בלאט 2 פון 2

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 4:02 pm
דורך טמיר
יא, ס'מוז זיין אז ס'איז געשען ווייל מ'דאווענט דארט צי שפעט.
און אין סטאלין? ווייל מ'דאווענט צי פרי
איי פאפא? צי פונקליך און יעקיש.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 4:04 pm
דורך טמיר
און אין סטעדיום איז עס געשען ווייל די זינגערין גייט מיט אן אויסגעשניטענע האלז. אפס, ס'איז דאך נישט געשען דארט! אה, ווייל מ'דאווענט "נישט" שפעט.

בערל, קאפ די קרעפ. ס'ארבעט נישט און ס'האט קיינמאל נישט געארבעט

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 4:28 pm
דורך [NAMELESS]
אביסעל דרך ארץ פאר רבי בערל ביטע
דברי חכמים בנחת, נשמעים

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 4:38 pm
דורך berlbalaguleh
טמיר האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:02 pm יא, ס'מוז זיין אז ס'איז געשען ווייל מ'דאווענט דארט צי שפעט.
און אין סטאלין? ווייל מ'דאווענט צי פרי
איי פאפא? צי פונקליך און יעקיש.
קיינער זאגט נישט פארוואס דאס איז געשעהן. אזוי ווי ביי אלע אנדערע נישט געווינטשענע ערשיינונגען. מ'מוז עס מקבל זיין באהבה. אן חקר'נען ווער ס'איז שולדיג.

מיין טענה איז נאר געווען צום רבי'ן שליט"א אז ער קריטיקירט אנדערע אידן פאר יא פיהרן א טיש אום הוש"ר. ער מוז נישט. נאר ער זאל נישט דזשאדזשן אנדערע. במחכתוצ"ה.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 4:42 pm
דורך berlbalaguleh
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:28 pm אביסעל דרך ארץ פאר רבי בערל ביטע
דברי חכמים בנחת, נשמעים
מנשסטר: יישר כח פאר זיך אננעמען פאר מיין "כבוד". נאר איך שמייכל נאכאלץ.

איך האף אז די סייד עפעקטס פון נאך פורים האבן שוין (ב"ה) אויסגעוועפט. מ'דארף האבן פרישע כוחות צו די ארבע כוסות.

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 4:52 pm
דורך berlbalaguleh
טמיר האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:04 pm און אין סטעדיום איז עס געשען ווייל די זינגערין גייט מיט אן אויסגעשניטענע האלז. אפס, ס'איז דאך נישט געשען דארט! אה, ווייל מ'דאווענט "נישט" שפעט.

בערל, קאפ די קרעפ. ס'ארבעט נישט און ס'האט קיינמאל נישט געארבעט
טמיר: דו האסט נישט געכאפט מיין נקודה. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז דאס איז געשעהן ווייל מ'דאוונט דארט (אין אמשינוב) שפעט. ס'איז נישט מיין געשעפט. איך בין נישט דעם אייבישטנ'ס פאליסמאן. ער קען זיך (ב"ה) באשטיין זיין שטעטל גאנץ גוט אן מיר. ביטע ליין איבער מיין אריגינאלע תגובה. וועסטו זעהן וואס איך מיין.

אויב דו האסט נאכאלץ שאלות אדער קשיות קענסטו מיר ריפן אויף דעים
נאמבער: 1-700-840-0*45

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 5:54 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
נאך א שמויגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:18 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 3:40 pm איך פיהר נישט קיין הימלישע חשבונות. אונז דארפן מיר מתפלל זיי אז קיין שום איד זאל (ח"ו) נישט ליידן פון קיין שום צער ונזק.

נאר ס'געט חומר למחשבה. אז א איד וואס האט מאדנע מנהגים. אזוי ווי למשל דאווענען 4 אזייגער נאכמיטאג שחרית מיט 3 טעג שפעטער. און מעריב פון אייערנעכטן ביים עלות. און די וועלט האלט איהם פאר א הייליגן איד צוליעב דעים. דער זעלבער איד זאל זיך ערלויבן מקטרג צו זיין אויף אנדערע אידן וואס פיהרן זיך לויט אן אנגענימענעם מנהג ישראל. אזוי ווי פיהרן א טיש אום הו"ר. ווייל פאר איהם געפעלט דאס נישט. נו, ער האט א ברירה נישט צו פיהרן א טיש. אויך ווען זאל ער פיהרן דעם הו"ר טיש? אום שמו"ע אדער שמחת תורה. מסתמא טאנצט ער אויך הקפות אום אסרו חג. אזא איד וואלט געדארפט צו פארשטיין אז די וועלט טאלערירט זיינע מאדנע אויפפיהרעכצער זאל זיך אליינס באטראכטן. ואיתו הסליחה. וכבוד מעלת קדושתו במקומה עומדת.

ניין: איך בין נישט קיין אמשינוב'ער חסיד.
שקר וכזב. מיט יארען צוריק האבען גרויסע אידן געהאט טענות אויף אים. מטעם בד״ץ העדה החרדית איז אראפגעגאנגען קוקען אויף זיין עבודה הרה״ג ר׳ מאיר בראנדסדארפער. ער איז ארויס מלא התפעלות און איז געווארען א שטיקל חסיד פון אים. נישט צוליב דעם נאר טראץ דעם.

בכלל, ער זוכט נישט צו פארשפעטען גארנישט, נאר ער קען נישט דאווענען מנחה פאר ער ענדיגט שחרית.
אז "מטעם בד״ץ העדה החרדית" איז דא א סטעמפל דערויף איז שוין גוט?

Re: א באריכט פארנצעס געפאלן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
יום טוב ליפמאן צונז: ס'האט קיינער נישט געזאגט אז ס'איז גוט אדער שלעכט. ס'איז מאדנע. נישט געוויינליך.

א שיין פנים וואלטן מיר געהאט ווען די גאנצע וועלט זאל זיך אזוי פיהרן.

מ'וואלט פורים געגעסן מצות און פסח געבלאזן שופר. און סוכות געצינדן חנוכה לעכט. און חנוכה געשאקלט לולב. און תשעה באב געטאנצט הקפות. און אחרון של פסח געטינקען עפל מיט האניג. אהה. און שבועות וואלט מען געפאסט 2 טעג רצופים. וועגן יו"ט שני של גליות.