בלאט 2 פון 2

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 7:05 am
דורך מרדכי מרדכי
מרדכי מרדכי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 8:26 pm
היכי דמי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 4:58 pm טעמפע פלארידא קהילה געהאט א קאמפיין די וואך פון א האלבע מיליאן דאלאר.
נישט דערגרייכט די גאול.

https://www.dryveup.com/tampa
איך מיין אז דאס הייסט גראדע יא א סוקסעס.
טאקע נאכן צייט אבער זיי זענען אנגעקומען.

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:48 am
דורך יין שרף
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 4:01 pm https://www.gofundme.com/f/stand-with-t ... e=customer
זיי האבן אזאנע פאני סכומים פאר דאנעשאנס ווי 20, 50, 100.
זיי האבן נישט די נארמאלע סכומים ווי 18, 36, 72, 101, 180, 720

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:39 pm
דורך לאכעדיג
אלע קאמפעניס וואס מאכן טשערעדי קאמפיינס געבן די מעגליכקייט פאר די עסקנים וואס פירן א קאמפיין צו שרייבן אויפן פובליק פלאטפארמע וואס זיי ווילן.

רובם ככולם וועלן שרייבן נומערן כפי הצורך, אמאל א הבטחה, אמאל א אלטע נתינה און אמאל שרייבן סתם אין די וועלט אריין, וואס טוט מען נישט פאר פרנסה...

ממילא האט מען קיינמאל נישט געקענט און מען וועט קיינמאל נישט קענען וויסן די אמת וויפיל א קאמפיין האט טאקע געמאכט.

יעצט צו ס'איז א פארגיינגענהייט? לדעתי נישט. ס'איז א גוטע סטראטעגיע וואס פארמאגט אין זיך קאפ און מוח.

וואס יא? מענטשן געבן שוין נישט פאר יעדע לינק וואס מען שיקט זיי אריין פריוואט אדער דורך סאשעל מידיע נאר פאר וועם זי פילן אז זיי מוזן געבן, למשל נאנטע קרובים און גוטע פריינד.

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:47 am
דורך שמעקעדיג
לאכעדיג האט געשריבן: וואס יא? מענטשן געבן שוין נישט פאר יעדע לינק וואס מען שיקט זיי אריין פריוואט אדער דורך סאשעל מידיע נאר פאר וועם זי פילן אז זיי מוזן געבן, למשל נאנטע קרובים און גוטע פריינד.

זאת ועוד, ווייניגער מענטשן נעמען אן א פעידזש, אדער נעמען זיי קלענערע גאולס, ווייל זיי ווייסן אז אלעס האט א שיעור און מען קען נישט אויסקוועטשן פון א פרי מער זאפט וויפיל עס פארמאגט (אזוי ווי דער באקאנטער ווערטל, ווי אזוי ווייס איך אז יענער האט טאקע געגעבן יותר מכפי יכלתו? אז דער טשעק קומט צוריק..). איך מיין אז כמעט יעדער דא באקומט אן א שיעור פארלאנגען פאר טשערידי קאמפיינס, וואס באמת רובם ככולם אהובים וברורים, וויכטיגע צוועקן וואס טוען באמת אויף, א שטייגער ווי בוני עולם, רופא חולים, קשר נפשי, הצלה, און נאכדעם אנדערע צוועקן, ווי די מוסדות ווי מיינע קינדער לערנען און בתי מדרשים וואו איך דאווען, עס איז סימפלי אוממעגליך יעדן צופרידנצושטעלן, אפילו נאר צו געבן פאר יעדן 18 דאלער.

זייער אסאך מענטשן געבן פאר די קאמפיינס שלא ברצונם, זיי וואלטן אין זייער לעבן נישט געגעבן פאר יענע געוויסע צוועק, זיי געבן נאר ווייל זייער אלטע חבר האט זיי געבעטן און פאוסט פופציג סטעטוס'עס א טאג ווי ער בעט זיך מען זאל אים נישט פארשעמען... וואס אסאך ווייסן נישט אז די וואס נעמען דעם פעידזש און מוטשען דיר צו געבן איז אויך שלא ברצונם. א מוסד זעצט זיך ארויף אויף אלע עלטערן, א ביהמ"ד אויף אלע מתפללים, און מען זאגט יעדער זאל אריינברענגען כך וכך, לכתחילה 10 אלפים און אז נישט כאטש 5 אלפים והממעיט נישט ווייניגער ווי 3600, ומה יעשה האיש שלא יחטא, בלית ברירה מוז ער גיין מוטשען און טעראריזירן אלע זיינע חברים, באקאנטע און משפחה מיטגלידער... אזוי דרייעט זיך א גלגל החוזר יענער מוטשעט געצווינגענערהייט, און דער מוז געבן געצווינגענערהייט, וואס לדעתי איז עס א עוולה. אבער אלעס האט א שיעור, איך גלייב נישט די מהלך וועט קענען אנהאלטן לאורך ימים ושנים (ר' בערל: ונשים), עפעס וועט מוזן געשעהן מיט די צייט. עס האט א שיעור וויפיל מען קען "אויפהייטערן" א עולם און וויפיל געלט מען קען שלעפן.

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:00 am
דורך תשפג
לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:39 pm אלע קאמפעניס וואס מאכן טשערעדי קאמפיינס געבן די מעגליכקייט פאר די עסקנים וואס פירן א קאמפיין צו שרייבן אויפן פובליק פלאטפארמע וואס זיי ווילן.

רובם ככולם וועלן שרייבן נומערן כפי הצורך, אמאל א הבטחה, אמאל א אלטע נתינה און אמאל שרייבן סתם אין די וועלט אריין, וואס טוט מען נישט פאר פרנסה...

אויב אזוי, פארוואס איז דא קאמפעינס וואס ריטשען נישט די גאול?

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:03 am
דורך לאכעדיג
תשפג האט געשריבן: אויב אזוי, פארוואס איז דא קאמפעינס וואס ריטשען נישט די גאול?

עס ברענט זיי נישט צו שרייבן ליגענט... וכו'.

יעדער פארשטייט זיין שטעטל...

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 6:13 pm
דורך היכי דמי
עזר לשבת, א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע אין קרית יואל וואס טיילט פיש און פלייש פאר עניים מוטשעט זיך צו גרייכן דעם גאול פאר איבער א וואך שוין.
https://www.dryveup.com/eizerleshabbos/

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 6:17 pm
דורך היכי דמי
סתם אזוי איז אינטערסאנט צו כאפן א בליק אויף לעבעדיגער אנליין קאמפיינען.

קאלאשעצער חדר פון מאנסי, א גאר פרומע מוסד אין מאנסי וואס איז געעפענט געווארן דורך שינאווא רבי פון מאנסי זצ:"ל האט געמאכט א אנליין קאמפיין.

מוטשענע זיך אויך צו גרייכן די גאול פון א האלבע מיליאן שוין איבער א וואך

https://www.dryveup.com/koloshitz/?utm_ ... -Campaigns

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 6:19 pm
דורך היכי דמי
בנות צאנז אין מאנסי, געמאכט א קאמפיין פאריגע וואך מיטוואך און דארנישטאג מיט א גאול פון 400K
נישט געקענט גרייכן דעם גאול

https://www.dryveup.com/bnossanz/?utm_s ... -Campaigns

קהל עדת ישראל מאנסי געמאכט א קאמפיין פאריגע וואך זונטאג און מאנטאג.
נישט דערגרייכט דעם גאול

https://www.dryveup.com/ay/?utm_source= ... Campaigns+

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:26 pm
דורך קליינע צדיק
איך מיין די ווארט איז אז בשעת די הייפ האט ממש יעדער געקענט האקן שטיקער אויף דעם חשבון
ס"ה יעצט האט זיך דער נקודה אפגעשטעלט משא"כ צוועקן וואס זענען מער אוועקגעשטעלט מיסודו און האבן א גוטע אויסגעארבעטע סטראטעגיע
מיט גענוג טיעמס וואס קענען צוזאמשטעלן און נישט סתם דמיונות זענען נאך מצליח

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:34 pm
דורך מילך טראק
איך האב געליינט א אינטערוויא מיט שלומי שטיינמץ ער זאגט אז ממאכט ווייניגער געלט היינט ווייל סאיז דא ציפיל קאמפיינס, מענטשן אביוזן עס

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:01 am
דורך היכי דמי
מילך טראק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:34 pm איך האב געליינט א אינטערוויא מיט שלומי שטיינמץ ער זאגט אז ממאכט ווייניגער געלט היינט ווייל סאיז דא ציפיל קאמפיינס, מענטשן אביוזן עס
יא אויך געליינט זיין אינטערוויא אין ״די קאסע״ ארויסגעגיבן דורך די וואך מאגאזין. ער איז זיך דארט סותר מיט שלמה זלמן שפיצער. שפיצער האלט אז עס בומט אוועק

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:16 am
דורך סביב העולם
היכי דמי האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:01 am
מילך טראק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:34 pm איך האב געליינט א אינטערוויא מיט שלומי שטיינמץ ער זאגט אז ממאכט ווייניגער געלט היינט ווייל סאיז דא ציפיל קאמפיינס, מענטשן אביוזן עס
יא אויך געליינט זיין אינטערוויא אין ״די קאסע״ ארויסגעגיבן דורך די וואך מאגאזין. ער איז זיך דארט סותר מיט שלמה זלמן שפיצער. שפיצער האלט אז עס בומט אוועק
כ'האב גערעדט מיט שלמה זלמן פאריגע וואך, ער זאגט קלאר די קאמפיינס בלוטיגן. זיין פוינט אין די "קאסע" איז געווען מיט דיפלאמאטישע דיבורים אז אנשטאט וואס אפאר גרעסערע קאמפיינס האבן געמאכט אסאך געלט, מאכן אסאאאך מער קלענערע מוסדות און ארג.ס קאמפיינס, און זיי שאפן דאדורך געלט וואס זיי וואלטן אמאל נישט געקענט מאכן. הגם עס איז שוין נישט די גלאנציגע ציפערן פון א יאר + צוריק. בעצם פשוט אז קאמפיינס איז ענדגילטיג געווארן לעגיטים אפילו פאר די גאר "הייליגע", און יעדער מאכט דאס. צו יעדער מאכט א מיליאן?! געוויס נישט.

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 9:26 pm
דורך שטריימל באקס
היכי דמי האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:01 am
מילך טראק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:34 pm איך האב געליינט א אינטערוויא מיט שלומי שטיינמץ ער זאגט אז ממאכט ווייניגער געלט היינט ווייל סאיז דא ציפיל קאמפיינס, מענטשן אביוזן עס
יא אויך געליינט זיין אינטערוויא אין ״די קאסע״ ארויסגעגיבן דורך די וואך מאגאזין. ער איז זיך דארט סותר מיט שלמה זלמן שפיצער. שפיצער האלט אז עס בומט אוועק
*ארויסגעגיבן דורך מטבע

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 4:42 pm
דורך קלוגע יודל
שטריימל באקס האט געשריבן: *ארויסגעגעבן דורך מטבע

דורך דאנערי

Re: זענען סוקסעספולע טשערעדי קאמפיינס א פארגאנגענהייט?

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:49 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
קלוגע יודל האט געשריבן: דורך דאנערי

איין שירעם-קאמפעני, C2P.