בלאט 2 פון 2
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 9:40 pm
דורך מילך טראק
ר בערל איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט,
אבער פארשטיי אויך אז הרה"ק מסקווירא דארף זיך אויך פארטיידיגן אין זיין סקווירא שטעטל, פוטין דארף זיך פארטיידיגן פאר זיין בארעכטיגטע פאזיציע אין רוסלאנד, און קים יאנג אן אין נארט קאריע.
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 9:57 pm
דורך קורץ
יעדע נארסיסט דארף "עפעס" פארטיידיגן...
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:25 pm
דורך נחום הסופר
שיינע איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 25, 2024 1:20 am
25 יאר און גארנישט האט זיך געטוישט ביי 99.99% פין כלל ישראל, רוב פין כלל ישראל ווייסט אפי נישט ווער רב אהרן אדער רב זלמן לייב איז אפי
ס'איז שוין איינמאל אן היסטארישער דאטום, מ'קען אסאך שפאקולירן און פאנטאזירן וואס וואלט אויסגעזען אנדערש ווען מהר"א בלייבט דער שליט יחיד אויף גאנץ סאטמאר
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 12:29 am
דורך לשון
קוקט אויס אז פון הימל האט מען געוואלט עס זאל זיין 2 ריזיגע קהילות, איך גלייב אז היינטיגע צייטן, ווען עס איז שוין אין סטייל ביי אלע חסידות זיך צו צוטיילן, וואלט אזוי געווען לכתחלה, און איך גלייב אז נאך 120 פון אדמור מהרא גייט מען זיך אויך ציטיילען, איך האב אפילו געהערט אז אדמור מהריי האט שוין ציטיילט זיינע קינדער, קען נישט קאנפערמאן אויב עס איז אמת
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 1:55 am
דורך berlbalaguleh
מילך טראק האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 9:40 pm
ר בערל איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט,
אבער פארשטיי אויך אז הרה"ק מסקווירא דארף זיך אויך פארטיידיגן אין זיין סקווירא שטעטל, פוטין דארף זיך פארטיידיגן פאר זיין בארעכטיגטע פאזיציע אין רוסלאנד, און קים יאנג אן אין נארט קאריע.
חסידות איז ביי דעפינישן נישט קיין דעמאקראטיע וואו די מענטשן וואוטן פאר א פרעזידענט.
דער ס'קווירא רבי האט נישט געהאט א מענטש אדער גרופ וואס זאלל איהם טשעלענדזשן. דארט איז עס מער א "דיקטאטור". (שם העצם). משא"כ ר' אהרן טייטלבוים האט געהאט א גאנצע ארגאניזירטע גרופ מיט אן אגענדא וועלכע האבן איהם געוואלט אראפנעמען פון זיין בארעכטיגטע (אלס ממלא מקום) פאזיציע. ממילא האט ער געדארפט קעמפן כדי אנצוהאלטן זיין סטאטוס קווא.
די גרעסטע ראיה איז, אז פון די מינוט וואס די אפאזיציע האט זיך אויפגעהערט האט זיך די מלחמה אויך אויפגעהערט. און קיינער זוכט נישט קיין "נקמה" אדער מ'פיהרט חשבונות. די (געוועזענע) שונאים קענען ווייטער לעבן במנוחה אין שטעטל.
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 8:16 am
דורך למדן וחסיד
איך בין נאך געווען א יונגל דעמאלטס
ביטע אויב איינער קען פארציילן די פאקטן וואס האט זיך אפגעטוהן
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 10:06 am
דורך חב''ד הויזן
למדן וחסיד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 03, 2024 8:16 am
איך בין נאך געווען א יונגל דעמאלטס
ביטע אויב איינער קען פארציילן די פאקטן וואס האט זיך אפגעטוהן
נאו פראבלעם, האסט אפאר יאר אוועילעבל יעצט?
Re: האלבע יובל פון מהר''א מסאטמאר'ס נישט-געשעענע הכתרה
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 1:30 pm
דורך מילך טראק
א דיקטעטער ארבעט אז ער טוט אינטערדרוקן די וואס זאגן ארויס זייער מיינונג סא יעדער האט מורא צו זאגן זייער מיינוג, און זיי קענען זיך נישט צוזאם נעמען , יעדער מיינט אז נאר ער איז אקעגן די רעשים, אבער אויב פאלט דא, סאיז נישטא קיין קאנסעקווענצן פאר די קעגענער פאלט אוועק די גאנצע רעשים, אזוי ווי די בערליניר וואנט איז געפאלן, און דאס האט דא פאסירט