בלאט 2 פון 8
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:38 pm
דורך יידל
אויב מעג מען פרעגן, וואס איז געווען די קאנדישאן, און וואס איז געווען די סובסקרייבד טריעטמענט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:47 pm
דורך נולד מאוחר
יידל האט געלינקט צי ר' טים וויקיפידעיא בלעטעל ,האב איך געפינען דארט א ווארט וואס איז כדי צי שערען.
In his beat poem, Storm, which centres on Minchin having an argument with a "hippie" who believes in various New Age alternatives in lieu of pharmaceutical medicine, he states: "Science adjusts its views based on what's observed. Faith is the denial of observation, so that belief can be preserved."
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:14 am
דורך אייגענארטיג
יידל האט געשריבן:אויב מעג מען פרעגן, וואס איז געווען די קאנדישאן, און וואס איז געווען די סובסקרייבד טריעטמענט?
אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן. איך פריפער נישט צו זאגן צילוב מענטשענס נאטור. און עס וועט זיך אנהייבן א געסעריי ווער איך בין.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:26 am
דורך שלמה_דיין
איך מיין אז מ'קען זאגן מיט א זיכערקייט אז די אלע מחלות וואס מרס ווידער קען היילן קען אויך געהיילט ווערן פאר א סך ביליגער דורך אן איינפאכע עין הרע אפשפרעכעניש. און היות אז אפשפרעכן אן עין הרע קאסט בדרך כלל אונטער א הונדערטע זע איך נישט א סיבה א גלויבענדע איד זאל דארפן צוקומען צו מרס ווידער. ומצוה לפרסם.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:55 am
דורך שלמה_דיין
יאנקל האט געשריבן:שלמה_דיין האט געשריבן:איך מיין אז מ'קען זאגן מיט א זיכערקייט אז די אלע מחלות וואס מרס ווידער קען היילן קען אויך געהיילט ווערן פאר א סך ביליגער דורך אן איינפאכע עין הרע אפשפרעכעניש. און היות אז אפשפרעכן אן עין הרע קאסט בדרך כלל אונטער א הונדערטע זע איך נישט א סיבה א גלויבענדע איד זאל דארפן צוקומען צו מרס ווידער. ומצוה לפרסם.
לאמיר ווייטער שפינען אייער פסק, חשוב'ער_דיין, און לויט דעם קען מען זאגן אז די אלע וואס גייען צו מרת ווידער תחי' זענען בטבע סקעפטיקער און גלייבן נישט אזוי שנעל. וואס? די נארישע איינרעדענישן פון עין הרע?! נע! די נארישע איינרעדענישן פון די מעדיצינישע עסטעבלישמענט?! פליז! נאר מרת ווידער איז קלאר באשטעטיגט אז זי קען העלפן, און אפילו די עמפפינדליכע סקעפטיקער וועלכע גלייבן נישט אזוי שנעל, האבן אויך איינגעזען אז מרת ווידער ווייסט וואס זי רעדט.
נע, יאנקל. נישט גוט אפגעלערנט! דער וואס גייען צו מרס ווידער זענען נישט ח"ו סקעפטיקער, נאר זיי האבן פשוט נישט די ידיעה אז מיט אפשפרעכן דעם עין הרע קענען זיי פארמיידן דעם באדערפעניש פון גיין צו מרס ווידער. דאס ליגט אין די ווערטער "ומצוה לפרסם".
אין גמרא בבא מציעא ק"ז שטייט קלאר:
תשעין ותשעה בעין רעה ואחד בדרך ארץ
און נישט נאר אין גמרא איז דאס קלאר ארויסגעברענגט, נאר אין מציאות איז דאס אויך באשטעטיגט געווארן אפילו בימינו אלה!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 8:32 am
דורך ידען
אין מציאות?
באשטעטיגט געווארן?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 8:44 am
דורך געפילטע פיש
ידען, צינד אן דיין סארקאזם דיטעקטער, איך מיין ס'דארף נייע בעטערי'ס.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 8:56 am
דורך ידען
געפילטע פיש האט געשריבן:ידען, צינד אן דיין סארקאזם דיטעקטער, איך מיין ס'דארף נייע בעטערי'ס.
ווי זענען די דריי פינטעלעך נאכן דייןס ווערטער?
אונזער דיין זאגט געווענלעך זיינע פסקים מיט א ערענסטקייט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 8:59 am
דורך קרעקער
די אלע וועם זי העלפט פין קראנקהייטען זענען נאר איינגערעט און זי רעט זיי אויס
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:17 am
דורך געפילטע פיש
ידען האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:ידען, צינד אן דיין סארקאזם דיטעקטער, איך מיין ס'דארף נייע בעטערי'ס.
ווי זענען די דריי פינטעלעך נאכן דייןס ווערטער?
אונזער דיין זאגט געווענלעך זיינע פסקים מיט א ערענסטקייט.
די דיין הערט? די חוקת הגוי, פאו'ס געזעץ, גייט אן ביי אייך אויך.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:22 am
דורך אייגענארטיג
אזוי ווי איך האב שוין געזאגט איך האלט נישט ביים זאגן איבער וועלעכע קאנדישאן איך רעד. אזויפיל קען איך יא זאגן. אז עס איז נישט שייך צו זיין אייגערעדט ביי דעים.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:52 am
דורך יידל
דאן זאג אונז כאטש וויאזוי זי האט עס געהיילט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:29 am
דורך אזוי גאר
אייגענארטיג האט געשריבן:אזוי ווי איך האב שוין געזאגט איך האלט נישט ביים זאגן איבער וועלעכע קאנדישאן איך רעד. אזויפיל קען איך יא זאגן. אז עס איז נישט שייך צו זיין אייגערעדט ביי דעים.
איך מיין אז מען דארף געבן פרידם אף ספיטש און ען קען קיינעם נישט הייסן זאגן וואס ער וויל נישט, איבערהויפט ווען מקען זען ווי מענטשען (לייען אוממענטשען) וועלן פריבירן געוואר ווערן ווער ער איז.
אבער לענ"ד הקטן אייגענארטיג וואלט געווען שטערקער ווען די זאגסט אלעס אזוי צו פארמאכן די מיילער
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:42 am
דורך ידען
אזוי גאר האט געשריבן:אייגענארטיג האט געשריבן:אזוי ווי איך האב שוין געזאגט איך האלט נישט ביים זאגן איבער וועלעכע קאנדישאן איך רעד. אזויפיל קען איך יא זאגן. אז עס איז נישט שייך צו זיין אייגערעדט ביי דעים.
איך מיין אז מען דארף געבן פרידם אף ספיטש און ען קען קיינעם נישט הייסן זאגן וואס ער וויל נישט, איבערהויפט ווען מקען זען ווי מענטשען (לייען אוממענטשען) וועלן פריבירן געוואר ווערן ווער ער איז.
אבער לענ"ד הקטן אייגענארטיג וואלט געווען שטערקער ווען די זאגסט אלעס אזוי צו פארמאכן די מיילער
ער מוז טאקע נישט זאגען (זעהט אויס אז ער האט געהאט א זעלטענע קאנדישען וואס אויב וועט ער יא זאגען וועט מען געוואר ווערן ווער ער איז) אבער אז ער זאגט נישט וועט מען נישט קענען ברענגען א ראי׳ אז מרס ווידער איז טויגלעך.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:01 am
דורך באמת
איך מיש זיך נישט אריין אבער וואס איך ווייס אלץ פאקט איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן איז אדעריך יסורים קיין 1 דאקטאר אויפן וועלט האט נישט ג'קענט טרעפן די פראבלעם
זי האט עס ג'טראפען נאך 1 וויזיט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:03 am
דורך באמת
נאכדעם האב איך א חבר וואס יארן האט ער ג'ווארט פאר קונדער גארנישט האט נישט ג'ארבעט
זי איז ג'גאנגן צי אזא מין פרוי אין מאנסי אין ב'ה' ג'האלפען ג'ווארן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:04 pm
דורך קרעקער
מענער קענען דעס אויכ? אדער נאר פרויען?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:08 pm
דורך יידל
באמת האט געשריבן:איך מיש זיך נישט אריין אבער וואס איך ווייס אלץ פאקט איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן איז אדעריך יסורים קיין 1 דאקטאר אויפן וועלט האט נישט ג'קענט טרעפן די פראבלעם
זי האט עס ג'טראפען נאך 1 וויזיט
וואס און וואו זענען זיינע יסורים געווען? און וואס האט זי געזאגט איז די פראבלעם? און וויאזוי האט זי עס געהיילט?
באמת האט געשריבן:נאכדעם האב איך א חבר וואס יארן האט ער ג'ווארט פאר קונדער גארנישט האט נישט ג'ארבעט
זי איז ג'גאנגן צי אזא מין פרוי אין מאנסי אין ב'ה' ג'האלפען ג'ווארן
וואס איז געווען דעם אינגערמאן'ס פראבלעם? און וויאזוי האט אים די פרוי געהאלפן?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:16 pm
דורך באמת
מיר קענען שרייבן פערווייט אז עס איז דיר נוגע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:19 pm
דורך באמת
וואס איך קען דיר זאגן ברבים איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן פראבלעם ער האט ג'האט יסורים אין די בויך
זי האט ג'זאגט אז עפעס איז פארשטאפט
מען האט עס שוין גהאט עטליכע מאל ג'קטשעקט
ער האט עס נאכאמאל גטשעקט וכך הווא
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:32 pm
דורך יידל
עס איז מיר נוגע פונקט ווי עס איז נוגע די צענדליגע/הונדערטע/טויזענטע מענטשן וואס גייען זיך היילן ביי איר.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:45 pm
דורך ידען
באמת האט געשריבן:וואס איך קען דיר זאגן ברבים איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן פראבלעם ער האט ג'האט יסורים אין די בויך
זי האט ג'זאגט אז עפעס איז פארשטאפט
מען האט עס שוין גהאט עטליכע מאל ג'קטשעקט
ער האט עס נאכאמאל גטשעקט וכך הווא
אפענע מופת.
ממש ווי א רבי.
מע האט גטשעקט עטליכע מאל און גארנישט געטראפען. מע איז געגאנגען צו איר און זי האט געהייסען נאך אמאל טשעקען און מע האט עס געטראפען פארשטאפט.
נאך איינער איז סקעפטיקל?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:19 pm
דורך יידל
איך ווארט נאך אלץ אויף די פרטים. וואס הייסט יסורים אין בויך? צו וועלכע דאקטוירים איז ער געגאנגען? וואס איז געווען פארשטאפט? וכו'