זאלן קענען מסופק זיין אין זיין מציאות, און געוויס איז דאס יסורים נוראים. די מאמענט א מענטש איז מסופק אויב זיין מאמע איז עכט ווערט דאס יסורים.

אבער מיין נקודה איז אז אין די עולם השקר איז דא זאכן וואס מיר מענטשן האבן אנגענעמען אלס די מערסטע אבסאלוט וואס אבסאלוט קען זיין דא. צב"ש אז די וועלט איז רינדיכיג, אז דיין מאמע איז דיין עכטע מאמע וכדו'. און מיר אידן, טעאלאגיענס, גלויביגע, ווייסערס, האבן אנגענעמען אלס א פשטות שיש בורא לעולם. יעצט קען מען אריינגיין אין השגחה.

אבער @מי אני איך פראביר אלץ צו פארשטיין וואס דיין ציל איז מיט דיין אלע ויכוחים. דאס הייסט אזוי: ווען דו ציטירסט דר. דזשאן שעלענבערג אלס א פירכא קעגן אמונת מציאותו, וואו טראגט דיך דאס? טיפער אינעם ספק? אדער קלארער אינעם ספק? וואס ברענגט דיך דאס למעשה, צו ווערסטו קלארער מיט דעם? אויב דר. דזשאן שעלענבערג מאכט דיין ספק ברייטער, דאן וואס איז די איידיע? איך זיך צו פארשטיין הלכה למעשה. איך זוך נישט סתם צו דעבאטירן דא אויף ק"ש, איך זיך צו ווערן א בעסערע מענטש, קלארער, מער מסודר. איך גלייב דו אויכעט.

דיין מוח איז ריזיג, דו האסט מיליאנען טעבס אפען, מיט יעדן מחשבה האסטו 400 פירכות און תירוצים. אבער די תכלית איז זיך אויסצוקלארן ניין? וויאזוי העלפט דיך דאס.

מיר אידן האבן אלץ געוויסט זאכן. די אלע מיליאנען דעבאטעס איז געווען ווייל מיר האבן זיך געדארפט פארמעסטן מיט די דזשאן שעלענבערגס, דעריבער האבן מיר געדארפט מורא נבוכים'ן, און אלץ זיצן אין ויכוחים. עס איז דא א חילוק פון "ווייסן" און פון "גלייבן". מיר האבן אלץ געוויסט, אלע פראבלעמען האט זיך אנגעהויבן ווען מיר האבן אנגעהויבן גלייבן.

איך זע אז דו ביסט זייער אבסעסט מיט השגחה פרטיות, און פון דיינע אלע ארטיקלען איז משמע ווי דו ביסט ממש אויסן צו טשעלענדשן די השגחה מיט יעדע סארט ציטאט פון אוצר החכמה. יעדע סארט פענאמענען וואס דו טרעפסט קעגן השגחה איז בלויז א מעטעפאר. טבע, כלים, לבושים, כוחות, אלעס איז דיפרענט אויסדריקן פון השגחה פרטיות. אונז זעמיר תכלית מענטשן, יא? נאך אלעמען זענען די אלע מיליאנען כינויים קאנטראלירט ביי הקב"ה. עס איז נישטא קיין שום אינדעפענדענט כוח. אלעס קומט צוריק צו די main engine, די ערשטע ענערגיע. מיר אינטערסירט נישט די אלע כינויים וויאזוי א קאר פארט, מיר אינטערסירט ווער עס דרייווט עס. איך זע נישט קיין צוויי מהלכים אין דעם.

איך וועל ענדיגן מיט די נקודה מיט וואס איך מיין פון תכלית, און התרת הספיקות. איך האלט אז די גיהנום איז אויף די וועלט. אלעס געשעט דא. די מאמענט א מענטש טרענזישענט פון איין עולם צו א צווייטן איז שוין אלעס אזוי ווי עס איז. דא אויף די וועלט געשעט אלעס. עונשים, קארמע, מידה כנגד מידה, תיקונים, אלעס איז דא. עולמך תראה בחייך, אין די וועלט קען מען אלעס זען, וויאזוי ענערגיע טרענזישענט, כשזה קם זה נופל, עליונים למטה ותחתונים למעלה, אלעס געשעט דא. מיר זענען אזוי אבסעסירט מיט יענער וועלט אז מיר פארגעסן פון די וועלט.

עס איז דא חסידישע תורות אז גיהנום איז בלויז א תיקון, אדער למשל די עבסענס פון תענוגים, יעדער האט שוין געהערט פון דעם. לויט די טעאריע איז גיהנם נישט קיין פיזישע פייער. איך זאג אז דו קענסט יא זען גיהנום אלץ א פיזישע פייער, וואו? ווען א מענטש ווערט ל"ע פארברענט, ווען א קאר פארט איינעם איבער ל"ע, די אינקיוויזיצע, די האלאקאוסט, אלעס געשעט דא. די גיהנם איז אזוי גרויס אז עס איז אפילו דא א גראסערי אין דעם, און מען קען אפילו לייגן תפילין אין דעם, און מ'שלאפט האלב פון די צייט.

יעצט, וויאזוי העלפט מיך די טעאריע הלכה למעשה? עס העלפט מיך זיין מער גראנדעט, מער אין די וועלט. עס העלפט מיך נענטער ווערן צו הקב"ה. איך האב נישט די קריסטליכע ווערסיע פון גיהנום וואו די "נשמה" גייט ברענען. וואס איז דאס? דער מענטש איז געווען אויף וואקאציע אויף די וועלט? וואס ברענען? דו ווייסט וויפיל דער מענטשעלע מאכט מיט אויף די וועלט. ווען איינער קומט מיר זאגן דאס, טראג איך אים אוועק. פארדעם וועלן מיר כמעט גארנישט טרעפן פון עונשים בעוה"ב אין תנ"ך.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 12:52 pm
דורך מי אני
לגבי די געדאנק פון חכמה וכל חלקי צדדי השאלה והספק, האב איך דא געשריבן:
מי אני האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 2:43 pmעס איז יתכן אז די געדאנק פון ״חכמה״ איז די עפּיסטעמיק יוּמיליטי און ענווה והכרה אז מ׳קען (לכאורה) נישט צוקומען צו אַן ענדגילטיגן ידיעה והכרה על הכלל כולו; עס זענען (בדרך כלל) נישטא קיינע ״תירוצים״ (עכ״פ ביחס לחומר השאלה/הקושיא). דעם באקאנטן ״תכלית הידיעה וכו׳״ און ווי דער נפוצות יהודה ברענגט צו מסקראט (ועיין בחתימתי). און ווי מער חכם א מענטש איז וקנה מדע, אלס מער זעהט ער דאס איין.

אזויפיל יא, אז לפי״ז קומט דאך אויס אז די היפך דערפון, והיינו א (דאגמאטישע) ״זיכערקייט״, איז אט דאס ה״טיפשות״. און ווי טשארלס בּוּקאַווסקי האט געשריבן:
The problem with the world is that the intelligent people are full of doubts, while the stupid ones are full of confidence
און אט דאס דארף צו זיין די מטרה פון חכמים וחכמה: ווי מער ארויסהאבן כל צדדי הספק והשאלה ומהלכים בהנושא. און דאס אליין בלייבט אלס א וואָרק אין פּראגרעס. און ווי צוגעברענגט טענה׳ט דר. ריטשערד דאָקינס אז אטעאיסטן, וואס ס׳איז יתכן און עס איז דא א קארעלעישאן אז זיי זענען אין אלגעמיין קלוגער ווי טעאיסטן, גייען אין אלגעמיין זיין ווייניגער זיכער מיט זייער פאזיציע, ווי די אלגעמיינער טעאיסט מיט זיינער.

טאמער טוהט דאס קאווע שטיבל אויף, דאן איז דאך דאס טאקע א מקום חכמים.
און ווי איך האב צוגעברענגט איז די געדאנק בפילאזאפיע וחכמה א דגוש מער אויף די שאלות וקושיות, וועלכע וועלן בדרך כלל אלס זיין בעסער ווי די תירוצים. ועכ״כ אז אט דאס קען זיין די געדאנק פון ״ג-ט״. אין אנדערע ווערטער, עס איז חכמה לשם חכמה, ובפרט אין די מעטאפיזישע תחומים וואו עס איז יתכן, כנ״ל, אז עס איז נישטא קיין תירוצים און ארויסקריכן אדער קלארער ווערן אינעם ספק. און ווי צוגעברענגט אויבן פון @סעמיט, איז אט דאס א חלק פונעם צער בגיהנום שלנו.

ועפ״י כל זה, איז תשובתך בצידך אויף דאס וואס דו זאגסט:
פרייוויליג האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:17 pmמיין נקודה איז אז אין די עולם השקר איז דא זאכן וואס מיר מענטשן האבן אנגענעמען אלס די מערסטע אבסאלוט וואס אבסאלוט קען זיין דא. צב"ש אז די וועלט איז רינדיכיג, אז דיין מאמע איז דיין עכטע מאמע וכדו'. און מיר אידן, טעאלאגיענס, גלויביגע, ווייסערס, האבן אנגענעמען אלס א פשטות שיש בורא לעולם.
והיינו, עס איז נאר דער נאַר וואס נעמט אָן דאס ״זיכערקייט״ פון מציאות הא-ל, ווי אויפ׳ן ענליכן לעוועל ווי דאס (עמפּירישע) זיכערקייט (כהיום) אז די וועלט איז רינדיג. וממילא איז אט דאס נכלל אין דאס וואס דער חכם, וואס איז נישט קיין נאַר, מוז זיין מסופק אין (צו א היפש גרעסערע מדריגה ווי דאס אז די וועלט איז רינדיג). ומשם, ומכעי״ז, בא צערו וואס איז אין אונזער גיהנום בעלמא הדין. קענסט טאקע טענה׳ן אז מ׳זאל ענדערש ״זיין א נאַר און גלייבן״, און מ׳וועט טאקע זיין ‏מער צופרידןהיפך דזשאן סטוערט מיל, וכעין מה שטען @בְּתוֹךְ עַמִּי לעיל. אבער דאס איז פארלאנגען פונעם חכם ובעל שכל צו גיין ‏קעגן מהותו, ‏ועיין בפיה״מ להרמב״ם בחגיגה פ״ב מ״א.

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 1:19 pm
דורך פרייוויליג
@מי אני, עס באדערט מיך אז כ'גיי יעצט אריינגיין אין די 90% קאטעגאריע שמועסן - דארטן וואו מענטשן פראבירן מסביר צו זיין אז די אינטערלאקוטאר "האט נישט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט". עס קען זיין אז דו גייסט מיך יעצט צוריק שרייבן אז איך האב דיך נישט פארשטאנען - אפשר איז דאס אויך די צער פון גיהנום, אז 50% טראקס אויפן ראודס זענען returned items, און 90% סארט שמועסן פון מענטשן איז מסביר צו זיין אז יענער האט מיך נישט פארשטאנען.

מיין תגובה האט גארנישט געהאט מיטן "זיין א נאר און גלייבן" אדער זיין "מער צופרידן און זיך איינטינקן די קאפ אין זאמד".

א חלק פון מיין תגובה איז געווען, וואס איז די "הלכה למעשה". דאס איז נישט קיין פאליטיקס, די סארט שמועסן זענען גורם וויאזוי דיין לעבן זעט אויס. וואס איז דיין אדער מיין ציל פון דעם? בלויז אלס א ספאורט? איז דאס פאר דיך א חכמה לשם חכמה? אלע דיינע תגיבות זענען - אזוי ווי @בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן - פשוט אויסצוברייטערן דעם ספק, עס איז אזוי ווי א שו"ת ספר אן די תשובות.

איך גראדע גלייך זייער פיליזאפישע שמועסן. אבער עס דארף מיך העלפן הלכה למעשה. אויב גיי איך אריינגיין אין א נושא, וואו איך ווייס קלאר אז די וואס זענען אין דעם, אדער איך גיי ווערן מער מסופק, מה לי לצרה זאת? איך זאג דאס אפילו נישט לשם דאס "נישט עפענען די טיר", עפען יא דעם טיר! גיי אריין דארט. אבער אויב גיי איך אריינגיין מער צומישט, דאן פארוואס? דעריבער האב איך דיך געפרעגט אויב די סארטן ויכוחים מאכן דיך קלארער. אויב יא, אפשר זאל איך מער עקספלארן אין דעם, אזוי וועל איך אויך קלארער ווערן, אויב ביסטו מער צומישט, דאמאלט טראסט איך דיך, און איך וועל דא בלייבן.

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 1:21 pm
דורך רויטער
wow a deep eshkol`!!

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 2:33 pm
דורך מי אני
כמובן איז די שאלה דא נישט איבער פּראקטישע נוצן, נאר אז אפילו טאמער עס האט נישט דוקא קיין פּראקטישע נוצן, איז מען מודה אז עס איז דא וואס עוסק צו זיין אינעם תחום טאמער קומט מען ארויס מיט א קלארקייט. די שאלה דא איז טאמער, כנראה, קומט מען נישט ארויס מיט א קלארקייט אויך נישט, דאן למה לו לאדם לעסוק בהן?

איך וואלט געזאגט אז אין די מעטאפיזישע תחומים של חכמת אלהיית, וואו עס איז נישט זיכער אז מ׳קען בכלל צוקומען און קלארער ווערן אין א פּאזיטיוון אופן, איז די געדאנק מער ווי דער רמב״ם במו״נ ח״א פנ״ט. והיינו, ווייל בדרך כלל ווי אזוי מ׳ווערט קלארער אין עני קאנצעפּט איז דורכ׳ן מער שמעלער מגדיר זיין א געדאנק. און דאס אנהאלט צוויי חלקים: וויסן וואס איז מחוצה פון דעם קאטעגאריע און וויסן וואס איז יא תחת ובתוך דעם קאטעגאריע. יעצט, דער רמב״ם שרייבט דארט בפנ״ט לגבי השגה בענין אלוק איז נאר דא דעם ערשטן חלק: שולל זיין בהוכחות ובחכמה וואס איז נישט תחת הקאטעגאריע און וואס איז אינדרויסן דערפון; אבער נישט דאס צווייטע וואס איז יא תחת הקאטעגאריע. און דאס איז גענוג ל״השגה״. און די סיבה דערצו איז ווייל מ׳קען נישט קלאר ווערן על אמיתת הדבר אין א פּאזיטיוון אופן.

והשתא דאתית להכי, קען מען דאס בעצם זאגן אויף מעטאפיזיקס און פילאזאפיע בכלליות. והיינו, אם כנים אנחנו בזה אז מ׳קען טאקע נישט צוקומען דערין צום ״קלארן״ אמת (וואס דאס אליינס איז דאך אויך א פילאזאפישע שאלה און נישט זיכער…), איז אבער יא דא א סארט ״קלארקייט״ וואס מ׳טוהט צוקומען און דאס דורכטוהן און וויסן בהוכחה אז פריערדיגע זאכן וואס מ׳האט געמיינט אז זיי זענען ״יא״ תחת ונכלל באיזה סוג אין א פּאזיטיוון אופן, זענען אבער למעשה נישט (זיכער אז זיי זענען) דארונטער. און דאס אליינס איז א סארט ״קלארקייט״. (וכמובן, איז דאס סתם אזוי מחדד השכל.

ועיין בתגובותיי באשכול זו.)

ואגב, ענליך צו דעם געדאנק, אין די קאנטעקסט פון אונזער וועלט אלס די גיהנום, האט דער פראנצויזישער פילוסוף עלעין בּאדיאוּ געזאגט (לגבי טשורטשיל׳ס געדאנק):
We live in a contradiction: a brutal state of affairs, profoundly inegalitarian – where all existence is evaluated in terms of money alone – is presented to us as ideal. To justify their conservatism, the partisans of the established order cannot really call it “ideal” or “wonderful”. So instead, they have decided to say that all the rest is horrible. "Sure," they say, "we may not live in a condition of perfect Goodness, but we’re lucky that we don’t live in a condition of Evil. Our democracy is not perfect, but it’s better than the bloody dictatorships. Capitalism is unjust, but it’s not criminal like Stalinism. We let millions of Africans die of AIDS, but we don’t make racist nationalist declarations like Milosevic. We kill Iraqis with our airplanes, but we don’t cut their throats with machetes like they do in Rwanda." etc
והיינו ג״כ אז דאס ״ריכטיגע״ הנהגה להכלל קען נאר דעפינירט ווערן אין נעגאטיווע טערמינען וואס עס איז נישט.


***
רויטער האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 1:21 pm wow a deep eshkol`!!
אונז טרעפן טאקע אז די גמרא בשבת לג. דרש׳נט די פסוק (משלי כב יד) שוחה עמוקה פי זרות אויף די גיהנום ע״ש. וכן הוא באיוב (יא ח) עמוקה משאול מה תדע, וואס ״שאול״ איז דאך איינע פון די ז׳ שמות של גיהנום (עירובין יט.)…

***

לגבי דעם געדאנק אז אונזער 3D יקום איז סיי א גיהנום רעלאטיוו צו העכערע דיימענשאנס און א גן עדן רעלאטיוו צו נידעריגערע דיימענשאנס, און נאר אין 3D איז שייך סטאבילע אָרבּיטס, האב איך געקלערט אז די גמרא דרש׳נט (ברכות ח.) אויפ׳ן פסוק (תהלים לב ו) על זאת יתפלל כל חסיד אליך לעת מצא, אז דאס גייט ארויף אויף אַן אשה, מיתה, און קבורה ע״ש. (און אַן אשה רעה, אויף וועלכער דער חסיד איז מתפלל זאל נישט אָנקומען צו אים, איז כגיהנום.) דערפאר איז די נעקסטע פסוק דארט בתהלים ממשיך, אתה סתר לי מצא תצרני רני פלט ״תסובבני״ סלה. והיינו, דעם ענין פון אָרבּיטס ״וסיבוב״ קען נאר זיין אין 3D שהוא עלמא הדין, וואס איז די גיהנום פון וועלכע מ׳וויל זיך ארויסזעהן בעת המיתה והקבורה.

מ׳קען אולי אויך טייטשן די אופנים וואס יחזקאל הנביא האט געזעהן במעשה מרכבה ב״אופן״ זו.

***

ולגבי דעם אז א העכערע קאַנשׁעסנעס קען באדייטן א טיפערע גיהנום פון מער צער, הגם עס איז מאידך גיסא דא מער תענוג אויך, (ויוסיף דעת יוסיף מכאוב כפשוטו) האט קארל יונג געזאגט:
There is no coming to consciousness without pain
ואולי קען מען מעמיס זיין אז דאס איז פּראפּארציאנאל אויך: ווי מער קאַנשׁעסנעס, אלס מער צער ל״ע.