בלאט 2 פון 2

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:47 am
דורך צוויי
יאנקל בעל העגלה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:06 pm
מייסטערווערק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:56 pm דער אשכול איז געווידמעט פאר קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף הגאון חיד״ו און עוואלוציע
די ארטיקל האט מיר שטארק מחזק געווען, איך מוטשע מיר מיט קשיות אין אמונה ( ווי רוב דא 😏) אין דאס איז די ערשטע מאל וואס איך שפיר אז איינער ענטפערט צום זאך
אסאך דא מוטשענען זיך טאקע נאך פון פארן אנקומען דא, און אסאך האבן זיך דא אנגעהויבן מוטשענען...

איך וואונטש דיך זאלסט האבן הצלחה בעיקר אין ישוב הדעת און קלארקייט אין אמונה ודעת, ארויסצוגיין פון די אייגענע גלות מצרים וגלות הדעת
אכי"ר

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:47 pm
דורך סקעפטיקער
אלפא האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:30 pm זע איך יעצט אז טאקער קארלסאן איז אויך דוגל מיט דעם שיטה אז עוואלוציע איז אן אומבאגרינדעטע טעאריע און נישט קיין פאקט, (אינטרעסאנט וויאזוי זיין אלטערנאטיוו איז יא?!)

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:12 pm
דורך ר' גרשון
סתם אן איטערעסאנטע קרישקעלע, אינעם ארטיקל דער מאנט ער דעם פסוק אין ישעיה יד, כט, וואס שטייט דארט וועגן דעם שרף מעופף און ער וויל דאס צושטעלען צו דעם דרעגאן, בעצם אין ישעיה אביסל שפעטער פרק ל, ו, ווערט דאס ווידעראמאל דערמאנט און דארט זאגט רש"י בפי' "וזורק להב מפיו"..

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 12:21 am
דורך נפה
אין די ארטיקל דערמאנט הרב באב''ד ר' אביגדור מיללער אז ער האט נישט געהאלטן אז דיינעסאורס דארפן א הסבר
הרב מילער האט בכלל נישט געזען אז דינאזארן זאלן זיין א פּראבלעם פאר אידישקייט. ער פרעגט (“לאן”, זייט יח), פארוואס דארפן דינאזארן א הסבר מער ווי אנדערע בעלי-חיים וועלכע זענען פארטיליגט געווארן? ווייזט אויס אז ער האט געהאלטן אז די דינאזארן האבן געלעבט צוזאמען מיט מענטשן, און זענען ביי איין פונקט פארטיליגט געווארן. אין “לאן” איז ער נישט מסביר פארוואס און וויאזוי זיי זענען פארטיליגט געווארן.
איך געדענק אז אין זיינע תולדות שרייבן זיי אז מען האט אים געפרעגט (דאכט זיך אין אקספאורד) איבער "ארכעלאגישע געפינסן" וואס ווייזן אויף אז דער וועלט איז עלטער פון 6,000 יאר און ער האט זיי גענטפערט אז די פארשער פעלשען די זאכן...

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 3:59 am
דורך נפה
נפה האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:21 am אין די ארטיקל דערמאנט הרב באב''ד ר' אביגדור מיללער אז ער האט נישט געהאלטן אז דיינעסאורס דארפן א הסבר
הרב מילער האט בכלל נישט געזען אז דינאזארן זאלן זיין א פּראבלעם פאר אידישקייט. ער פרעגט (“לאן”, זייט יח), פארוואס דארפן דינאזארן א הסבר מער ווי אנדערע בעלי-חיים וועלכע זענען פארטיליגט געווארן? ווייזט אויס אז ער האט געהאלטן אז די דינאזארן האבן געלעבט צוזאמען מיט מענטשן, און זענען ביי איין פונקט פארטיליגט געווארן. אין “לאן” איז ער נישט מסביר פארוואס און וויאזוי זיי זענען פארטיליגט געווארן.
איך געדענק אז אין זיינע תולדות שרייבן זיי אז מען האט אים געפרעגט (דאכט זיך אין אקספאורד) איבער "ארכעלאגישע געפינסן" וואס ווייזן אויף אז דער וועלט איז עלטער פון 6,000 יאר און ער האט זיי גענטפערט אז די פארשער פעלשען די זאכן...
שוין טעות לעולם חוזר די מעשה איז געדריקט אויף ר' מיכאל בער ווייסמאנדל אין איש חמודות חלק ב'

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 11:47 am
דורך כספי
אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן אינעם אנדערן אשכול, האב איך זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, א גרויסן ייש"כ @הרב באב"ד, און פארשטייט זיך פאר די אכסניא של תורה 'מייסטערווערק'. ס'איז געווען זייער גוט און שיין אויסגעשמועסט און צאמגענומען, כ'בין נאר נייגעריג צו דאס וואס איר ברענגט פון אורות הקודש איז אויך פון הרב ווייס, אדער דאס איז שוין אייערע הוספות (ווי כ'שטעל מיך פאר), אויב ס'איז פון אייערע הוספות וואלט געווען גוט ווען מ'שרייבט קלאר אז דאס איז נישט פונעם רב.

בעצם הנושא פונעם ארטיקל: איז קלאר ווי די טאג אז די אלע תירוצים זענען נאר נאך וואס איינער איז איבערצייגט אין די אמת און די קדושה פונעם תורה, און ער האט א פראבלעם מיט די דיינעסארס וכדו', קענען די תירוצים עם העלפן ס'זאל עם נישט מוטשען. אבער איינער וואס איז נאכנישט זיכער בכלל איבער די אמת פון די תורה, און די דיינעסארס איז א חלק פון זיינע ראיות אויף נישט, זענען די תירוצים נישט קיין סאך ווערט.

לגבי די עצם תירוצים איז לענ"ד די שטערקסטע תירוץ, די צווייטע תירוץ פון בצביונם ובקומתם נבראו, כאטשיג לעיקוואד פרעגט שוין ערגעץ דא אין שטיבל אויב אזוי אפשר האט דער באשעפער באשאפן די וועלט א מינוט צוריק, און אריינגעלייגט אין די גאנצע וועלט א סדר אין מח כאילו מ'לעבט שוין דא כך וכך יארן... אבער די אמת איז, לאמיר זאגן אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט א מינוט צוריק, וואס'א חילוק, למעשה וויל ער פון אונז אז אונז זאלן טון זיין רצון, און מ'דארף זיך דערגרינטעווען וואס איז זיין רצון, און וואס מאכט די מערסטע סענס אז דאס איז זיין רצון, איז אויב די אידישע גלויבונג זעט אויס די מערסטע סענסעבל אז דאס האט די אייבירשטער געוואלט דארף מען דאס פאלגן. אבער די תירוץ העלפט נישט לכאו' לגבי די דיינעסארס, אויסער אויב מ'וועט זאגן (אזוי ווי ס'איז דא מאנכע וואס ווילן זאגן) אז דער באשעפער האט עס דארט געלייגט כדי אונז צו אריינלייגן אין א נסיון, וואס דאס איז אביסל שווערליך צו זאגן, כאטשיג ווען ס'קומט צו ג-ט קען מען נישט זאגן שווערליך אדער נישט, אבער לעיקוואד פרעגט שוין, אויב אזוי אפשר האט דער באשעפער איינגעפלאנצט די תנ"ך כדי אונז אריינצולייגן אין א נסיון... איז לגבי די דיינעסארס מיינעך איז די בעסטע תירוץ די תירוץ פונעם מבול.

פארשטייט זיך אז די אנדערע נקודות ווי מ'קען נישט פארשטיין יש מאין, אדער פון א קשיא שטארבט מען נישט איז אויך זייער גוט.

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 3:28 pm
דורך צוויי
די אמת איז 'המחדש בכל יום טובו מעשה בראשית, ממילא האט טאקע השי"ת באשאפן די וועלט א מינוט צוריק, און אויך דעי מינוט נאכאמאל, און געמאכט אויסקוקן ווי ס'לויפט שוין יארן...

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 4:57 pm
דורך סקעפטיקער
צוויי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 3:28 pm די אמת איז 'המחדש בכל יום טובו מעשה בראשית, ממילא האט טאקע השי"ת באשאפן די וועלט א מינוט צוריק, און אויך דעי מינוט נאכאמאל, און געמאכט אויסקוקן ווי ס'לויפט שוין יארן...
אפשר האט ער נאר באשאפן די מינוט און מאכט דיך מיינען אז ער באשאפט עס יעדע מינוט נאכאמאל?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 5:08 pm
דורך מי אני
די אשכול טוהט דורך אַן ענליכן געדאנק פון א קוואנטום פיזיקס פּערספּעקטיוו. ווי אויך קען מען זאגן אז עס קומט אויך אויס אז צו זאגן אז אונז זענען (אין די מינוט וואס מ׳קלערט אריין דערין) בּאָלטצמאן מוחות, איז גאר א טעאלאגישע פאזיציע…

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 5:52 pm
דורך Yesh
איך האב געליינט די ארטיקל, עס איז זייער שיין באשרובן א רייכ שפראך איך האב זייער הנאה געהאט!!

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 11:05 pm
דורך צוויי
סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 4:57 pm
צוויי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 3:28 pm די אמת איז 'המחדש בכל יום טובו מעשה בראשית, ממילא האט טאקע השי"ת באשאפן די וועלט א מינוט צוריק, און אויך דעי מינוט נאכאמאל, און געמאכט אויסקוקן ווי ס'לויפט שוין יארן...
אפשר האט ער נאר באשאפן די מינוט און מאכט דיך מיינען אז ער באשאפט עס יעדע מינוט נאכאמאל?
מילא אז איך קודם זאגן סייענס אז די וועלט ווערט כסדר באנייט, ביסטו גערעכט.
איך קודם זאגן דאס וואס מ'זאגט יעדן טאג ביים דאווענען "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית", דאס האט קיין פשט אפצופרעגן...

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 11:42 pm
דורך הכנה דרבה
כספי האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 11:47 amכאטשיג לעיקוואד פרעגט שוין... אבער לעיקוואד פרעגט שוין...
אז דו קויפסט אזוי שיין אפ לעיקוואוד'ס קשיות פארוואס קויפסטו נישט אויך אפ זיין תירוץ?

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 11:54 pm
דורך שעפטאל
הרב באב"ד: האסט מיך נעכטן נאכט אויפגעהאלטן אויף מייסטערווערק ביז גאר שפעהט.
ב"ה גענדיגט דיין הערליכן ארטיקל!
כ'קען קוים ווארטן אויף די קומעדיגע!

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2024 10:17 pm
דורך יאסל ראקאווער
פנחס גלויבער פארציילט וועגן זיין שמועסן אויף עוואלוציע אויף קול מבשר ליין. ער פארציילט נישט אז מ'האט עס אראפגענומען פון דארט.

Re: הגאון חיד״ו און עוואלוציע (מייסטערווערק)

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2024 11:22 pm
דורך סקעפטיקער
יאסל ראקאווער האט געשריבן: מוצ"ש מאי 11, 2024 10:17 pm פנחס גלויבער פארציילט וועגן זיין שמועסן אויף עוואלוציע אויף קול מבשר ליין. ער פארציילט נישט אז מ'האט עס אראפגענומען פון דארט.
ער שרייבט אז ער האט גערעדט דארט דערפון? איך האב פארשטאנען אז דאס איז א שאלה וואס מענטשן שיקן כסדר אריין