פרישע אידישע פלעי פראדוקשען: עקיבא
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 7:03 pm
אצינד קומט אריין די נייעס איבער א פרישע רינגעלע אין דעם קייט פון היימישע אידישע אונטערהאלטונג, דאסמאל אין פארעם פון א גראנדיעזע חול המועד פארשטעלונג מיט'ן נאמען "עקיבא" צוזאמגעשטעלט דורך 'מענדל וואגשאהל', און אנטשפרעכט צו זיין א דראמאטישע פארשטעלונג דורך ערפארענע קאריערע אקטיארן א שטייגער ווי ארי' אבראמאוויטש, חיים ברוין, איצי ציג, און נאך
עס וועלן פארקומען 4 שפילן דעם קומענ'דיגן חול המועד פסח תשפ"ד: 2 שפילן אום דאנערשטאג, 1 פרייטאג, איין זונטאג.
די ביליגסטע טיקעט פארקויפט זיך פאר א נישטיגע $95 (!), ארויף ביז $200
עס וועלן פארקומען 4 שפילן דעם קומענ'דיגן חול המועד פסח תשפ"ד: 2 שפילן אום דאנערשטאג, 1 פרייטאג, איין זונטאג.
די ביליגסטע טיקעט פארקויפט זיך פאר א נישטיגע $95 (!), ארויף ביז $200