בלאט 2 פון 3

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 4:00 pm
דורך [NAMELESS]
די טענה איז אז ביי גזירות ת"ח ות"ט האט זיך אריין געמישט אסאך גוייש בלוט דורך די קאזאקען
דערפאר האט דער בעש"ט געזאגט אז די דריי משפחות : הורוויץ שפירא און ראפאפארט זענען ריין

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 4:16 pm
דורך היימלינד
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 4:00 pm די טענה איז אז ביי גזירות ת"ח ות"ט האט זיך אריין געמישט אסאך גוייש בלוט דורך די קאזאקען
דערפאר האט דער בעש"ט געזאגט אז די דריי משפחות : הורוויץ שפירא און ראפאפארט זענען ריין
דארפסט נישט קריכען ביז ת"ח ות"ט די מעשיות האבען זיך אפגעשפילט נישט צו לאנג צוריק בימי הרס עולם ביי די שואה, אין רוסלאנד ואוקריינא בזמן הפוגרומים, נאך די שואה ביי די רוסן און ביי די די פי קעמפס.

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:27 pm
דורך שמעקעדיג
סקעפטיקער האט געשריבן:
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: וואס איז די פראבלעם צו זיין א ממזר

טאקע, זייט די סידור קידושין מערכה זענען אין מאנרא דא אסאך ממזרים

:lol: :lol:

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:32 pm
דורך ברוך שפינוזה
צ/ק

יא. כמבואר בסוף מסכת קידושין על הפסוק נשים בציון עינו וגו', השוכבים על מטת שן וגו'.

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:33 pm
דורך berlbalaguleh
מילך טראק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 3:09 pm
היימלינד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 10:55 am
שאלתיאל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:13 am ס'ליגט מיך אין קאפ עפעס א טעאריע וואס טענה'ט אז א גרויס טייל פון די אשכנזים שטאמען פון קאזאקען וואס האבן באצווינגן אדער זיך אויסגעמישט מיט אידישע פרויען דורכאויס זייערע פאגראמען. איינער ווייסט פון וואס איך רעד?

דו מיינסט מסתם די לעגענדע אז א חלק פון אידן מסביבות אונגארן שטאמען פון די כוזריים.
ס'האט נישט קיין שום היסטארישע האפט און אפילו אויב יא זענען זיי בפשטות געעווען כשר'ע גרים לויט אסאך דיעות
ביזסט זיכער מיט דעים ?
אפשר דאך שטאמען אונז נישט פון קיין אידן, מ'דארף נאר מקיים זיין די 7 מצוות בני נח , אדער כאטש א ספק יוד ספק גוי איז פטור ניין ?

ס'איז מיר זייער שווער צו אויפשטיין פרי פארטאגס צו סליחות, אויפזיין א גאנצע נאכט שבועות, גיין מיט א היט און רעקל זומער, נישט עסן געבראקס די ערשטע זיבן טעג פסח, גיין צו די טיש יעדע וואך, נישט קוקן ווי די מאראטאן לויפן, נישט נעמען געלט פון די מדינה, אפשר איז די גאנצע זאך א מיסטעק אונז זענמען בכלל נישט קיין אידן אדער דעיס האט מיט אונגארן נישט קיין חילוק אידן אדער גוים?
מילך טראק: דו שטרענגסט דיך זייער שטארק אן צו טון די אלע (אויבנדערמאנטע) זאכן. און דו זוכסט נאך א היתר אדער א סברא אז דו ביסט א גוי. דו דארפסט זיך נישט אנשטרענגען. ווייל מיט די אלע זאכן וועלכע דו האסט אויסגערעכנט אז דו טוסט ביסטו נאכאלץ א כשר'ער איד.

הלואי אויף אלע רעבישע קינדער געזאגט.

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:22 pm
דורך תשפג
געווען א מעשה ביי ר׳ משה פיינשטיין ווען ער איז אמאל געווען סידור קידושין, די חתן׳ס מאמע האט געכאפט א התעוררת אונטערן חופה און געזאגט פאר ר׳ משה אז זי האט נאך קיינעם קיינמאל נישט פארציילט אבער דעי חתן איז ליידער א ממזר, ס׳געווארן שטיל די עולם האט געווארט צו זען וואס ס׳וועט געשען, אבער ר׳ משה מיט די פילסטע רואיגקייט רופט זיך אן ״אינה נאמנות״ א מאמע איז נישט באגלייבט צו פסל׳ן א קינד, צו ווערן א ממזר דארף מען האבן עדים און א פסק דין. (כך שמעתי)

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:48 pm
דורך ברוך שפינוזה
אויף מלכת היופי של ירושלים האט דער רב אנגעשריגן דעם מאמען דארט "ווי קען מען דיר גלייבן דו נידערטרעכטיגע זונה וואס דו ביזט..."

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:52 pm
דורך קהל'ס נער
תשפג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:22 pm געווען א מעשה ביי ר׳ משה פיינשטיין ווען ער איז אמאל געווען סידור קידושין, די חתן׳ס מאמע האט געכאפט א התעוררת אונטערן חופה און געזאגט פאר ר׳ משה אז זי האט נאך קיינעם קיינמאל נישט פארציילט אבער דעי חתן איז ליידער א ממזר, ס׳געווארן שטיל די עולם האט געווארט צו זען וואס ס׳וועט געשען, אבער ר׳ משה מיט די פילסטע רואיגקייט רופט זיך אן ״אינה נאמנות״ א מאמע איז נישט באגלייבט צו פסל׳ן א קינד, צו ווערן א ממזר דארף מען האבן עדים און א פסק דין. (כך שמעתי)

אין הכי נמי, פאר נאמנות דארף מען עדים, אבער ס'נעמט נאך נישט אוועק די מאטעמאטישע איקוואציע.

אזויווי איינער וואז איז מחלל שבת אן עדים מיינט נישט אז ער איז א שומר שבת.

אחוץ אויב מען וועט זאגן אז ס'ווענדט זיך אין די שאלה, אויב א בוים פאלט טיף טיף אין וואלד און קיינער האט עס נישט געזעהן און קיינער גייט עס נישט זעהן, איז עס טאקע געפאלן?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 8:15 pm
דורך ברוך שפינוזה
לאדיך אפ, ר' משה איז געוועהן in on the joke ווי מ'זאגט, דער וואס פארשטייט פארשטייט דאך ממילא, און דער gullible שוטה וועט זיך מוטשען מיט קשיות סייוויסיי.

Re:

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:32 pm צ/ק

יא. כמבואר בסוף מסכת קידושין על הפסוק נשים בציון עינו וגו', השוכבים על מטת שן וגו'.
נאר "עונו" קומט מיט א ווא"ו. לפי דיקדוק הלשון.

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:52 pmאין הכי נמי, פאר נאמנות דארף מען עדים, אבער ס'נעמט נאך נישט אוועק די מאטעמאטישע איקוואציע.

אזויווי איינער וואז איז מחלל שבת אן עדים מיינט נישט אז ער איז א שומר שבת.

אחוץ אויב מען וועט זאגן אז ס'ווענדט זיך אין די שאלה, אויב א בוים פאלט טיף טיף אין וואלד און קיינער האט עס נישט געזעהן און קיינער גייט עס נישט זעהן, איז עס טאקע געפאלן?

קהל'ס נער: לפי האמת ביסטו נישט גערעכט. ווייל אויב איינער איז מחלל שבת אן עדים, אפילו דו "ווייסט" אז ער איז מחלל שבת, נעמט עס נאכנישט אוועק זיין סטאטוס פון א שומר שבת, מיט אלע מעלות וואס דאס האט אין זיך, ווי יין נסך און בשר שנתעלם מן העין וכו'.

Re: Re:

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 9:13 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 8:58 pm נאר "עונו" קומט מיט א ווא"ו. לפי דיקדוק הלשון.

וואס פאלט אייך איין, ר' בערל?

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין דאך א שטיקל משכיל. אויסער אן ארויני און א ציוני. אזוי זאגט מיר מיין מיינונג. נאר מ'קען דאך נאכקוקן.

נאר לפי פשוט זעהט אויס אזוי. ווייל "עינו" איז טייטש זיי האבן געפייניגט. און "עונו" מיט א ווא"ו איז טייטש זיי זענען געפייניגט געווארן...!

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 9:21 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מילך טראק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 3:09 pm
ביזסט זיכער מיט דעים ?
אפשר דאך שטאמען אונז נישט פון קיין אידן, מ'דארף נאר מקיים זיין די 7 מצוות בני נח , אדער כאטש א ספק יוד ספק גוי איז פטור ניין ?

ס'איז מיר זייער שווער צו אויפשטיין פרי פארטאגס צו סליחות, אויפזיין א גאנצע נאכט שבועות, גיין מיט א היט און רעקל זומער, נישט עסן געבראקס די ערשטע זיבן טעג פסח, גיין צו די טיש יעדע וואך, נישט קוקן ווי די מאראטאן לויפן, נישט נעמען געלט פון די מדינה, אפשר איז די גאנצע זאך א מיסטעק אונז זענמען בכלל נישט קיין אידן אדער דעיס האט מיט אונגארן נישט קיין חילוק אידן אדער גוים?

וואס טוסטו מיט מיר...??
כ׳הייב אן טראכטן אז אפשר זאליך דורכגיין גיור לחומרא... :lol: :lol:

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 9:30 pm
דורך berlbalaguleh
בתוך עמי: שקויעך אז דו האסט מיר געזאגט. אויב אזוי גיי איך אפשטופן די חתונה ביז נאך וואס דו גייסט אדורך דעם גיור לחומרא..

די אינוויטעישנס זענען שוין (געווען) גרייט ארויסגעשיקט צו ווערן. נאך א מזל.

נאך איין שאלה: די גירות איז חל אויף דיין זון אויך?

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:43 am
דורך צומישט און צוחישט
האב איך פונקט אנגעטראפן דעם תנא דבי אליהו, איך ווייס נישט פשט דערין אדרבה זאלן די תלמידי חכמים מסביר זיין.
אליהו רבא פרק י"ח:
וכך שנו חכמים במשנה: עשרה יחסים עלו מבבל כהנים לויים וישראלים, גרים חרורי חללים ממזרים ונתינים, שתוקים ואסופים; אם הניח הקב"ה את ידו מישראל שנים ושלשה דורות זא"ז היו מתערבין אלו העשרה זה בזה והיו כשאר עמים, ואתם כפויי טובה מפני מה אין אתם מודים ומברכין ומשבחין לאביכם שבשמים שתפש אתכם בשתי ידיו על שתי זרועותיו והזהיר אתכם שלא תבואו לידי פסול שנאמר "אני ד' הוא שמי וכבודי לאחר לא אתן ותהילתי לפסולים", ומפני מה אתם עושים דברים מכוערין ודברים שאינן ראויין, ומבעטים ביסורין הבאין עליכם, אבל מה אעשה כבר גזרתי עליכם שאתם תהיו בני ועבדי שנאמר "בני בכורי ישראל", ואומר "בנים אתם לד' אלוקיכם" ואומר "כי לי בני ישראל עבדים", ואומר "לכן כה אמר ד' צבקות הנני צורפם ובחנתים וגו' ואומר "וישב מצרף ומטהר כספ וטהר את בני לוי וזקק אותם כזהב וככסף והיו לד' מגישי מנחה בצדקה. ע"כ
איך האב א תנא דבי אליהו אהן קיין געהעריגע פי', אויב איינער האט די זיקוקון דנורא אויף דעם זאל ער ביטע ארויפלייגן. יש"כ

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:45 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: איך בין דאך א שטיקל משכיל. אויסער אן ארויני און א ציוני. אזוי זאגט מיר מיין מיינונג. נאר מ'קען דאך נאכקוקן.

נאר לפי פשוט זעהט אויס אזוי. ווייל "עינו" איז טייטש זיי האבן געפייניגט. און "עונו" מיט א ווא"ו איז טייטש זיי זענען געפייניגט געווארן...!

איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, נאך אלעם איז דאס נישט אין שפראך פארום; אבער להוי ידוע איך האב שוין געשריבן מיין תגובה נאכ'ן נאכקוקן...
אין פסוק זעלבסט שטייט "ענו" (מיט א חיריק ע') און מאנכע שרייבן עס מיט א י' "עינו", אבער קיינער שרייבט נישט עונו, איך ווייס אפי' נישט אויב ס'דא אזא ווארט.

לגבי די ארוני און ציוני סטעיטמענט, איז מיר א פלא עצום, ווי קומט צו אייך אזא זאך, פארוואס האב איך עס נאך קיינמאל נישט געהערט פון אייך, עס איז מיר באמת א חידוש נפלא ואילו לא באת אלא בשביל זה דיינו...

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 4:25 am
דורך berlbalaguleh
הרב שמעקעדיג שליט"א: איך וועל ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר.

דאס אז איך בין אן ארויני און א ציוני איז א דבר ידוע לכל בר בי רב דחד יומא דא אין קאווע שטיבל. איך טראמפייטער עס ביי א יעדע געלעגנהייט.

איהר קענט זעהן לויט מיינע תגובות ביידע פאקטן. איך נעם מיך אן אש להבה פאר מהר"א שליט"א. אט דערפאר איז איינס פון די סיבות וואס איך באקום (לפי ערך) ווייניג לייקס. עכ"פ אויף די עניינים זיכער נישט. ווייל אפילו די געציילטע ארוינים דא אויף קאווע שטיבל האבן נישט די"גאטס" ארויסצוזאגן בפה מלא אז מהר"א איז א גוטער מנהיג פון אן עדה קדושה.

אויף די ערשטע שאלה: פון וויאזוי ס'שטייט אין פסוק איז נישט אייביג א ראיה. ווייל אמאל איז עס מלא און אמאל איז די זעלבע ווארט חסר.

נאר דער פשט איז זיכער א לשון נפעל. עונו זיי זענען געפייניגט געווארן. מיט א יו"ד וואלט געמיינט פועל. זיי האבן געפייניגט.

מ'האמיר דאך געשמועסט אז איך בין א (שטיקל) משכיל. און אונז משכילים האבמיר אייביג געלערנט דיקדוק...!

איי די רבי אין חדר האט אויסגעלאזט די דיקדוק רש"י'ס? די רבי האט אויך אויסגעלאזט א סאך אנדערע רש"י'ס מכמה טעמים שונים...!

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:06 am
דורך שמעקעדיג
ר' בערל, אביסעלע הומאר אין אדר פארנעמט איר אויך נישט?

איר מיינט טאקע אז איך ווייס נישט אז איר זענט אן ארונישע ציוני

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:10 am
דורך berlbalaguleh
יא: כ'האב פארגעסן צו זאגן אויך אז איך בין א תמימות'דיגער אונגערישער (פאפא'ער) איד. וואס מ'זאגט מיר דאס גלייב איך. (אפשר אויך א שטיקל סקווערער...נו, ס'איז דאך חודש אדר...!)

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:02 am
דורך מי אני
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:43 am האב איך פונקט אנגעטראפן דעם תנא דבי אליהו, איך ווייס נישט פשט דערין אדרבה זאלן די תלמידי חכמים מסביר זיין. אליהו רבא פרק י"ח:
וכך שנו חכמים במשנה: עשרה יחסים עלו מבבל כהנים לויים וישראלים, גרים חרורי חללים ממזרים ונתינים, שתוקים ואסופים; אם הניח הקב"ה את ידו מישראל שנים ושלשה דורות זא"ז היו מתערבין אלו העשרה זה בזה והיו כשאר עמים, ואתם כפויי טובה מפני מה אין אתם מודים ומברכין ומשבחין לאביכם שבשמים שתפש אתכם בשתי ידיו על שתי זרועותיו והזהיר אתכם שלא תבואו לידי פסול שנאמר "אני ד' הוא שמי וכבודי לאחר לא אתן ותהילתי לפסולים", ומפני מה אתם עושים דברים מכוערין ודברים שאינן ראויין, ומבעטים ביסורין הבאין עליכם, אבל מה אעשה כבר גזרתי עליכם שאתם תהיו בני ועבדי שנאמר "בני בכורי ישראל", ואומר "בנים אתם לד' אלוקיכם" ואומר "כי לי בני ישראל עבדים", ואומר "לכן כה אמר ד' צבקות הנני צורפם ובחנתים וגו' ואומר "וישב מצרף ומטהר כסף וטהר את בני לוי וזקק אותם כזהב וככסף והיו לד' מגישי מנחה בצדקה.
איך האב א תנא דבי אליהו אהן קיין געהעריגע פי', אויב איינער האט די זיקוקון דנורא אויף דעם זאל ער ביטע ארויפלייגן. יש"כ
דער זיקוקין דנורא איז דאס מפרש אז די געדאנק פונעם מדרש איז אז הקב״ה ״משגיח עליהם תמיד שלא יתערבו בפסולים״ ע״ש. אבער אויף דעם האט דאך דר. נדב שנרב געשריבן אין דעם דיון לגבי נוצן די אגדה (יבמות עח: ויק״ר לב ו-ז) אז ממזרא דלא ידיע לא חיי טפי מי״ב חודש/ל׳ יום ודידיע ולא ידיע אינו חיי יותר מג׳ דורות:
לעניות דעתי אין מקום לערבב דברי אגדתא כגון אלו עם השיקול ההלכתי. למשל, הרבה אנשים דנו שקלו וטרו בשאלת גבולות א"י ולא זכור לי שניסו ליצור התאמה עם הדרישה שא"י היא ת"ק פרסה על ת"ק פרסה. גם הפוסקים, למיטב ידיעתי, לא התחשבו במות הממזרים, והיוצא מן הכלל הוא הבית שמואל באה"ע סימן ב ס״ק חי.

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:41 am
דורך מילך טראק
קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:52 pm
תשפג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:22 pm געווען א מעשה ביי ר׳ משה פיינשטיין ווען ער איז אמאל געווען סידור קידושין, די חתן׳ס מאמע האט געכאפט א התעוררת אונטערן חופה און געזאגט פאר ר׳ משה אז זי האט נאך קיינעם קיינמאל נישט פארציילט אבער דעי חתן איז ליידער א ממזר, ס׳געווארן שטיל די עולם האט געווארט צו זען וואס ס׳וועט געשען, אבער ר׳ משה מיט די פילסטע רואיגקייט רופט זיך אן ״אינה נאמנות״ א מאמע איז נישט באגלייבט צו פסל׳ן א קינד, צו ווערן א ממזר דארף מען האבן עדים און א פסק דין. (כך שמעתי)

אין הכי נמי, פאר נאמנות דארף מען עדים, אבער ס'נעמט נאך נישט אוועק די מאטעמאטישע איקוואציע.

אזויווי איינער וואז איז מחלל שבת אן עדים מיינט נישט אז ער איז א שומר שבת.

אחוץ אויב מען וועט זאגן אז ס'ווענדט זיך אין די שאלה, אויב א בוים פאלט טיף טיף אין וואלד און קיינער האט עס נישט געזעהן און קיינער גייט עס נישט זעהן, איז עס טאקע געפאלן?

אויב האט זי אויך געהאט **** מיט די מאן, אפי' מ'ווייסט קלאר אז די קינד קומט פון די בועל, נעמט מען אהן אז דאס איז א כשר קינד אין ער טאר נישט חתונה האבן מיט א ממזרת ער הייסט א כשר קינד, הלכה און מציאות האבן נישט דווקא א שייכות.

Re: זענען מיר אלע ממזרים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:51 am
דורך היימלינד
תשפג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:22 pm געווען א מעשה ביי ר׳ משה פיינשטיין ווען ער איז אמאל געווען סידור קידושין, די חתן׳ס מאמע האט געכאפט א התעוררת אונטערן חופה און געזאגט פאר ר׳ משה אז זי האט נאך קיינעם קיינמאל נישט פארציילט אבער דעי חתן איז ליידער א ממזר, ס׳געווארן שטיל די עולם האט געווארט צו זען וואס ס׳וועט געשען, אבער ר׳ משה מיט די פילסטע רואיגקייט רופט זיך אן ״אינה נאמנות״ א מאמע איז נישט באגלייבט צו פסל׳ן א קינד, צו ווערן א ממזר דארף מען האבן עדים און א פסק דין. (כך שמעתי)
א ענליכע מעשה איז געווען ביי א קעכערקע עולת רוסיא אין א חשובע ישיבה אין בני ברק בשנים קדמוניות, זי האט פארציילט פאר די בחורים משיח לפי תומה אז זי האט א מאן אין רוסלאנד וועלעכע האט נישט געקענט ארויף קומען מיט איר האט ער איר געגעבען רשות חתונה צו האבען מיט א צווייטען.... זי האט געהאט א בחור אין די יארען פון דעם צווייטען, אלע זענען דערציטערט געווארען, מען רעדט דאך דא פון א געהעריגע ממזר, איז מען געלאפען צום חזון איש [אדער פוניבוזער רב - שכחתי] האט ער גענטפערט מיט א פשטות: לא מפיה אנו חיים ואינה נאמנת.