בלאט 1 פון 1

גאר מאדנע שריט גענומען כדי צו לייגן דריק צו געבן א גט

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2024 10:53 am
דורך סיסטעם
איך האב יעצט געזען א אינטערעסאנטע נייעס פון ישראל היום:

שביתה מפתיעה: 800 נשים חרדיות בניו יורק החליטו להימנע מיחסי אישות עם בעליהן בימי שישי בערב כי להגביר את הלחץ על רבנים לסייע לאישה מסורבת גט.
אין אידיש מיינט עס אז 800 פרויען סטראשענען נישט צו מקיים זיין די מצוה שבת ביינאכט, כדי צו לייגן פרעשור אויף די רבנים צו העלפן א פרוי באקומען א גט.

איז קודם וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט מער פרטים, און צי עס האט א שייכות מיט די פלעטבוש מיידל?
און וואס פאר א מין סטראשע איז דאס, און ווער ווערט געסטראשעט פון דעם?
און לדעתי, אויב ווילן זיי נישט מקיים זיין די מצוה איז וואס האט עס מיט א גט, און אויב יא סטראשענען זיי זיך אליין.