בלאט 2 פון 11
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:44 am
דורך אויפריכטיג
רבותי! פארוואס מיינט עטץ האבן אונזערע רבי’ס אזוי מקפיד געווען נישט צו לערנען נ’’ך? טאקע צוליב דעם אז מ’זאל נישט געוואר ווערן אז די הייליגע מלכי דוד וישראל האבן זיך געפלאגט מיט די זעלבע יצר הרע’ס ווי אונז.. (און פארשטייט זיך.. נישט מאכן דערנאך א כש’’כ אויף די היינטיגע ’גרויסע’ מנהיגים)
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:07 am
דורך מי אני
די גמרא בע״ז ד: זאגט דאך פארקערט: אז דוד איז נישט געווען ראוי לאותו מעשה בבת שבע, נאר עס איז געשעהן כדי ליתן פתחון פה לבעלי תשובה ולהורות תשובה ליחיד ע״ש. קומט דאך אויס אז מ׳דארף דאס יא לערנען דאס צו וויסן. ועיין בתויו״ט במגילה (פ״ד מ״י), עפ״י הכסף משנה על הרמב״ם בהל׳ תפילה פי״ב הי״ב, אז מעשה דוד ובת שבע איז יא נקרא ומתרגם, וויבאלד עס איז א שבח אז דוד האט מודה געווען דערויף ע״ש.
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:22 am
דורך חב''ד הויזן
שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:27 am
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:28 am
איזה נשמה האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:13 am
ווער זאגט ס'נישט כפשוטו. מ'זאגט אז דא פעהלט קאנטעקסט.
שטעל דיר פאר, איך פארצייל א לאנגע דרשה אויף די לעבענס געשיכטע פון מיין רבי, איך זאג אויף איהם גרויסע זאכן דוראויס די גאנצע דרשה, אין מיטן ווארף איך אריין א געפערליכע מעשה אויף איהם א זאך וואס קיין איין איש הגון וואלט אפילו נישט געטראכט צו טוהן, און איך לייג נאך צו, אז ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער דארף תשובה טוהן ביז ניין חדשים שפעטער, און ווייטער און מיין דרשה זאג נאך שיינע תוארים אויף איהם. וואלסטו ממש אויףגעשפריגען און געפרעגט ילמדנו רבינו, וואס איז פשט? זיי דיך מסביר, עפעס מאכט נישט קיין סענס און דיינע ווערטער.
דעס איז וואס רש"י זאגט אמאהל "המקרא אומר דרשני" פון די ווערטער אין פשט אליין זאגטסוך ארויס אז דא פעלט אפאר דיטעילס.
רש"י האט געשריבן זיין פירוש מיט רוח הקודש און די קענסט נישט מפרש זיין די תורה און חז"ל ווען די שרייבסט מיט א אגענדע צו נידריגע זאכן ווי מיר האבן שוין געזען ביי דיין שמשון הגיבור באשרייבונג.
איך האב אויך רוח הקודש ביי די וועי. און אויב האט איינער אן אגענדע איז עס טאקע יא רש"י און די מפורשים וואס דארפן פראטעקטן דוד. די נישט בייעסט מפרשים זאגן טאקע יא ווי מיר. איך בין מפרש, בעסער געזאגט, איך טייטש איבער די פסוקים ממש וויאזוי עס שטייט, און אגב רש"י לערנט נישט אנדערש ווי מיר דא.
לאמיר זאגן אז די גמרא און רש"י זענען בייעסט ביזטו דאך די זעלבע בייעסט אויף פארקערט, דו ביזט נישט מפרש די פסוקים as is נאר דו לייגסט צו זאלץ און פעפער צו זיכער מאכן אז יעדער פארשטייט אז מ'רעדט דא פון די נידריגסטע שבנידריגסטע רח"ל. און דיינע דברי זילזול אינעם באשעפער עפ"ל צייגט אז דו האסט נישט קיין בייעסט בלויז כלפי דוד המלך...
און דו ביזט גראדע נישט די גרויסע חכם פונעם יאר טויזנט צו לערנען פשט אין די מעשה כפשוטו, דאס קען יעדע כתה ט' בחור'ל לערנען און האלטן פאר א פאקט אז דאס איז געווען די מעשה, און ס'איז אלע יארן געווען אזעלכע אפילו אין די צייטן פון די תנאים אמוראים, דו האסט סך הכל פארגעלערנט א שטיקל נ"ך און יעצט נעמט מען ארויס א גמרא און מ'לערנט פשט. ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס די תורה שבע"פ לערנט אנדערש ווי די פשוטע טייטש אין פסוק, אונז עס מיר טשאלנט שבת און אונז צייל מיר ספירה פון די צווייטע טאג פסח ועוד יותר עד אין שיעור.
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:41 am
דורך סבא דבהתא
אויב גייט מען מיט די ’כל היוצא למלחמה גט כריתות כותב לאשתו’ איז עס בכלל נישט קיין סתירה צום פשוט פשט און קען זיין אז דאס מיינט טאקע ביקש לעשות ולא עשה ווייל למעשה איז געווען א גט. ביי די מעשה פון ראובן ובלהה איז אסאך שווערער משוה צו זיין די דרשות חז”ל מיטן פשוט פשט אבער דא ביי דוד דארף מען זיך בכלל נישט מדחיק זיין.
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:21 am
דורך קהל'ס נער
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:22 am

ס׳קלאר אז דוד האט געוואלט טוהען א עבירה, ס׳נאר פונקט געוועהן אז זי האט געהאט א גט מילא איז עס טעכניש נישט כעוועהן א עבירה.
שטעל דיך פאר מען פאקט א אדמו״ר אריינגיין אין מקדונעלדס אין האקט אריין א טריפה׳נע בורגער, און פונקט פאר סאם ריזען האט מקדונעלדס יענע טאג באשטעלט קרית יואלע פלייש.
מילא, טעכניש האט דוד נישט געזינדיגט, אבער מאכן פון עים א גאנצע צדיק איז נישט צום זאך, ווייל למעשה איז ער נישט בייגעשטאנען די ניסיון.
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:25 am
דורך קהל'ס נער
סבא דבהתא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:41 am
אויב גייט מען מיט די ’כל היוצא למלחמה גט כריתות כותב לאשתו’ איז עס בכלל נישט קיין סתירה צום פשוט פשט און קען זיין אז דאס מיינט טאקע ביקש לעשות ולא עשה ווייל למעשה איז געווען א גט. ביי די מעשה פון ראובן ובלהה איז אסאך שווערער משוה צו זיין די דרשות חז”ל מיטן פשוט פשט אבער דא ביי דוד דארף מען זיך בכלל נישט מדחיק זיין.
די מעשה פון בלהה איז בכלל נישט שווער, בלהה איז נישט געוועהן מער פון א פשוטע גירל פרענד פארן זיידען יעקב, מילא איז נישט דא קיין שום איסור פאר ראובן צו ליגען מיט בלהה.
Re:
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:51 am
דורך מתתיהו
מי אני האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:04 am
אגב, לפי חז״ל איז איסור יחוד נתקן געווארן נאך מעשה אמנון ותמר (סנהדרין כא.), וועלכע איז געשעהן נאך מעשה דוד עם בת שבע, און טאקע אלס אַן עונש דערויף (יומא כב:).
דארט רעדט מען פון "יחוד פנויה", יחוד אשת איש אז בפשטות א דאורייתא.
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:29 pm
דורך טאמבל סאס
כ'האב מיך געהארגעט פאר געלעכטער. אזא לץ קומט אראפ נאר איינמאל א מילעניע. א גרויסן דאנק!
"פון: דוד מלכא משיחא אושפיזא קדישא עילאה."
Re: Re:
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:45 pm
דורך מי אני
מתתיהו האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:51 am
מי אני האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:04 am
אגב, לפי חז״ל איז איסור יחוד נתקן געווארן נאך מעשה אמנון ותמר (סנהדרין כא.), וועלכע איז געשעהן נאך מעשה דוד עם בת שבע, און טאקע אלס אַן עונש דערויף (יומא כב:).
דארט רעדט מען פון "יחוד פנויה", יחוד אשת איש אז בפשטות א דאורייתא.
גערעכט. די הוו״א פון די גמרא דארט בסנהדרין איז אז ער האט גוזר געווען יחוד בכלליות וע״ש ברש״י בריש ע״ב, און די גמרא פאלט טאקע אפ דערפון ע״ש. די גמרא זאגט טאקע בע״ז לו:
ייחוד דאורייתא דאשת איש ואתא דוד וגזר אפי' אייחוד דפנויה ואתו תלמידי בית שמאי ובית הלל גזור אפי' אייחוד דעובדת כוכבים
(ועיין בב״י באה״ע ריש סימן כב אודות הרמב״ם בהל׳ איסורי ביאה פכ״ב, און דאס איז וואס דו מיינסט מיט ״בפשטות״.)
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:56 pm
דורך איזה נשמה
שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:20 am
איזה נשמה האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:18 am
לְךָ
לְבַדְּךָ, חָטָאתִי.......
Think about this words, does it sound like he did something terrible to a fellow human being, b killing him and taking his wife? or its something between him and god
איך האב גערעדט וועגן די חלק צו ער האט חוטא געווען צו נישט. אין פסוק שטייט אז ער האט חוטא געווען, און די גמרא טרייט צו זאגן אז נישט.
די גמרא אליין אנערקענט אז ס'איז נישט כפשוטו... אמר רב, רבי דאתי מדוד מהפך ודריש בזכותיה דדוד... די גמרא אליין אנערקענט אז ס'איז דא א בייעס דא...
אבער די חלק צו ער האט געטון אן עוולה בין אדם לחבירו איז בכלל נישט קיין שאלה. די גט פטורין - מורד במלכות סטייל תירוצים בארואיגן מיר בכלל נישט. ער האט בעוולט א מענטש, אים אריינגענארט צו ווערן א מורד במלכות, און ער איז נאך א פרומער אויך...
איך קען די סארט מענטשן זייער גוט, די זענען די ארגסטע. זיי טוען זיך אפ כל דבר אסור, לייגן אריין אנדערע מענטשן אין דער ערד, און ווען מען האלט זיי פאר, האבן זיי נאך די שו"ע אויף זייער זייט אויך.
א- אזוי ווי כ'האב געזאגט פריער, נאך פאר די גמרא, אז דו לערנסט שמואל פון אנפאנג ביז צום סוף - אן קיין אגענדע פון טרייען צו ווייזן וואס פאר א אויפגעקלערטע חכם דו ביסט - וועסטו צוקומען צו א מסקנא אז עפעס דארף מען דא פארשטיין. די זעלבע פסוקים וואס פארציילן דיר וועגן די חטא אן צוריקהאלטן גארנישט, זאגן דיר פאר דעם און נאכדעם ווי הייליג און גוט דוד איז געווען.
און וועגן דעם מוז מען זאגן אז אויב מ'פארשטייט אלעס ארום און ארום און די סוד וואס ליגט דא וואלט מען פארשטאנען עט ליסט אז דא ליגט עפעס טיפער, אדער על כל פנים וואס חז"ל זאגן לא היה ראוי לאותו מעשה אלא להורות תשובה.
אז פון לערנען שמואל מתחלתו ועד סופו און נ"ך בכלל אויך לפשוטו של מקרא, קומט ביי דיר אויס אז דוד איז געוועהן ווי די לייגסט איהם אראפ... ח"ו, מיינעך אז דו ביסט נישט אנבייעסד, דו האסט אן אגענדע.
ב- פון א איד צו א איד, וואלטיך דיר גע'עצה'ט, אז עס איז נישט כדאי צו באשמוצן דוד נעים זמירות ישראל אויף א פאבליק פארום. איך פארשטיי דיין need צו ווייזן ווי נישט נתפעל דו ווערסט פון די דברי חז"ל און ווי מ'קען דיר נישט פארקויפן לאקשן ווייל דו ביסט אזא סמארט בוי, אבער מ'קען נישט וויסן צו דו וועסט אמאהל וועלן אז מ'זאל אויף דיר זאגן א קאפיטל תהלים, איך וואונטש דיר אז זאלסט אייביג וויסען נאר גוטס, אבער ח"ו ח"ו, זאל זיך נישט מאכן, ווילסטו נישט דעמאלטס פיהלן נאריש אז דו האסט בארעדט דוד מלך ישראל אויף א פאבליק פארום.
(טראכטן אדער רעדן פריוואט דיינע שאלות און ספקות אדער מסקנות איז איין זאך, א פאבליק פורום איז גאר עפעס אנדערש).
איך ווייס אז דאס איז מסתמא צו תמימות'דיגע עדווייס פאר אז איש נבון וחכם כמוך, אבער האמת צריכה להאמר (כמובן אז אפילו אהן קיין חשבונות זאל מען נישט רעדן אזעלכע דיבורים, אשר על כל פנים פאר טעם הנ"ל)
AI Response
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:59 pm
דורך איזה נשמה
i have no idea why it added "AI Response" in the end of my post, but it was nothing to do with ai
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:00 pm
דורך שפילער
מען זעהט אז די גאנצע מלכות בית דוד וואס דאס איז משיח איז איינגעהילט אין סודות אנגעפאנגען פון לוט מיט זיינע טעכטער נאכדעם מיט יהודה ותמר נאכדעם מיט רות און נאכדעם מיט די מעשה פון בת שבע
סאיז סודות נשגבות וואס אונדז האב מיר נישט קיין השגה
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:03 pm
דורך סקעפטיקער
שפילער האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:00 pm
מען זעהט אז די גאנצע מלכות בית דוד וואס דאס איז משיח איז איינגעהילט אין סודות אנגעפאנגען פון לוט מיט זיינע טעכטער נאכדעם מיט יהודה ותמר נאכדעם מיט רות און נאכדעם מיט די מעשה פון בת שבע
סאיז סודות נשגבות וואס אונדז האב מיר נישט קיין השגה
Re:
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:23 pm
דורך שמן למאור
מי אני האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:04 am
דאס וואס די גמרא זאגט דארט בשבת נו. איבער ״שביקש לעשות ולא עשה״, איז רש״י דארט מפרש אז דאס מיינט שביקש לשכב עמה אף קודם קבלת הגט, אבער למעשה שכב עמה לאחר מכן ע״ש. אבער אוודאי זענען זיי מודה ששכב עמה כמשמעות הכתוב.
וואס דארף דאס צו מיינען אז ביקש לשכב קודם קבלת גט? יעדער וואס איז ארויס אין מלחמה האט דאך געגעבן א גט פארן ווייב על תנאי, נו אוריה איז דאך שוין געווען אויפן פראנט נאך פאר דוד האט איר געזען?
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:10 pm
דורך מי אני
דאס מיינט אז אוריה האט געשיקט די גט פונעם שלאכטפעלד; ער האט עס נישט אָנגעיאגט איר צו געבן פאר ער איז ארויס. און דוד האט שוין געוואלט ליגן מיט איר פאר עס האט עספיעט אָנצוקומען, אבער עס איז למעשה שוין אָנגעקומען לפני המעשה.
(אגב, צו אָנדרייען אוריה'ס טויט כדי זיך ארויסצוזעהן מעיקרא פון איסור אשת איש, איז שווערער צו נוצן ר' יוסף ענגיל'ס מהלך ביי פרעה עם שרה, אז דאס איז וויבאלד בכל ביאה וביאה עובר, ווייל דא איז עס דאך אויך געווען נאר איינמאל. נאר דא איז עס געווען ע"י שליחות ורק בגרמא, און אט אויף דעם ווערט עס צוגעברענגט לגבי די סוגיא פון שליחות לדבר עבירה בקידושין מג. ע"ש.)
***
דר. דוד גארלאנד און זיין ווייב דר. דייענע גארלאנד, ווי אויך
דר. דוד זוקער, לערנען אפ די מעשה ווי א סארט רעיפּ, זייענדיג אז בת שבע האט נישט געקענט אפזאגן דעם מלך. דר. קענעט בּעילי
טענה׳ט אבער אז אין יענע צייטן זענען די הייזער געווען גאר נאנט איינע צום אנדערן, און פרויען זענען געווען גאר בצניעות. און אז בת שבע האט זיך פונדעסטוועגן געבאדן נאקעט, וואו זי האט געוואוסט דוד קען איר זעהן, איז יתכן אז זי האט געציהלט צו מפתה זיין דוד און טאקע דאדורך פטור ווערן פון איר מאן אוריה אונטער וועמען זי איז. (וכעין ווי אבן כספי און אנדערע האבן
אפגעלערענט דאס וואס אביגיל האט געוואלט אָנדרייען צווישן דוד און איר מאן נבל כדי זיך ארויסצוזעהן פון אונטער אים. און אבן כספי
גלייכט צו במקצת דוד׳ס נעמען אביגיל לאשה, צו זיין נעמען בת שבע.) ווי דר. בּעילי שרייבט:
In the Middle East, men and women are exceptionally modest about exposing their bodies. But in this particular story (2 Sam 11:1-12:25), Bathsheba waited until her (Hittite) soldier husband was away fighting for Israel. Then she decided to take a bath in front of an open window facing the palace. Why should she spend her life with a lowly paid foreigner if she could manage to move in next door with King David? If taking a bath in front of a window was all she had to do, why not give it a try?
No self-respecting woman, in any culture, would do such a thing. In a traditional Middle Eastern village, only powerful people have second and third floors to their homes. Such people can look down on and see into their neighbor's homes, walled courtyards and windows. The rest of the town cannot observe their private spaces. David's Jerusalem was small (twelve to fifteen acres), and all of it crowded. Archaeologists in Jerusalem have found a "large stone structure" from the time of David that may be his palace. Regardless of whether the building discovered was the actual residence, the space between the palace and Bathsheba's house could hardly have been more than twenty feet
Bathsheba knew what she was doing and she was no fool. Her plan succeeded, the king noticed her, and within a short time David arranged to have her taken to the palace. She went, slept with him and got pregnant. David then went into "damage control mode" and arranged to have her husband killed in battle at the front. After committing that despicable act, he added her to his collection of wives
ער טענה'ט אז אזוי האט מתי, דער כותב פונעם ספר בברית החדשה הנקרא על שמו, געהאלטן, ולכן ווען ער דערמאנט איר, דערמאנט ער איר נישט ביים נאמען. די גארלאנדס, וועלכע זענען אויך קריסטן, טענה׳ן אז דאס איז נישט ריכטיג איר אראפצולייגן אזוי, און עס שטייט נישט אז זי איז בכלל געווען ערומה אדער אומ'צניעות'דיג; זיי טענה'ן אז דאס איז בּלעימינג די וויקטים.
***
אין איסלם איז מען אויך שטרענג איבער רעדן פון די מעשה פון דוד ובת שבע:
IMG_6730.jpeg
IMG_6731.jpeg
ואגב, אז מ׳רעדט פון תהלים, נעמען אָן די חוקרים אז דוד האט זיי נישט פארפאסט און זיי זענען ל״ד פארפאסט געווארן אפילו אין זיין תקופה. דאס וואס אסאך הייבן זיך אָן מיט ״לדוד מזמור״ וכדומה מיט עפעס א פאסירונג פון זיין לעבן, איז ערשט שפעטער צוגעטשעפעט געווארן דורך איר רעדאקטאר.
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:13 pm
דורך אלבערט איינשטיין
אינטערסאנט אנצומערקן די גמרא אין בבא מציעא. וואס וויל זאגן אז מלבין חבירו ברבים איז ערגער. וואס פארציילט אז ווען דוד איז געקומען אין שוהל האבן די מענטשן אין פאליש איהם געפרעגט מיט שפאס איינער וואס איז מזנה וואס איז זיין שטראף. און דוד פלעגט ענטפערן מיתה בחנק ויש לו חלק בעולם הבא. אבל המלבין את חבירו ברבים אינו חלק לעולם הבא.
און אפשר מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס אונז יודן היטן אויף די כבוד פון מאלעסטערס. לכוארה פאר די סיבה אז פארשעמען א מענטש ברבים איז ערגער פון די עבירה פון רעיפ׳ן.
געהאט געשמועסט לעצטענס מיט עפעס א איינגעשטעלטע אין א ישיבה פארוואס איז יענע ישיבה שטיל און איגנארענט ווען אין ישיבה טוהט זיך שטארק מיט די עבירה פון מין במין. ווי אויך האב איך איהם פרובירט צו זאגן אז אינעם היימישן ציבור איז מען זייער שטארק אין באהאלטן דאס סארט מעשים בכלל. רעגירט ער צו מיר אז די מציאות פון באהאלטן אין נישט פארשמוצן א מענטש אפילו ביי שרעקליכע עבירות גייט צוריק אין די היסטאריע פון כלל ישראל נאך פון נ״ך און חז״ל און ער זעהט נישט די פראבלכם פטן דעם און ער בארעכטיגט די זאך פון באהאלטן די שמוציגע חלקים וואס ווערן געטוהן מעיני העדה
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:18 pm
דורך היימלינד
אלבערט איינשטיין האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:13 pm
אינטערסאנט אנצומערקן די גמרא אין בבא מציעא. וואס וויל זאגן אז מלבין חבירו ברבים איז ערגער. וואס פארציילט אז ווען דוד איז געקומען אין שוהל האבן די מענטשן אין פאליש איהם געפרעגט מיט שפאס איינער וואס איז מזנה וואס איז זיין שטראף. און דוד פלעגט ענטפערן מיתה בחנק ויש לו חלק בעולם הבא. אבל המלבין את חבירו ברבים אינו חלק לעולם הבא.
און אפשר מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס אונז יודן היטן אויף די כבוד פון
מאלעסטערס. לכוארה פאר די סיבה אז פארשעמען א מענטש ברבים איז ערגער פון די עבירה פון רעיפ׳ן.
געהאט געשמועסט לעצטענס מיט עפעס א איינגעשטעלטע אין א ישיבה פארוואס איז יענע ישיבה שטיל און איגנארענט ווען אין ישיבה טוהט זיך שטארק מיט די עבירה פון מין במין. ווי אויך האב איך איהם פרובירט צו זאגן אז אינעם היימישן ציבור איז מען זייער שטארק אין באהאלטן דאס סארט מעשים בכלל. רעגירט ער צו מיר אז די מציאות פון באהאלטן אין נישט פארשמוצן א מענטש אפילו ביי שרעקליכע עבירות גייט צוריק אין די היסטאריע פון כלל ישראל נאך פון נ״ך און חז״ל און ער זעהט נישט די פראבלכם פטן דעם און ער בארעכטיגט די זאך פון באהאלטן די שמוציגע חלקים וואס ווערן געטוהן מעיני העדה
אהן אריין גיין אין די נושא: מען דארף קענען מחלק זיין צווישען סתם א בעל עבירה און איינער וואס איז מסוכן פאר אנדערע.
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:44 pm
דורך קליינע צדיק
.
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:00 pm
דורך ארכיטקט
@שמן למאור גיי שוין בעט איבער דוד המלך, און מעק אויס דאס גאנצע באשרייבונג, אז דו ווייסט וואס איז גוט פאר דיר!!
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:05 pm
דורך כרם זית
עטליכ'ע הערות:
א - ווען דער פסוק זאגט (שמואל ב יא, ב)
וַיַּרְא אִשָּׁה רֹחֶצֶת מֵעַל הַגָּג מיינט עס בפשטות נישט קיין פשוט'ע באד, נאר עס מיינט אז זי האט זיך גערייניגט פון טומאה, ווי עס שטייט (שם ד)
וְהִיא מִתְקַדֶּשֶׁת מִטֻּמְאָתָהּ. דער פסוק מיינט ארויסצוברענגען אז כאטש ער האט אפשר עובר געווען אויף עון אשת איש, האט ער אבער נישט עובר געווען אויף עון זבה (ועיין לקמן שיש לפרש דהפרשה בא לבקר מי שהולך רק בדרך הלכה, וק''ל). וי''א אז דער פסוק קומט מסביר זיין ווי אזוי בת שבע איז נתעבר געווארן, וויבאלד אין אשה מתעברת אלא סמוך לטבילתה.
ב - די סיבה פארוואס אוריה האט נישט געוואלט אהיים גיין איז ווי ער איז מסביר דעם קעניג (שם יא):
וַיֹּאמֶר אוּרִיָּה אֶל דָּוִד, הָאָרוֹן וְיִשְׂרָאֵל וִיהוּדָה יֹשְׁבִים בַּסֻּכּוֹת וַאדֹנִי יוֹאָב וְעַבְדֵי אֲדֹנִי עַל פְּנֵי הַשָּׂדֶה חֹנִים וַאֲנִי אָבוֹא אֶל בֵּיתִי לֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת וְלִשְׁכַּב עִם אִשְׁתִּי?!
אגב, לויט חז''ל אז בת שבע איז געווען גע'גט פארוואס איז זי געזיצן שבעה נאך אוריה?
***
ווען יואב האט געשיקט דעם שליח צו דוד, לייגט ער אריין ווערטער אין דוד'ס מויל:
וְהָיָה אִם תַּעֲלֶה חֲמַת הַמֶּלֶךְ וְאָמַר לְךָ מַדּוּעַ נִגַּשְׁתֶּם אֶל הָעִיר לְהִלָּחֵם הֲלוֹא יְדַעְתֶּם אֵת אֲשֶׁר יֹרוּ מֵעַל הַחוֹמָה׃ מִי הִכָּה אֶת אֲבִימֶלֶךְ בֶּן יְרֻבֶּשֶׁת הֲלוֹא אִשָּׁה הִשְׁלִיכָה עָלָיו פֶּלַח רֶכֶב מֵעַל הַחוֹמָה וַיָּמׇת בְּתֵבֵץ לָמָּה נִגַּשְׁתֶּם אֶל הַחוֹמָה, וְאָ֣מַרְתָּ גַּם עַבְדְּךָ אוּרִיָּה הַחִתִּי מֵת. לכאורה פון וואו ווייסט ער וואס דוד וועט טענה'ן? נאר קען זיין אז עס איז געווען אן אפגעמאכטע סימן צווישן דוד און יואב, וויבאלד (יש אומרים אז) א רחים איז מרמז אויף געשלעכט, ממילא איז די סימן אז פונקט ווי אבימלך איז גע'הרג'עט געווארן דורך 'א פרוי' דורך א 'רחים', איז אוריה גע'הרג'עט געווארן צוליב 'א פרוי' צוליב 'געשלעכט'.
אן אינטערעסאנטע געדאנק וואס מען זעט פון די מעשה איז די אבסעסיע פון הלכה אפילו ווען עס גייט קעגן מאראלישקייט. ווען דוד איז דורכגעפאלן מיט בת שבע האט ער מער מורא געהאט פון די איסור אשת איש ווי גורם צו זיין אוריה'ס טויט. די טויט איז נישט געווען קיין איסור על פי הלכה וויבאלד אין שליח לדבר עבירה און ער איז נאר געווען א גורם, אבער אוממאראליש איז עס אויפן העכסטן מדרגה.
@שמן למאור שרייבט אז דוד האט זיך מחזק געווען אזוי ווי אין שובבי''ם. די מקור פון שובבי''ם איז במקור דוקא אין אן עיבור-יאר וויבאלד עס איז דא א גרויסע הפסקה צווישן די תענית בה''ב'ס וועלכע זענען אין אייר און אין חשוון. אויף די פסוק (שם, א)
וַיְהִי לִתְשׁוּבַת הַשָּׁנָה לְעֵת צֵאת הַמְּלָאכִים זאגט רש''י שיש עת בשנה שדרך החיילות לצאת כשהארץ מלאה קמות והסוסים מוצאים תבואה בשדה לאכול, וואס דאס איז ניסן - אייר צייט. קומט אויס אז עס איז דאן באמת געווען שובבי''ם...
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:13 pm
דורך חב''ד הויזן
די סיבה פון אין שליח לדבר עבירה איז ווייל דברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעין. ביי א קעניג וואס ס'איז א חיוב עפ"י תורה צו פאלגן דארף לכאורה זיין אנדערש. (במציאות זאגט אבער די גמרא ביי די מעשה אויך אין שליח לדבר עבירה. אינטרעסאנט)
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:52 pm
דורך עמק הבכא
איך כאפ נישט וואס דער ארטיקל דארף ארויסברענגען, נישט קיין היסטארישע אויפדעקונגען, נישט קיין נקודה למחשבה, און נישט קיין גרויסע לומדות. סתם ביליגע ליצנות פון דוד המלך.
Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:53 pm
דורך סקעפטיקער
עמק הבכא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:52 pm
איך כאפ נישט וואס דער ארטיקל דארף ארויסברענגען, נישט קיין היסטארישע אויפדעקונגען, נישט קיין נקודה למחשבה, און נישט קיין גרויסע לומדות. סתם ביליגע ליצנות פון דוד המלך.
פשוט היסטאריע איז שלעכט?