בלאט 1 פון 1

פרעסע דעקונג פון פטירת האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:01 am
דורך יאנקל
ביי יעדער גרויסער געשעעניש איז אינטערעסאנט נאכצופאלגן די דעקונג פון דער פרעסע. דאס גיט צומאל א זעלטענעם איינבליק אויף א צייטונג אדער זשורנאל וואס מ'זעט נישט געווענליך.

בילד
דער העברעאישער "המודיע" מיט זיין ערשטע זייט בלויז מיט די נייעס איבער דער פטירה.

בילד
"המבשר" האט אן אומגעווענליכן נוסח, שרייבנדיג אין דעם קעפל נאך דעם אידענטיטעט פון דעם נפטר דעם ווארט "איננו". אין דער חרדי'שער פרעסע שרייבט מען געווענליך אין אזא פאל אין דעם הויפט קעפל בלויז דעם אידענטיטעט פון דעם גרויסן נפטר.

בילד
דער "יתד" באריכטעט נישט די נייעס אויף דער גאנצער ערשטער זייט. נאך אלעם איז דער וויזניצער רבי ז"ל בלויז געווען א חסידישער גדול.

בילד
"ישראל היום" באריכטעט אויף זייט 11.

בילד
א שאק! אין דער צייט וואס אפילו דער "יתד" האט איבערגעדרוקט זייער ערשטע זייט כדי ארויפצולייגן די נייעס איבער דעם וויזניצער רבי'נס פטירה אויפ'ן פראמינענטסטן שטאפל (געוויסע אין א"י האבן נאך באקומען די ערשטע ווערסיע וועלכע האט נישט פארמאגט די וויזניצער נייעס), האט דער אמעריקאנער ענגלישער "המודיע" פשוט אריינגעשטיפט די גרויסע נייעס אין א זייט!