בלאט 2 פון 2

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 12:34 pm
דורך שעפטאל
קלאר שטעלונג פון די הנהלה דארטן

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68640

ז"ל תורף התגובה:

מיר ארבעטן נאך קלארצושטעלן די פרטים, אבער לויט די אינפארמאציע וואס מיר זענען דורכגעגאנגען איז דאס לויט אלע ווארשיינדליכקייטן געטון געווארן דורך פרעמדע וואס האבן געלייגט אן האנט אויפן ניק נאך וואס יענעמס פעסווארד איז געהעקט געווארן, און נישט דורך א מחלל שבת ח״ו. (די תגובה איז עווענטועל געמעקט געווארן דורך א צווייטער וואס האט באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל ווען ביי יענעם איז שוין געווען נאך שבת)
עכ"ל
--

יעצט קען מען זיך ב'רואיג'ן ס'נישט יענעם, ס'איז סך הכל העקער'ס..

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 12:37 pm
דורך [NAMELESS]
מסתבר אזוי

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 12:39 pm
דורך berlbalaguleh
פארוואס? האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 11:30 am מ'קען מלמד זכות זיין פארשידענע וועגן:

1). צוויי מענטשן באזונדערע טיימ-זאון'ס האבן גענוצט די זעלבע אקאונט. (און אויב זעהט מען זי זעלבע איי-פי אדרעס, וועט מען איינזעצן אז זיי שעירן א ווי-פי-ען).

2). בכניסת השבת האט ער געהאלטן כשיטת רבינו תם און דערנאך האט ער דורכגעטאן די סוגיא במשך'ן שבת אז מוצאי שבת איז איהם שוין נתברר געווארן אז שיטת הגאונים איז ריכטיג און ער האט זיך מקבל געווען מכאן ואילך צו זיך פיהרן כשיטת הגאונים.

3). ער האט געדריקט דעם "שיק" קנעפל פארן זמן און די אינטערנעט האט געארבעט זייער שטאט אז עס האט גענומען עטליכע מינוטן ביז עס איז אנגעקומען צו די אייוועלט סערווער.

4). ער האט גענוצט א עפפ, (כמבואר כאן: https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=7277).

5). ער איז געווען א חולה שאין בו סכנה און זיך סומך אויף דעם אז עלעקטריק איז מדרבנן, (וכ"ש ל.ע.ד).

6). ער האט שובת געווען בתוך התחום פונעם קו התאריך (דעיט ליין), און ער איז אריבער די ליין במשך'ן שבת.

7). ער איז געווען אויף די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, זיינע טעג זענען געווען קלענערע. ממילא האט ער א קלענערע שבת.

8). ער איז געפלויגן קרוב צו די ספיד אויף לייט, זיין צייט איז אנדערש ווי אונזערע.

9). א גר צווישן טבילה און מילה. (מ'קען נישט איינזעצן א גוי גמור, ווייל ער וואלט נישט געקענט ענטפערן די שאלה ביים אויפסיינען אין ק"ש).
א ריכטיגע בארדיטשוב'ער קאפיטל.

נאר דאס מיינט נישט אז דער באדיטשוב'ער רב זצ"ל איז נישט געווען קיין מוכיח. פארקערט ער האט געזאגט זייער א סאך מוסר. ווי ס'זענען דא כמה מעשיות. ס'איז דאך באוויסט אז פון די שטאט פון זיין ערשטע רבנות זעליחוב האט מען איהם פארטריבן ווייל ער האט זיי געזאגט צו פיהל מוסר.

נאר איך קען מלמד זכות זיין. ס'זענען דא אידן וואס וואוינען אין אן אנדערע טיים זאון. למשל דא אויף קאוע שטיבל איז דא א חשוב'ער ניק וואס זיינע תגובות קומען אריין מיט א "טיים סטעמפ" פון שב"ק נאכמיטאג. נאר ער וואוינט מסתמא אין לאנדאן אדער מאנטשעסטער, וואס איז אפגערוקט פון די איסטערן טיים זאון מיט זעקס שעה.

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 12:40 pm
דורך מילך טראק
סא צוויי העקערס ?

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 12:43 pm
דורך קליינע צדיק
8-) ווען קען מען ערווארטן קול קורא'ס??

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 12:48 pm
דורך צועקים וזועקים
וואס איז די שמחה דא? שמעקט מאדנע...

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
עס רופט זיך "שאדען פרוידע"....

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 5:03 pm
דורך berlbalaguleh
מנשסתר: אין אונזערע קלאסישע שריפטן (תלמוד) ווערט עס אנגערופן..."מתכבד בקלון חבירו"...!

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 10:19 pm
דורך יאנקל בעל העגלה
שפילער האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 10:19 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9&start=50

איינער קען זאל זיי מסביר זיין אז איינער איז אויפן פאן איז נישט עכט א מחלל שבת זיי קענען זיך באריהיגן
כמיין.. וואס טראכטן זיי, אז סאיז נישט דא קיין מחללי שבתות אין די היימישע קאמיונעטי, אדער א מחלל שבת ווייסט נישט וואס מענפערט נאכן מאכן א ברכה...?!

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:01 am
דורך שמעקעדיג
שפילער האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 10:19 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9&start=50

איינער קען זאל זיי מסביר זיין אז איינער איז אויפן פאן איז נישט עכט א מחלל שבת זיי קענען זיך באריהיגן

הרב @שפילער, פאר וואס קען מען דיר נישט שיקן קיין פריוואטע הודעות?

ביטע טשעק דיינע פרעפערענצן אין באנוצערס קאנטראל פאנעל (אונטער דיין ניק נאמען, אויף די לינקע זייט אויבן)

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:40 am
דורך שפילער
סהאט נישט מיט מיר...

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 4:23 am
דורך א גוט יאר
יאנקל בעל העגלה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:19 pm
שפילער האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 10:19 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9&start=50

איינער קען זאל זיי מסביר זיין אז איינער איז אויפן פאן איז נישט עכט א מחלל שבת זיי קענען זיך באריהיגן
כמיין.. וואס טראכטן זיי, אז סאיז נישט דא קיין מחללי שבתות אין די היימישע קאמיונעטי, אדער א מחלל שבת ווייסט נישט וואס מענפערט נאכן מאכן א ברכה...?!
א מחלל שבת האט בעסערס וואס צו טוהן חוץ זיצן אויף אייוועלט...

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 9:27 am
דורך יאנקל בעל העגלה
נישט אמת, ס'דא מחללי שבתות וואס גלייכן נאכאלץ אייוועלט,

Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 9:57 am
דורך חב''ד הויזן
א גוט יאר האט געשריבן: א מחלל שבת האט בעסערס וואס צו טוהן חוץ זיצן אויף אייוועלט...

דו מיינסט מחללי שבתות האבן א אנדערע טעיסט ווי דיר?