בלאט 1 פון 1

טאקער - פוטין אינטערוויוא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:19 pm
דורך ישי שטיינמעץ
ס'טוט זיך הימל און ערד און טאקער ... די לינקע האבען א מעלטדאון ... אפילו די ריינאוס פלאען .... אין די לינקע אמעריקא איז שווער צו טרעפן היינט ריכטיגע זשורנאליסטן, אלעס איז פראפעגאנדע און קאפ דרייענישען.

איז געקומען טאקער און געזאגט אז ער האלט אז אמעריקאנער זענען בארעכטיגט צו הערען וואס פוטין האט צו זאגן.... די לינקע קנאים האבען אים אנגעהויבען באשמיצען. ס'געפלויגן טישן און בענק.... געוויסע זענען ממש קעגן טאקער געוויסע זענען בעד. און שוין...

למעשה האט טאקער זיך אהין געפעקעלט קיין רוסלאנד, און על אפם וחמתם פון אלע לינקע גלחים האט ער אינטערוויואוד פוטין 2 שעה.

די אינטערוויאו איז סקעדזשיולד צו ארויס קומען היינט 6 אזייגער איסטערן אויף טאקער'ס וועבסייט און אויף X.

ס'איז ערווארטעט אז צווישען 500 מיליאן און א ביליאן מענטשן וועלען עס וואטשן.