בלאט 2 פון 5

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 5:42 pm
דורך קלוגע יודל
הג"ר צבי קושלבסקי חובק את בנו בכורו בגיל 87 ב"ה
WhatsApp Image 2024-03-10 at 07.37.06_8c62b670.jpg

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 6:03 pm
דורך berlbalaguleh
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:53 pm איבערלאזן דורות איז זייער א שטארקע געפילישע זאך פאר א מענטש, איך וואלט לכאורה נישט געטוהן אנדערש
יעצט האט א יעדער א שטיקל באגריף איבער דעם נס וואס איז געשעהן צו אברהם אבינו און זיין ווייב שרה. אברהם איז שוין געווען 100 יאר אלט. און שרה 90.

אפילו אין די היינטיגע וועלט פון טעכנאלאגיע איז עס א וואונדער. כל שכן אין די צייטן פון אברהם אבינו.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 6:13 pm
דורך חיי עולם
בערל: עס איז א קאמישע מעשה א איד א בן תשעים וועט מאכן א חלקה ביי ר’ חיים קיניבסקי קבר... אבער זאגן שלא כדרך הטבע איז איבער געטריבן מיט די היינטיגע מעטאדן מיט א אינגע פרוי איז עס דרך הטבע וואס השי’’ת האט אויסגעשטעלט

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 6:26 pm
דורך היום
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 5:38 pm
היום האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:57 pm
היום האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:55 pm
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:45 pm איך גלייב נישט אז זיי האבען געהאט איי ווי עף
וואס הייסט די גלייבסט נישט?
האסט אינסייד אינפארמאישן?
עס מאכט אסאך מער סענטס אז ער מיט זי, האבן ביידע געהאט שוין לאנג אוועקגעלייגט אין פריזער.

די ווייסט אנדערש?
פארוואס זאלן זיי האבן אוועקגעלייגט? ער איז דאך געווען
חתונה געהאט און זי האט דאך שוין קינדער
1) פאר דער וואס ווייסט ווי אזוי דיע זאכן ארבעטן, האט נישט אזוינע קשיות.

2) אין ארץ ישראל ווייל עס איז 100% געדעקט פון די העלט אינשארענס, איז עס אסאך מער איינגעפירט.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:40 pm
דורך סבא דבהתא
אז א מאן קען האבן קונדער אין א הויכע עלטער איז בכלל נישט אזא חידוש די עיקר איז ווי אלט די פרוי איז און דא רעדט מען פון סה”כ 55 יאר. די זעלבע איז געווען ביים אלטיטשקן פון טאהש (כ’געדענק נישט די נאמען) וואס איז אוועק לעצטנס פון די פייער ל”ע.

פאר מיר איז די חידוש אז א 55 יעריגע פרוי האט חתונה געהאט מיט אים, אסאך א גרעסערע נס ווי די עצם האבן דאס קינד...

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:41 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב!! א געוואלדיגע שמחה

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 7:43 pm
דורך סבא דבהתא
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:53 pm איבערלאזן דורות איז זייער א שטארקע געפילישע זאך פאר א מענטש, איך וואלט לכאורה נישט געטוהן אנדערש
געווען פאריגע וואך א שיינע שמועס פון ר’ אליעזר קרויס אויף קולמע איבער די נושא (אינטערעסאנט זיי לאזן עס דארט) כדרכו טרייבט ער ליצנות פון די מענטשן וואס מאכן צענדליגע קינדער אן קיין חשבון פארוואס און פארווען

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 8:17 pm
דורך מילך טראק
סבא דבהתא האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 7:40 pm אז א מאן קען האבן קונדער אין א הויכע עלטער איז בכלל נישט אזא חידוש די עיקר איז ווי אלט די פרוי איז און דא רעדט מען פון סה”כ 55 יאר. די זעלבע איז געווען ביים אלטיטשקן פון טאהש (כ’געדענק נישט די נאמען) וואס איז אוועק לעצטנס פון די פייער ל”ע.

פאר מיר איז די חידוש אז א 55 יעריגע פרוי האט חתונה געהאט מיט אים, אסאך א גרעסערע נס ווי די עצם האבן דאס קינד...
סבא קימט אייביג אריין קלאר

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 8:52 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
היימלינד האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:51 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:36 pm

און צו @היימלינד: דאס קינד דארף נישט קיין עלטערן אויפצו-וואקסן???
אוודאי דארף ער, סאו די האלסט אז און אזא פאל האט דאס נישט געדארפט געבוירען ווערען, איז אפשר פרעגסטו אויף די חרדים וואס האבען מער פון 3 קינדער - איך ווייס אז ס'איז א ריזיגע חילוק אבער מיין פוינט איז אז א איד א מאמין דארף טוען די רצון השם און קיין חשבונות פון וואס עס וועט זיין שפעטער.
אה מיי גאד

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 10:19 pm
דורך צועקים וזועקים
סבא דבהתא האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 7:43 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:53 pm איבערלאזן דורות איז זייער א שטארקע געפילישע זאך פאר א מענטש, איך וואלט לכאורה נישט געטוהן אנדערש
געווען פאריגע וואך א שיינע שמועס פון ר’ אליעזר קרויס אויף קולמע איבער די נושא (אינטערעסאנט זיי לאזן עס דארט) כדרכו טרייבט ער ליצנות פון די מענטשן וואס מאכן צענדליגע קינדער אן קיין חשבון פארוואס און פארווען
ער זאגט אזוי? ביזט זיכער? מאכט נישט קיין סענס.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 10:37 pm
דורך אלע צוזאמען
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:32 pm
זיי מזביר דיין קאשע
די מאס חוצפה קאלטבלוטיגקייט און עקל אין דיין קשיא, אטאקירענדיג איינעם וואס פרובירט זיין גאנצע לעבן צו עררייכן דאס וואס רוב עולם באקומט בחינם, אן זיך איבער ארבייטן, ווייזט צו איינע פון די צוויי, אדער אן הארצלאזער פארשוין, וואס דארף ווייזן אז ער איז אנדערש פון רוב היימישע אידן וואס פרייען זיך מיט די אומשאצבארע שמחה, און ער טראכט פארקערט, אדער א קליינע טינעידזשער בחור וואס פארשטייט נאך נישט וואס א קינד מיינט.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:06 pm
דורך מייערן
איז באמת שייך פאר א 88 יעריגע מענטש צי האבן די כח מוליד זיין?

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:19 pm
דורך פאלגזאם
אנשטאט וואונטשן און זיין פרייליך פאר יענעם, קומט מען דא פרובירן צו ווייזן ווי גרויס אונז זעמיר! אונז זענען נישט נארישע אייוועלט, אונז זענען קיל, און זענען משונה'דיג איבערגעטראכט.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:19 pm
דורך מילך טראק
מייערן האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 11:06 pm איז באמת שייך פאר א 88 יעריגע מענטש צי האבן די כח מוליד זיין?
יא

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:34 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 10:37 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:32 pm
זיי מזביר דיין קאשע
די מאס חוצפה קאלטבלוטיגקייט און עקל אין דיין קשיא, אטאקירענדיג איינעם וואס פרובירט זיין גאנצע לעבן צו עררייכן דאס וואס רוב עולם באקומט בחינם, אן זיך איבער ארבייטן, ווייזט צו איינע פון די צוויי, אדער אן הארצלאזער פארשוין, וואס דארף ווייזן אז ער איז אנדערש פון רוב היימישע אידן וואס פרייען זיך מיט די אומשאצבארע שמחה, און ער טראכט פארקערט, אדער א קליינע טינעידזשער בחור וואס פארשטייט נאך נישט וואס א קינד מיינט.
וואו האסטו מיך געזען אטאקירן?
איך האב געפרעגט נארמאלע שאלות, וואס יעדער איינער וואס איז נאר א שטיקל בר דעת פרעגט און דיסקוסירט.

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:47 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
חברה; בארוהיגטס ענק...!

קיינער האט אין דעם אשכול (דערווייל עכ״פ) געמאכט א קאנקלודזשען אדער גע׳פסק׳נט צו מ׳מעג אדער מ׳דארף אדער גאר מ׳מעג נישט האבן א קינד אין דעם עלטער.
בס״ה רעדט מען דא פון געפילען, פון אימאשענ׳ס.

סאוי, ס׳זייער פשוט.
א חלק ניקים (מענטשן) פאקעסירן אויף דעם בעל שמחה, דער ״מולד״ און דעריבער זעין זיי נאר שמחה וכו׳.
און די אנדערע פאקעסן אויף דעם ״נולד״ און טראכטן און ווינדערן זיך וואסערע סארט תגובות ער גייט שרייבן דא אין ק״ש ווען ער גייט אויפוואקסן :P

וואס גייט זיין, זיין מיינונג אויף למשל, ״נוח לו לאדם שלא נברא וכו׳״? וואס גייט ער שרייבן אינעם ״א צובראכענעם אבל״ אשכול, און אזוי ווייטער...??

אבער, נאכאמאל קיינער האט נישט גערעדט אויף למעשה. און כ׳ווינדער מיך צו די וואס טראכטן נאר פונעם ״מולד״ צו ס׳קומט טאקע פון גרויס בטחון... און אויב יא, דאן קוק איך דאס זייער ארויף.
_ _ _

סתם דזשאסט אין קעיס איינער ווייסט נישט, ס׳זייער וויכטיג פאר א קינד׳ס אימאשענעל דעוועלאפמענט צו האבן א נאנטע אימאשענעל קאנעקשאן מיט עלטערן וואס ער קען רילעטן צו זיי און זיי צו אים, און האבן געדולד צו יעדע סטעפ פון זיין דעוועלאפמענט עלאנג די וועי. אנגעהויבן פונעם באטי, ביזן קדושין רינגל...

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:54 pm
דורך עמרם
גראדע קען זיין ס'איז א טובה פארן קינד אויך
דהיינו, אפשר ווען ער געבוירט ווען, ווען זיין טאטע איז אינגער, און זיין טאטע ציעט אים אויף, אפשר וואלט ער נישט אזוי הנאה געהאט פון זיין טאטענס חינוך,
יעצט אז ער וועט זיך אליינס אויפציען קען ער אליינס מחליט זיין אסאך מער...

נאר א ווערטעל...

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:57 pm
דורך טמיר
אבי מ'זאגט אז ס'איז דא הסתרת פנים!

היינטיגע צייטן, ספעציעל אין דעם הינזיכט, זעהט מען אפענע ניסים גלויים וואס מ'האט אמאל אפשר געזעהן נאר בדמיון ביים שיניעווער רב

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:06 am
דורך סקעפטיקער
סבא דבהתא האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 7:43 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:53 pm איבערלאזן דורות איז זייער א שטארקע געפילישע זאך פאר א מענטש, איך וואלט לכאורה נישט געטוהן אנדערש
געווען פאריגע וואך א שיינע שמועס פון ר’ אליעזר קרויס אויף קולמע איבער די נושא (אינטערעסאנט זיי לאזן עס דארט) כדרכו טרייבט ער ליצנות פון די מענטשן וואס מאכן צענדליגע קינדער אן קיין חשבון פארוואס און פארווען
ווער רעדט פון קינדער אין די וועלט אריין? מ'רעדט פון איין איינציג קינד. און איבערלאזן א זכר איז א וויכטיגע זאך פאר רוב מענטשן (אפגעזעהן אויב מ'קען עס שכל'דיג מסביר זיין)

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:42 am
דורך גליקלעך
Fertility specialist

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:49 am
דורך אלע צוזאמען
גליקלעך האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:42 am Fertility specialist
זאג פאר די עקספערט, אז ביינאונז אידן טאר מען נישט ניצן דאנאר אייער.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:51 am
דורך לאכעדיג
ס'איז דא קינדער וואס ליידן פון די עלטערן עמאשענאל אפילו זיי זענען נישט געבוירן אויף די עלטער דעריבער זעה איך נישט פארוואס מען רעדט דערפון יעצט.

א יתום האט מיר אמאל געזאגט אז זיין טאטע איז געווען אזא אכזר אז ווען ער איז געשטארבן האט ער זיך פשוט געפרייט.

די סוגיא פון והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם איז דורכגעווייקט מיט טרערן.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:53 am
דורך אלע צוזאמען
לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:51 am ס'איז דא קינדער וואס ליידן פון די עלטערן עמאשענאל אפילו זיי זענען נישט געבוירן אויף די עלטער דעריבער זעה איך נישט פארוואס מען רעדט דערפון יעצט.

א יתום האט מיר אמאל געזאגט אז זיין טאטע איז געווען אזא אכזר אז ווען ער איז געשטארבן האט ער זיך פשוט געפרייט.

די סוגיא פון והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם איז דורכגעווייקט מיט טרערן.
דאס רירט אן (אזוי מיט די שפיץ פינגער) די דעבאטע צו מ’מעג הארגענען היטלער ימ’’ש אלס בעבי.