קהל'ס נער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:27 am
שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 11:46 pm
די וואך אין די ענגלישע ווערסיע פונעם גליון תורת אביגדור פון הרב אביגדור מיללער ע"ה איז געווען אן אינטערסאנטע שו"ת ביים סוף פונעם גליון וואס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.
ווי למשל אז די האלאקאוסט איז געוועהן א גוטע זאך, כדי אפצושטעלן אסימילאציע.
(זאגט אן אמעריקאנער בוי וואס האט מכל הבא ליד בשעת אונזערע זיידעס ווערן פארברענט)
נישט נאר ער האט אזוי געזאגט, נאך אסאך גדולים ווי הרב ראזענבלום האבן געזאגט אז היטלער ימ"ש האט געראטעוועט די ליטא.
אזוי אויך ווער ס'ווייסט די מצב פון אידישקייט אין אייראפע פאר די מלחמה האט נישט קיין קשיות פארוואס ס'איז געקומען....
און נאכן מלחמה איז טאקע רוב כלל ישראל פרום געווארן. היינט איז כמעט נישטא קיין פרייע אידן אויפן וועלט.
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:08 am
דורך yesiknow
עס איז דא פרייע אבער די פוינט איז אז די פרומע זענען גאר שטארק און גאר אסאך, עס וואקסט און בליהט למעלה מן המשוער.
אידישקייט איז געגאנגען בארג אראפ ווי אן עוועלאנש מיט גאר א שנעלען טעמפא, כידוע ליודעי היסטוריה
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 1:22 am
דורך זאקן
א דיין האט מיך געזאגט אז בעלזער רבי פלעגט זאגן אז די מלחמה איז געקומען וועגן מ׳האט גענומען בירד קאנטראל.
איך מיין אלע רבי׳ס זאלן מאכן א החלטה צוזאמען פארוואס די מלחמה איז געקומען, ווייל מיין קאפ שווינדלט שוין פון הערן יעדן טאג א אנדערע סיבה פארוואס די מלחמה איז געקומען.
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:12 am
דורך איך אויך
זאג די דיין בשמי אז ער רעדט הבלים.
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:33 am
דורך עמקות התם
זאקן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 1:22 am
א דיין האט מיך געזאגט אז בעלזער רבי פלעגט זאגן אז די מלחמה איז געקומען וועגן מ׳האט גענומען בירד קאנטראל.
איך מיין אלע רבי׳ס זאלן מאכן א החלטה צוזאמען פארוואס די מלחמה איז געקומען, ווייל מיין קאפ שווינדלט שוין פון הערן יעדן טאג א אנדערע סיבה פארוואס די מלחמה איז געקומען.
סתם געהאקט!
להברת האמת: כידוע האט ער געזאגט עס איז א גזירה מן השמים אונז האבען נישט קיין השגה אין דעם, דעם רשע האט פאר'מסר'ט ביי אלע שבעים שרים, ואין לנו רשות להרהר אחריה.
yesiknow האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:08 am
עס איז דא פרייע אבער די פוינט איז אז די פרומע זענען גאר שטארק און גאר אסאך, עס וואקסט און בליהט למעלה מן המשוער.
אידישקייט איז געגאנגען בארג אראפ ווי אן עוועלאנש מיט גאר א שנעלען טעמפא, כידוע ליודעי היסטוריה
כ'ווייס נישט צו נאך 80 יאר פון בויען אידישקייט נאכן קריג שטייט חרדישע אידישקייט אזוי שטארק ווי עס איז געשטאנען פארן קריג. האסט א מושג וואס האט זיך אפגעטון אין פוילן? ישיבות, חצרות'ן, ס'האט געקנאקט בעסער ווי יעצט.
זאת ועוד, נאכן מלחמה זענען רוב פרומע חברה אינגאנצן אפגעפארן.
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:53 am
דורך ארכיטקט
שמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:34 am

דא האסטו א קליפ פון מונקאטש... רח"ל, אלע זענען געקומען פון פרומע שטיבער, די ווינט פון השכלה און ציונות איז געווען משוגע שטארק.
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:43 am
דורך סקעפטיקער
שמן למאור האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 06, 2024 11:17 pm
און נאכן מלחמה איז טאקע רוב כלל ישראל פרום געווארן. היינט איז כמעט נישטא קיין פרייע אידן אויפן וועלט.
די פוינט איז אז די פרומע האבן געמאכט שבת פאר זיך. אזא סארט טיילונג. געב עס צייט און מיר גייען נישט אויסקוקן בעסער ווי פארן קריג
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:05 pm
דורך שפילער
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:43 am
שמן למאור האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 06, 2024 11:17 pm
און נאכן מלחמה איז טאקע רוב כלל ישראל פרום געווארן. היינט איז כמעט נישטא קיין פרייע אידן אויפן וועלט.
די פוינט איז אז די פרומע האבן געמאכט שבת פאר זיך. אזא סארט טיילונג. געב עס צייט און מיר גייען נישט אויסקוקן בעסער ווי פארן קריג
וועט קימען נאכאיינס...
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:11 pm
דורך סקעפטיקער
נאך א מלחמה? איך האף אז נישט. א טיילונג? מעגליך, אבער נישט אויף אזא שטארקע פארנעם. די טיילונג און אונגארן איז אויך געווען מחמת הכרח צוליב די רעגירונג, אין פוילן איז גארנישט געווען
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 5:08 pm
דורך שמן למאור
ארכיטקט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:53 am
שמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:34 am
yesiknow האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:08 am
עס איז דא פרייע אבער די פוינט איז אז די פרומע זענען גאר שטארק און גאר אסאך, עס וואקסט און בליהט למעלה מן המשוער.
אידישקייט איז געגאנגען בארג אראפ ווי אן עוועלאנש מיט גאר א שנעלען טעמפא, כידוע ליודעי היסטוריה
כ'ווייס נישט צו נאך 80 יאר פון בויען אידישקייט נאכן קריג שטייט חרדישע אידישקייט אזוי שטארק ווי עס איז געשטאנען פארן קריג. האסט א מושג וואס האט זיך אפגעטון אין פוילן? ישיבות, חצרות'ן, ס'האט געקנאקט בעסער ווי יעצט.
זאת ועוד, נאכן מלחמה זענען רוב פרומע חברה אינגאנצן אפגעפארן.
דא האסטו א קליפ פון מונקאטש... רח"ל, אלע זענען געקומען פון פרומע שטיבער, די ווינט פון השכלה און ציונות איז געווען משוגע שטארק.
פון וואו ווייסטו אז אלע זענען געקומען פון פרומע שטובער??
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 5:09 pm
דורך שמן למאור
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:43 am
שמן למאור האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 06, 2024 11:17 pm
און נאכן מלחמה איז טאקע רוב כלל ישראל פרום געווארן. היינט איז כמעט נישטא קיין פרייע אידן אויפן וועלט.
די פוינט איז אז די פרומע האבן געמאכט שבת פאר זיך. אזא סארט טיילונג. געב עס צייט און מיר גייען נישט אויסקוקן בעסער ווי פארן קריג
פארן קריג איז אויך אזוי געווען, אין אונגארן זיכער.
Re: רעדן מיט די ווייב???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 5:14 pm
דורך סקעפטיקער
שמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 5:09 pm
פארן קריג איז אויך אזוי געווען, אין אונגארן זיכער.
פאר די קריג איז שוין געווען ערנסטע שפאלטענעס אינעם מויער, די געמישטע חתונות וואס סאטמאר רב האט זיך געשלאגן זענען געווען ביי די ארטאדאקסן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:32 pm
דורך ברוך שפינוזה
לויט ווי איך פארשטיי זענען חתונות געוועהן געמישט מאז היתה ישראל לגוי נאר מיט א 2-3 הונדערט יאר צוריק האבן די רבנים באשלאסן זיך צו שלאגן דערמיט און ביז'ן מלחמה האבן זיי קיינמאל נישט באוויזן עס אינגאנצן אויסצוראטן פונעם פרומען ציבור.
Re:
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:34 pm
דורך סקעפטיקער
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:32 pm