בלאט 2 פון 2

Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 2:21 pm
דורך ישי שטיינמעץ
ר' ברוך'ל גארליצער א זוהן פונעם צאנזער רב. איז געווען א שארפער און אן אמתער איד. און ער האט זייער נישט ליב געהאט די סארט שקר רעביסטווע וואס זעהט אויס איז שוין געווען אין זיינען צייטען.
ער פלעגט אסאך האקען אויף רבי'ס.

איינמאל האט ער פארציילט אז ער האט אמאל געפרעגט א אינגל ווער יתרו איז געווען. האט דער אינגל געענפערט אז יתרו איז געווען א גלח און דערנאך האט ער זיך געשמד'ט און געווארען א רבי ...

Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:41 pm
דורך לאכעדיג
גארליץ רב האט ארויסגעווארפן די קאמארנא חומש פון פענסטער און זיין טאטע די צאנז רב איז געווען זייער בייז אויף אים פארן טאן אזא זאך.

כידוע האט גארליץ רב שטארק געליטן אויפן נפש און ס'לויפט נאך ביז היינט אין די משפחה...

Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:20 pm
דורך ישי שטיינמעץ
לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:41 pm גארליץ רב האט ארויסגעווארפן די קאמארנא חומש פון פענסטער און זיין טאטע די צאנז רב איז געווען זייער בייז אויף אים פארן טאן אזא זאך.

כידוע האט גארליץ רב שטארק געליטן אויפן נפש און ס'לויפט נאך ביז היינט אין די משפחה...
כידוע .... פאר וועם איז עס ידוע? ... גיין שרייבען אזא זאך אויף א משפחה סתם אין די וועלט אריין ... גארליצער רב איז געווען א טייערער איד .

Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:36 pm
דורך עמרם
לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:41 pm גארליץ רב האט ארויסגעווארפן די קאמארנא חומש פון פענסטער און זיין טאטע די צאנז רב איז געווען זייער בייז אויף אים פארן טאן אזא זאך.
ואני שמעתי, אז די קאמארנער איז געקומען מיט טענות צום ד''ח, און די ד''ח האט פארגעהאלטן דעם זוהן, היתכן, האט ער געענטפערט, אז ער האט נישט געקענט שלאפן, ווילאנג די חומש איז געווען אין שטוב

Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:50 pm
דורך לאכעדיג
ישי שטיינמעץ האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:20 pm כידוע .... פאר וועם איז עס ידוע?
גארליצער רב איז געווען א טייערער איד .
איך האב עס געהערט פון כמה אייניקלעך פונעם דברי חיים.
גארליץ רב איז טאקע געווען א טייערע איד אבער האט שטארק געליטן אויפן נפש.
די יונגערע קינדער פונעם דברי חיים זענען געווען היפש אינטערעסאנט...

Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:56 pm
דורך לאכעדיג
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:36 pm
לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:41 pm גארליץ רב האט ארויסגעווארפן די קאמארנא חומש פון פענסטער און זיין טאטע די צאנז רב איז געווען זייער בייז אויף אים פארן טאן אזא זאך.
ואני שמעתי, אז די קאמארנער איז געקומען מיט טענות צום ד''ח, און די ד''ח האט פארגעהאלטן דעם זוהן, היתכן, האט ער געענטפערט, אז ער האט נישט געקענט שלאפן, ווילאנג די חומש איז געווען אין שטוב
און די דברי חיים האט אים אריינגעגעבן א שטארקע פסק אז מען טוט נישט אזעלכע זאכן.
און יענע צייטן איז נאכנישט געווען קיין טעראפי פאר די סארט מענטשן.