בלאט 2 פון 3
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:55 pm
דורך דיכטער
מייסטערווערק - סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה
ווען מייסטער און ווערק קומען זיך צוזאמען אין פארמירן א געגנשטאנד, ביינאזאם, פון וועלכע דער ביישויער קען זיך נישט גענוג זעטיגן.
מייסטער איז סינאנים מיט קונסט. קונסט, אין קעגנזאץ צו ווערק, איז ווען עס איז די נשמה וועלכע איז דער וואס איז אקטיוו און דער פיזישע טייל פון דער זעל לאזט דער נשמה ארבעטן און העלפט איר בלויז צו. דאגעגן ווערק וועלכע באדייט ארבעט, באציט זיך צו דאס וואס עס ווערט געמאכט אויפן עולם העשייה, אינעם נידעריגסטן טייל פונעם באשאף. דא אויף דער הארטע, קאלטע ערד וואו מען ארבעט שווער מיט דער פיזישע קערפער און די נשמה איז בלויז דא צוהילף.
וואס איז אבער ווען דער גוף און די נשמה ארבעטן האנט ביי האנט, אקסל ביי אקסל, מיט א געמיינזאמע ווילן און פאראייניגטע ציל? דער רעזולטאט פון אזא צוזאמען-ארבעט ווערט אנגערופן א ״מייסטערווערק״
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:02 pm
דורך נעקסט לעוועל
וואו, כה לחי!
נאכנישט געהאט א טשענס צו דורך ליינען, אבער פון אן אויבערפלעליכן בליק קוקט עס אויס פענאמעל.
קיפ איט אפ!
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:02 pm
דורך טעלעגראם
WOW
זעהט אויס צי זיין גאר אינטערעסאנט,
ממש א מייסטערווערק
סתם אינטרעסאנט צו וויסן, צו ווען ס'גייט ארויסקומען נאך ארטיקלן, גייט עס זיין איינס אויף א מאל, אדער גייט אייביג זיין עטליכע אויף אמאל אזוי ווי יעצט?
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:49 am
דורך מייסטערווערק
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:50 pm
moody האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:16 pm
Screenshot 2024-04-18 190925.png
די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק
די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
me too!
געווען אפען פאר אפאר שעה - זיך דאן אפגעשפארט.
איך האף מ'קען זיי בעטן מעניועלי.
אלטערנאטיווע לינק פאר די מיט פילטערס:
https://main--lovely-chaja-509cd5.netlify.app/
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:54 am
דורך מייסטערווערק
היום האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:02 pm
מייסטערווערק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:53 pm
היום האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:31 pm
געוואלדיג!
יהו״ר שתשרה ברכה במעשה ידיכם!
שאלה, גייט זיין א מעגליכקייט צו ארויסדריקן אדער דאונלאודן ארטיקלעך?
די צייט וואס איך האב צו קענען ליינען רואיג איז בעיקר שבת ויו״ט אדער פארן איינשלאפן (ווען איך פראביר נישט צו ליינען מיט א סקרין…)
זיכער! יעדע ארטיקל האט א ״דרוק״ קנעפל ארויסצודרוקן א פרינט-פריינטליכער ווערסיע.
איך זעה, גיוואלדיג, פיין!
איז עס אוקי מיט מערכת מייסטערווערג אויב א pdf פון די ארטיקלעך ווערן דא ארויף געלייגט אדער פארשפרייט אויף אנדערע אויפנים?
אויך, ווי איך זעה איז נישט דא קיין דאונלאוד אפציע, איז עס בכוונה?
(עס איז מיר דערווייל שווער צו פרינטען צו pdf)
ליינט און פארשפרייט באיזה אופן שהוא!
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:45 am
דורך moody
שמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:19 pm
moody האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:16 pm
Screenshot 2024-04-18 190925.png
די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק
די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
קאווע שטיבל לאזן זיי דיר יא דורך אבער דאס נישט?
יא, כ'אב כמעט קיינמאל נישט קיין פארלעם מיט עקססעס'ן קאנטראוועסיאלע וועבסייטס, אפי' ווען א ריקוועסט ווערט יא אפגעווארפען, שרייבן זיי אינעם אימעל אז אויב איך שפיר אז איך וויל עס דאך אפען קען זיי קאנטאקטן, אבער דאס האבען זיי ניטאמאל געגבען אזא אפציע. ווי ס'שיינט הערשט א גאר שווערע קטרוג אויף דעם וועבזייטל רחמנא יצלנו.
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 3:51 am
דורך טאמבל סאס
moody האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:16 pm
Screenshot 2024-04-18 190925.png
די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק
די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
ס'איז מסתמא א די ען עס בלאק, ווי
@פאליטיקאנט האט שוין אמאל מרמז געווען. איך גלייב נישט אז זיי וועלן בלאקן 200,000 וועבסייטס (לכה"פ) אויף אמאזאן'ס סערווערס - אזאך וואס זיי וואלטן געמוזט טוהן כדי גענצליך צו בלאקן ממייסטערווערק'ס וועבסייט.
זעה אויב דיע לינקס אפלייען צו דיר אדער דיין דעווייס? אנדרויד אדער אייפאון:
https://www.androidpolice.com/use-prefe ... -tutorial/
https://appleinsider.com/articles/18/04 ... e-and-ipad
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 4:17 pm
דורך ביבער
לתועלת הרבים צו סעיוון צייט ערב יו"ט, דא איז א פייל מיט אלע ביז יעצטיגע מעשה חושב'ס.
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 5:00 pm
דורך תרמב
ביז וואס ווען ווי, איך האב געוואלט ארויספרינטן א פי די עף, האב איך שוין אפגעלייענט די גאנצע...
הערליכע ארטיקלען, הערליכע פאעזיע'ס און פעליטאנען.
הגם איך האב נישט געקענט געהעריג ענטפערן די שאלות וועגן מיילעך שיעס בר מצווה... ווארט מיר מיט שפאנונג אויפן והשיב פון שביעי של פסח...
איזי פאזען'ס ארטיקל האט זיך געשפירט אביסל צו קורץ, ער זאל נעקסט טיים מער מאריך זיין.
די איבריגע קאמענטארן וועל איך לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2024 5:07 pm
דורך גארטל
וואוו! א ריכטיגע דורכברוך! זייער א שיינע ארבעט!
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 4:43 am
דורך טאמבל סאס
הערליך, הערליך! כ'האב ב"ה אלעס אדורכגעלייענט און ספעציעל הנאה געהאט פון בב"ד'ס און י.ג. אדער
@מי אני'ס ארטיקלען. כאטש כהאב אפאר זאכן (די ארומגערינגלטע) נישט אזוי גוט פארשטאנען. און צו נאכקוקן בין איך פויל אביסל
(די) סייקעדעליקס איז גוט נאר כ'בין נאכנישט איבערצייגט דאס איז טאקע א סימן מ'וויל זיך העלפן. אבער אונטערגעהאלטן האב איך מיך שטארק! שקויעך
@יידל!
איזי'ס פיעס איז אייזן נאר די איקוועיזשאנס וואלטן געמעגט אביסל ברייטער מבואר ווערן.
די פעליטאן איז גאר גאר גוט נאר לפעמים איז שווער פאר מיך צו כאפן די קשר.
@תוהו ובוהו אידאך ריין טאלענט. די עיקר זאך. נהנתי מאוד.
בומבאך איז גוטע נייעס! (אוי איז דאס א נאמען, 'בומבאך'
) און לאבין איז א פיין שרייבערל.
יונה מצאה'ס, יואלי לעבאו'ס סטייל, איז נישקשה (עה, גאר גוט!) אבער ס'פארמאגט פיהלע אינסייד דזשאוקס ווי מ'זאגט. וואס איך בין מער נישט אזא מבין אויף.
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 11:11 am
דורך פון אונזערע
הערליכע דזאב!!
פאר מיר ספעשילי די אינטערוויא מיט הרב מנחם בומבך שוין אזויפיל געהערט פון אים\ איבער אים ענדליך קלאר געווארן וואס די אמת איז! אילו לא באתו אלא בשביל כך דיינו!
שכח שכח אונז ווארט מיר פאר נאך!
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:56 am
דורך ארכיטקט
הערליך! א ייש"כ לכל העורכים.
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 8:28 am
דורך מרדכי מרדכי
ארויסגעפרינט און אי"ה ליינען אין יו"ט.
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 1:27 am
דורך כרם זית
תַּנָּא דֻּבִּי כֶּרֶם. אֲנָשִׁים בְּמַאי מְשַׂמְּחָן? במייסטעֶרוועֶרק חָדָשׁ ובגלעזל מִי סדה.
אן אמת'ע עונג יום טוב געווען. יישר כח פאר די אלע וועלכע האבן אריינגעלייגט כוחות, אזא מייסטערווערק קומט זיכער נישט פון ארבל ארויס.
*
עס איז מיר געווען א באזינדער'ע פארגעניגען צו זען אינגערלייט אין בית המדרש מיט א מייסטערווערק הונטערן ארעם (יא, איך בין געווען דער אורח, נעקסט טיים מאך איי קאנטעק און פטור אן עסק...). עס איז געשמאק צו זען אז מענטשן פילן אז 'מייסטערווערק' האט א מקום אין אונזער געזעלשאפט אפנערהייט, אזוי וועט עס בע''ה האבן א השפעה לטובה. לאמיר האפן.
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:51 am
דורך טאמבל סאס
באמת אמרו אז אויב מייסטערווערק, פליישיג און 'היסטאריעס און געשעענישן' וואלטן זיך צוזאמענגעשטעלט וואלט געווען א געוואלדיגע אחדות העלמות. בריאה, עשיה, יצירה. אוואו יעדער קורא קען זיך געפינען וואס ער האט ליב.
פארשטייט זיך אזוי לאנג וואס שרייבער, אפי' אויב זיי נוצן נישט זייער עכטע נאמען, נוצן זיי אבער זייער פען-נאמען קאנסיסטענטלי. ד.ה. אייביג, העכער סייוואס זיי שרייבן - אלעמאל די זעלבע נאמען. אנישט ווערט א צעמישעניש. מענטשן האבן נישט ליב אנצופאנגען א צען בלעטעריגע משא נאר אויסצוגעפינען האלבוועגס אינדערמיטן אז ס'איז נישט פאר זייער לייקינג. מ'וויל קענען וויסן ביים נאמען אויב ס'פאלגט נאך דער פערזענליכער טעיסט.
אוודאי איז בעסער ווען אלע נוצן עכטע נעמען אבער מסתמא איז נאך צו פריה דערפאר. אבער אויב אטייל כאטש נוצן שטענדיג די עכטע נאמען, ספעציעל דער הויפט עדיטער, האט עס אנאנדער פנים. בכלל, נוצן אן עכטער נאמען גיבט א געוואלדיגער אויטאריטעט, מאכט דעם שרייבער זיין מער פאראנטווארטליך אויף וואס ער זאגט און גיבט דעם לייענער אן עכטער מענטש צו וועמען ער קען פרובן צו ריליעטן.
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 3:06 pm
דורך נעקסט לעוועל
יעצט באמערקט אז סאיז ארויסגעקומען נאך סחורה פאר צווייטע טעג, איך לייג ארויף א גוגל דרייוו לינק להנאת הציבור
מייסטערווערק = מעסטערפיעס!
וואו
מייסטערווערק ערב צווייטע טעג
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 12:37 am
דורך נפה
מייסטערווערק האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 19, 2024 12:49 am
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:50 pm
moody האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:16 pm
Screenshot 2024-04-18 190925.png
די ענאםל0 זרדשקפער פון טעקלאק פאר א ריקוועסט צו עפענען מייסערווערק
די וועבסייט איז אויף די שווארצע ליסטע.
וואס טוט מען?
me too!
געווען אפען פאר אפאר שעה - זיך דאן אפגעשפארט.
איך האף מ'קען זיי בעטן מעניועלי.
אלטערנאטיווע לינק פאר די מיט פילטערס:
https://main--lovely-chaja-509cd5.netlify.app/
אפשר קען מען צושטעלן אזא לינק פאר קאווע שטיבל? איך האב איין קאמפיוטער מיט א פילטער (ביי די ארבעט) און פון דארט קען איך נישט עפענען קאווע שטיבל, איך שרייב נאר פון מיינע מאביל דיווייסעס אדער פון מיין לעפטאפ.
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 3:22 am
דורך היום
נעקסט לעוועל האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 26, 2024 3:06 pm
יעצט באמערקט אז סאיז ארויסגעקומען נאך סחורה פאר צווייטע טעג, איך לייג ארויף א גוגל דרייוו לינק להנאת הציבור
מייסטערווערק = מעסטערפיעס!
וואו
מייסטערווערק ערב צווייטע טעג
יישר כח
הנאה געהאט פון דעם לינק!
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 9:25 am
דורך געטרייע טאטע
What a surprise!!!! ממש אין מילים!
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 10:16 am
דורך אסטיון
יישר כח ממש א עונג יום טוב
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 10:39 am
דורך כספי
א מייסטערווערק פשוטו כמשמעו!
בעיקר האב איך הנאה געהאט פון די ארטיקל איבער עוואלושן, און די ארטיקל פון יידל איבער סייקעדעליקס
א גרויסן יישר כח! כה לחי! הצלחה רבה.
Re: מייסטערווערק! א מתנה פאר פסח תשפ"ד
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 3:39 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
הערליך זייער שיין טענקסט