בלאט 2 פון 7

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 1:56 am
דורך היום
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:39 pm איך מיין דער קאסאניער פון לינדן
צוזאמען מיט זיין ברודער, דער פון הילקרעסט, דער שכן פון סקווירא!

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 2:01 am
דורך שפילער
היום האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 1:56 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:39 pm איך מיין דער קאסאניער פון לינדן
צוזאמען מיט זיין ברודער, דער פון הילקרעסט, דער שכן פון סקווירא!
און דער ברידער אין פארשעי

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 2:54 am
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:28 pm
היום האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:25 pm דער בעלזער האט, ווי מען פארציילט, אמאל געזאגט פאר איינעם,

״וואס האט מען דען נישט געשריבן און חוזק געמאכט פון מיר, אבער טיפש האט נאך קיינער נישט געשריבן״.
ווען פילן און טעראפי איז נאך געווען אפגעפרעגט ביי די חסידים האט עס שוין רבי בערל געהאט איינגעפירט אין גרויסן ביי זיי אין בעלזא.
וואו קום איך קיין בעלזא? איך געב דיר (בלי"נ) א מיליאן קאווע שטיבל קוינס אויב דו ברענגסט מיר א פיקטשער ווי איך בין אין בעלזא.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 8:58 am
דורך מילך טראק
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:39 pm איך מיין דער קאסאניער פון לינדן
וועגן זיין שטעטעל האט זיך אויסגעארבט צו ער איז בעצם א חכם?

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 9:33 am
דורך זאקן
נאך א מזל די פרעגסט וועלכע רבי איז א חכם, אזוי האסטו נישט קיין ענטפערס אין די אשכול, ווען די פרעגסט וועלכע רבי איז א נער וואלט שוין געווען מער ווי טויזענט ענטפערס אין די אשכול.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 3:53 pm
דורך לאכעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 2:54 am וואו קום איך קיין בעלזא? איך געב דיר (בלי"נ) א מיליאן קאווע שטיבל קוינס אויב דו ברענגסט מיר א פיקטשער ווי איך בין אין בעלזא.
איך האב געמיינט רבי בערל פון בעלזא
נישט רבי בערל דער בעל עגלה.

אנטשולדיג פאר די אומפארשטענדעניש.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:06 pm
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 3:53 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 2:54 am וואו קום איך קיין בעלזא? איך געב דיר (בלי"נ) א מיליאן קאווע שטיבל קוינס אויב דו ברענגסט מיר א פיקטשער ווי איך בין אין בעלזא.
איך האב געמיינט רבי בערל פון בעלזא
נישט רבי בערל דער בעל עגלה.

אנטשולדיג פאר די אומפארשטענדעניש.
איך וויל נישט זאגן וואס די סאטמאר/נט"ק לאנדאן צייטונג האט געשריבן. ניין נישט דער איד. בשעת די ברענעדיגע מחלוקה (אין יארע תשמ"א) זענען ארויסגעקומען א פאר (קליינע) צייטונגען ענליך צו דעם פנים חלשות פון חיים שאולזאן. זיי האבן זיך פארמאכט נאכדעים וואס די היץ איז א ביסל אראפגעגאנגען

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 5:48 pm
דורך פרייליכע איד
וועלכער חכם אדער נארמאלער מענטש וויל דען זיין א רבי.....?

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 5:51 pm
דורך לאכעדיג
פרייליכע איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 5:48 pm וועלכער חכם אדער נארמאלער מענטש וויל דען זיין א רבי.....?
זייער אסאך נערמאלע און קלוגע מענטשען ווילן זיין א רבי.

וואס טוט מען נישט פאר כבוד און געלט.

די דארפסט זיך נישט לערנען דערפאר און דיינע חסידים וועלן פארטיידיקן אלע דיינע אומרעכטן.

אבער רוב מענטשן זענען נישט באשאנקען געווארן מיט א טאטע וואס ווען ער שטארבט פאלט אים אריין אין די הענט אזא אפציע.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 8:10 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
באבוב 48 + באבוב 45 ביידע געריבענע חברה. א שאד זיי קענען נישט שלום מאכן.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 10:33 pm
דורך רימון
זאבילטוב, בראד, בעלעד, פוזנא.

Re:

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 10:38 pm
דורך שמן למאור
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:10 am דער סטאלינער, הגם ער איז זיך אויך ווערד זיין געלט.
מען רעדט פון חכמים נישט אויבער חכמים.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 10:40 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
לאמיך פרעגן די שאלה אזוי:
מיט וועלכע רבי וואלסטו זיך מתייעץ געווען ווען ער וואלט געווען סתם א באלעבוס?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 11:02 pm
דורך ברוך שפינוזה
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 10:38 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:10 am דער סטאלינער, הגם ער איז זיך אויך ווערד זיין געלט.
מען רעדט פון חכמים נישט אויבער חכמים.
ער איז סיי א חכם און סיי אן אויבערחכם.

אבער די פוינט איז ווי אפאר האבן שוין ארויסגעברענגט, ס'פעלן נישט רבנים און רבי'ס וואס זענען קלוג, כלומר זיי האבן א הויעכע IQ און קענען פירן אן אינטעלעקטואלע שמועס, אבער וואס פעלט געווענליך פון דיזע קלוגע רבי'ס איז שכל, וואוסן וואו איין און וואו אויס, וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט. אדרבה, אסאך מאל ביי די סארטן מענטשן ארבעט עס פארקערט, לפום חורפא שבשתא, ווי גרעסער די גאון אלץ גרעסער די שגעון. די כלל איז אלץ אז עצות נעמט מען נאר פון א מענטש וואס דו ווילסט ווי איהם אויסקוקן, נעם דעם רבי ביי וועם דו ווילסטו זיך שואל זיין און פרעג זיך צו וויל איך אז מיין לעבן זאל אויסקוקן ווי זיינער? איך רעד נישט פון זיין גאלדענע בעקישע און אכט שטאק פארענטשעס ווייל דאס גייסטו סייווי קיינמאל נישט האבן, איך רעד פון זיין שלום בית, רילעישנשיפ מיט זיינע קינדער, פרוביר זיך פארצושטעלן ווי זיין באנק אקאונט וואלט ווען אויסגעקוקט ווען ער איז ווען א פשוט'ער בעלעבאס. איך ווייס נישט צו ס'בלייבט איבער אפילו איין רבי וואס ערפילט אלע קרייטעריע.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:26 am
דורך יין שרף
הג"ר חיד"ו ווייס

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:32 am
דורך סוף טוב הכל טוב
אקיצור די מצב איז צרות...
מיט ראשי יעשיוועס מיין איך איז די מצב היפש בעסער, אבער אויך נישט פערפעקט.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:45 am
דורך הגאון הצדיק
וחי בהם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:36 am נדבורנא ב"ב, פרמישלאן, זוטשקא, ספינקא דונולו
איך קען זיך נישט אנהעלטען פון לאכען

ווער פון זיי איז נארמאל??????????
אז קלוג זאגסטו מיך......


צודרייטע מענטשן

אויף פיר רבי'ס וואלט איך געזאגט אז זיי זענען פקחים און אנשים מחוכמים
די דריי שוואגער'ס ר' בערל פון ירושלים די זון פון בילגערייא רב, מענדל'ע די שוואנץ, און ר' אהרן פון קרית יוא'
טאקע די דריי זענען חכמים להרע
דעם פערטן איז ר' בן ציון באבוב'ער


דאס זאגט אייך איינער וואס קען א גרויסע טייל פון די רבי'ס היינטיגע דור
א חלק אישית'דיג געטראפן מיט זיי און די אנדערע חלק האב איך פאברענגט שעות מיט זייערע נאנטע קרובים - איינקליך / נעפיוס, ברידערס (ליין שונאים) וכדו'

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:51 am
דורך צפת
פון די ויז'ניצע רבי'ס, הייסט עס אז ר' ישראל פון מאנסי איז דער גרעסטער חכם און פראקטישער מענטש.

איך ווייס נישט פארוואס עטליכע דא האבן דערמאנט ר' מענדעלע פון בני-ברק אלס חכם, ער איז דאך פון די גרעסטע טפשים בדורינו. קוק ווי אזוי ער האט זיך אליין אריינגעפירט אין באד. ער וואלט געקענט זיין היינט פון די גרעסטע רבי'ס אינעם דור. זיין טפשות האט אים זעלבסט באגראבן. אויסער דעם איז ער באקאנט פאר אלע וואס קענען אים פערזענליך, און פאר די וואס רעדן זיך דורך מיט אים אין פערזענליכע ענינים, אלס גרויסער נאר.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:02 am
דורך מילך טראק
גרינגער צו מאכן ברענג איך די משנה שבעה דברים בחכם

מאך א טשעק ליסט, וועלעכע רבי קען פעסן די 7 זאכן נאכדעם וועט זיין גרינגער אויסצוועילן

אינו מדבר בפני מי שהוא גדול ממנו בחכמה ובמנין לב,
ואינו נכנס לתוך דברי חבירו,
ואינו נבהל להשיב,
שואל כענין ומשיב כהלכה,
ואומר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
ועל מה שלא שמע, אומר לא שמעתי,
ומודה על האמת

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:35 am
דורך מרדכי מרדכי
צפת האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:51 am פון די ויז'ניצע רבי'ס, הייסט עס אז ר' ישראל פון מאנסי איז דער גרעסטער חכם און פראקטישער מענטש.

איך ווייס נישט פארוואס עטליכע דא האבן דערמאנט ר' מענדעלע פון בני-ברק אלס חכם, ער איז דאך פון די גרעסטע טפשים בדורינו. קוק ווי אזוי ער האט זיך אליין אריינגעפירט אין באד. ער וואלט געקענט זיין היינט פון די גרעסטע רבי'ס אינעם דור. זיין טפשות האט אים זעלבסט באגראבן. אויסער דעם איז ער באקאנט פאר אלע וואס קענען אים פערזענליך, און פאר די וואס רעדן זיך דורך מיט אים אין פערזענליכע ענינים, אלס גרויסער נאר.
קיינער דא האט נישט דערמאנט ר' מענדל אלס א חכם.
עס איז דא גענוג אשכולות ווי מען קען עם אראפרייסן.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:49 am
דורך מילך טראק
מרדכי מרדכי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:35 am
הגאון הצדיק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:45 am [
די דריי שוואגער'ס ר' בערל פון ירושלים די זון פון בילגערייא רב, מענדל'ע די שוואנץ, און ר' אהרן פון קרית יוא'
טאקע די דריי זענען חכמים להרע
דעם פערטן איז ר' בן ציון באבוב'ער

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:33 pm
דורך סבא דבהתא
ווען ר אהרן איז א חכם וואלט ער געווען די מושל בכיפה היינט אין די חסידישע וועלט, נאר צוליב זיינע גרויסע טיפשות איז ער קוים פון האלב סאטמאר

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:40 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
לאו דווקא. א חכם מיינט נישט איינער וואס איז זיך נישט טועה ווען עס קומט זיך צוליב זיינע אייגנע נגיעות.
איך וויל וויסן ווער איז גענוג א גרויסער חכם, אז אפילו ווען ער איז נישט רבי וואלט איינער זיך שואל עצה געווען מיט עיהם.