בלאט 2 פון 2

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 4:57 am
דורך berlbalaguleh
אפיציעל נאכנישט: מ'ווארט אז דער דזשאדזש מר. מעקעפי זאל ארויסגעבן זיין "פסק" אויב פעני ווילליס און נעיטן וועיד קענען ווייטער פיהרן דעם קעיס אקעגן טראמפ.

נאר די מערסטע בלאגגערס און פאדקעסטערס, א גרויסער טייל פון וועלכע זענען אפרא-אמעריקאנער זאגן פה אחד אז די עווידענס אקעגן איהר מיט איהר "שותף" איז אזוי שטארק אז דער דזשאדזש וועט נישט האבן קיין אנדערע ברירה נאר איהר אראפווארפן פון די קעיס. און ס'איז אויך מעגליך אז מ'וועט ברענגען לעגאלע טשארדזשעס אקעגן זיי צוויי.

אויך זאגן זיי אז טראמפ בכבודו ובעצמו וויל קומען צו די היערינג ווען דער דזשאדזש וועט ארויסגעבן זיין ענדיגלטיגן פסק.

ס'איז מסתמא נישט דא קיין גרעסערע שמחה פון דעם. פאר דאנאלד טראמפ. ווייל זי האט דאך מיט אזויפיהל אראגאנץ אויסגערופן זיין אינדייטמענט. און זי האט נאכדעם (כמעט) א יעדן טאג געגעבן סטעיטמענטס פאר די מידיע. און געדרשנ'ט לטובת דאס אפהיטן די געזעצן. און דער משפט גייט זיין א לעקציע פאר אלע פארברעכער...און דא זיצט זי אליין אויף די באשולדיגונגס באנק...!

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:16 pm
דורך אתרוגים
א דאנק בשם כל הקהל פאר די איפארמאציע.
זאלן זיי פילן אביסל די טעם.

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:08 am
דורך א בני יואל
ווען גייט זיין די פיינעל סאיז דא א דאטום ?

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:41 pm
דורך צועקים וזועקים
א בני יואל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:08 am ווען גייט זיין די פיינעל סאיז דא א דאטום ?
מערץ 1 למספרם.

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:06 pm
דורך berlbalaguleh
א בני יואל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:08 am ווען גייט זיין די פיינעל סאיז דא א דאטום ?
מסתמא די וואך פרייטאג מארטש 1 (למספ'.) וועט דער דזשאדזש מר. מעקעפי ארויסגעבן זיין ענדגילטיגן פסק. אויב זי (ווילליס און וועיד) בלייבט אויפ'ן קעיס. אדער זי וועט פליען מיט בושות.

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:07 pm
דורך א בני יואל
וואס טיט זיך מיט די נוי יארק קעיס
ווען טרעפט מען גיטע סחורה דארט

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:45 pm
דורך berlbalaguleh
דו קענסט זיין רואיג אז טראמפ'ס לאיערס ארבעטן אויף דעם, זיי שלאפן נישט.

כאטש ס'איז א חילוק פון דזשארדזשיע ביז ניו יארק, דארט זענען די רעפובליקאנער שטארק, משא"כ ניו יארק איז א דעמאקראטיש/ליבעראלער סטעיט. אויך דער בהמה דזשאדזש ענגאראן (ליידער) פו אידישן אפשטאם, א ליבעראל, און ער שעמט זיך בכלל נישט עס ארויסצווייזן. ער האט די אלטע פארשימלטע דיעות אז מ'דארף זיך חנפנ'ען צו די שווארצע.

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
דער ספעשל פראסעקיוטאר אין די קעיס אקעגן טראמפ מר. נעיטן וועיד איז מעגליך א ליגנער אדער א גנב. אפשר ביידע. נאר קיין עם הארץ (אין די לאו) איז ער נישט.

יעצט טענה'ט ער זיך (לייוו) מיט'ן דזשאדזש מר. מעקעפי אויב די פראסעקיושן איז מחוייב איבערצוגעבן די עווידענס פון די גרענד דזשורי פאר די דיפענס.

ער ברענגט גאנצע סעיפים פון שו"ע. אויך "קעיס לאו" (שו"ת) אויפצווייזן אז זיי (די פראסעקיושן) דארפן נישט איבערגעבן די עווידענס צו די דיפענס.