איך פלעג זיין גאר שטארק אפגעהיטן און נישט געהערט פרויען זינגער, ביז איך האב אמאל געזעהן א שטיקל היתר אין א ספר. אבער סתם אזוי וועל איך נישט הערן.
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 10:49 pm
דורך מילך טראק
איך הער נאר היימישע מוזיק ווייל דעיס בין איך צוגעוויאנט, גוישע מוזיק ציט מיר בככל נישט. און יודישע מוזיק איז כמעט נישטא קיין פרויען זינגערס,
דאכט זיך מיר אז קול באישה ערווה איז נאר ערווה בשעת התפילה
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 11:38 pm
דורך קהל'ס נער
איך האב אנגעהויבען הערן פרויען זינגערס נאכן ליינען אין א תשובה ספר אז הרב עובדיה יוסף האט מתיר געוועהן קול אישה פון א פרוי וואס מען קען נישט, ומעשה רב אז הרב עובדיה איז געוועהן א שטארקע פען פון איינע פון די אראבישע פאפ-סטאר׳קעס.
שלום הרב, מותר לשמוע זמרת שלא בהופעה חיה? בהנחה שראיתי תמונה שלה אי פעם.. אשמח למקורות.
שלום נועם.
אפתח בזה שהבקשה למקורות מעידה על תפיסה לא נכונה של ההלכה הזאת. אין מקורות לזה, שכן כל דין קול באישה ערווה הוא תוצאה של פרשנויות כאלה או אחרות והערכות מציאות שיש לגביהם מחלוקות. גם הפוסקים שגיבשו עמדה לגבי זה לא התבססו על מקורות (גם אם הביאו מקורות לאילוסטרציה). כמובן שאם אתה מחפש מדברי פוסקי זמננו תוכל למצוא כאלה בחיפוש ברשת, אבל אני לא עוסק בזה.
נקודת המוצא שלי היא שמדובר באיסור שטעמו בד"כ לא קיים היום. שמיעת זמרת במציאות ימינו לא מעורר בהכרח הרהורי עבירה. זה חלק מהעולם שלנו. לכן זוהי הלכה פורמלית ואם יש צדדים להקל אז בהחלט סביר להקל. בפשטות מדובר באיסור דרבנן, ולכן ספק לגביו יכול להתיר אותו. וגם באיסור תורה כשיש ספק ספיקא יש מקום להקל. כשלא רואים וכשהקול עובר דרך תווך אלקטרוני יש מקום להקל. גם לגבי הופעה חיה ממש לדעתי יש מקום להתיר כל עוד זה לא משהו פרובוקטיבי אלא הולכים כדי לשמוע מוזיקה טובה.
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 1:35 am
דורך כרם זית
ג.
נאכן זיך אנשטויסן אין א פארשטופטער ספר ווי עס ווערט געברענגט אז שלמה המלך פלעגט אויסהערן פרויען זינגערינ'ס (קהלת ב, ח.). איינער ווייסט צי די מקור איז קראנט?
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 1:42 am
דורך שאלתיאל
איך האב אנגעהויבן הערן פרויען זינגען נאכן ליינען אין א הייליגע אלטע בוך איבער א אידישע נביאה וואס האט געזינגען שירה פאר כלל ישראל
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 2:03 am
דורך אלפא
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 1:42 am
איך האב אנגעהויבן הערן פרויען זינגען נאכן ליינען אין א הייליגע אלטע בוך איבער א אידישע נביאה וואס האט געזינגען שירה פאר כלל ישראל
אויף דעם שטייט דאך (-דענק איך נישט וואו) איז געקומען דעם 'תוף בידה' צו פארשטילערן איר קול...
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 1:42 am
איך האב אנגעהויבן הערן פרויען זינגען נאכן ליינען אין א הייליגע אלטע בוך איבער א אידישע נביאה וואס האט געזינגען שירה פאר כלל ישראל
אויף דעם שטייט דאך (-דענק איך נישט וואו) איז געקומען דעם 'תוף בידה' צו פארשטילערן איר קול...
שלום הרב, מותר לשמוע זמרת שלא בהופעה חיה? בהנחה שראיתי תמונה שלה אי פעם.. אשמח למקורות.
שלום נועם.
אפתח בזה שהבקשה למקורות מעידה על תפיסה לא נכונה של ההלכה הזאת. אין מקורות לזה, שכן כל דין קול באישה ערווה הוא תוצאה של פרשנויות כאלה או אחרות והערכות מציאות שיש לגביהם מחלוקות. גם הפוסקים שגיבשו עמדה לגבי זה לא התבססו על מקורות (גם אם הביאו מקורות לאילוסטרציה). כמובן שאם אתה מחפש מדברי פוסקי זמננו תוכל למצוא כאלה בחיפוש ברשת, אבל אני לא עוסק בזה.
נקודת המוצא שלי היא שמדובר באיסור שטעמו בד"כ לא קיים היום. שמיעת זמרת במציאות ימינו לא מעורר בהכרח הרהורי עבירה. זה חלק מהעולם שלנו. לכן זוהי הלכה פורמלית ואם יש צדדים להקל אז בהחלט סביר להקל. בפשטות מדובר באיסור דרבנן, ולכן ספק לגביו יכול להתיר אותו. וגם באיסור תורה כשיש ספק ספיקא יש מקום להקל. כשלא רואים וכשהקול עובר דרך תווך אלקטרוני יש מקום להקל. גם לגבי הופעה חיה ממש לדעתי יש מקום להתיר כל עוד זה לא משהו פרובוקטיבי אלא הולכים כדי לשמוע מוזיקה טובה.
קודם זאגט ער עלעקטראניש מעג מען הערן, נאכדעם טענה'ט ער אפילו לייוו מעג מען אויב גייט מען צו הערן גוטע מוזיק...
און ער טענה'ט אז עס איז נישטא קיין הרהורי עבירה היינט, דאס פארשטיי איך נישט אזוי גוט איך בין נאכנישט אזוי אויסגעארבעט אז איך זאל נישט האבן קיין הרהורי עבירה ווען איך זאל ווען גיין צו א קאנצערט פון שאקירא אדער סוויפט,
מען דארף ווען לכאורה מחלק זיין ווייל רוב היינטיגע מוזיקאלישע סטארס פארקויפן מער די שמוץ ווי מוזיק, און זייערע ניגונים זענען פיל מיט תועבה וואס איז אסור ניטאמאל אלץ קול באשה, בקיצור אפילו איינער וואס הערט יא ווייל ער האלט אז עס איז אויסגעהאלטן, ברויך נוצן זיין שכל און זיך נישט אליין נארן..
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 8:07 am
דורך רב חאצאצאק הקטן
שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 10:30 pm
עסקן בדברים האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 9:54 pm
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 9:48 pm
רעפארם??? אדער ליטוואק???
אורטודוקסיש
סארי א נארמאלער איד הער נישט מוזיק פון פרויען...
ר' עובדיה יוסף האט געהערט ניגונים פון פרויען כידוע.
איז ער געווען משוגע אדער נישט קיין איד?
דו ביסט ספרדי???
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 8:57 am
דורך צפור בודד
אשריך ישראל! איך גלייב נישט מיינע אייגענע אויגן. קיין איין ענטפער זאגט נישט "איך האב אנגעהויבן הערן ווען יצרי תקפי, ווען איך האב מיך אומגעקוקט און איך האב געזען אז מונה איז נישט ממש דער וועלט'ס מייסטער, מיכאל שניצלער קען זיין בא'טעמ'ט אבער דאך שירה בגויים תאמין און איך האב אנגעדרייט אמאל דער ראדיא און פון דארט האט זיך עס שנעל פארקייקלט צום באקאנטן היתר דרב הונא."
שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 10:30 pm
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 9:58 pm
סארי א נארמאלער איד הער נישט מוזיק פון פרויען...
ר' עובדיה יוסף האט געהערט ניגונים פון פרויען כידוע.
איז ער געווען משוגע אדער נישט קיין איד?
דו ביסט ספרדי???
גראדע נישט, און וועגן דעם איז וואס?
ווער האט געגעבן ר׳ עובדיה דעם היתר, איז ער דען געוועהן אן אשכנזי?
בכלל, די גאנצע איסור קומט דאך פון ר׳ יוסף קארו וואס איז דאך אויך געוועהן א ספרדי, הספרדי שאסר הוא הספרדי שהתיר
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 12:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז לכאורה פשוט אז קיינער דארף נישט קיין היתר, ווייל די איסור דארף באוויזן ווערן, נישט די היתר.
בכללות, פריצות איז ווען א פרוי עפענט זיך אויף צום רבים, אדער א פרעמדע מענטש, און לאזט יענעם אריין ביי איר. דאס איז דורך אויפדעקן חלקים פון די גוף, אדער דורך זינגן פאר אים. א רעקארדינג האט דאס נישט, און ממילא הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה.
מעורר זיין הרהורים איז נאך אן איסור. ווען יענער זינגט דברי חשק ונבלה, סיי א מאן סיי א פרוי, טאר מען נישט אויסהערן אלס ולא תתורו. אבער מיט קול באשה ערוה האט עס נישט.
איך הער געווענדליך נישט קיין גויישע מוזיק בכלל, ווארום בדרך כלל איז עס דברי חשק ונבלה. קלאסישע מוזיק הער איך יא. אידישע פרויען וואס זינגן נישט דברי חשק ונבלה וועל איך יא אויסהערן, ווי אמאל. ווייל מיין טעיסט איז מער אין פארצייטישע מוזיק, א שטייגער ווי חב"ד וכדו'.
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 12:48 pm
דורך א גוט יאר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 12:44 pm

וועלכע אידישע פרוי זינגערן וואלסטו רעקעמענדירט?
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 2:50 pm
דורך חֶנְוָנִי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 12:44 pm
עס איז לכאורה פשוט אז קיינער דארף נישט קיין היתר, ווייל די איסור דארף באוויזן ווערן, נישט די היתר.
בכללות, פריצות איז ווען א פרוי עפענט זיך אויף צום רבים, אדער א פרעמדע מענטש, און לאזט יענעם אריין ביי איר. דאס איז דורך אויפדעקן חלקים פון די גוף, אדער דורך זינגן פאר אים. א רעקארדינג האט דאס נישט, און ממילא הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה.
מעורר זיין הרהורים איז נאך אן איסור. ווען יענער זינגט דברי חשק ונבלה, סיי א מאן סיי א פרוי, טאר מען נישט אויסהערן אלס ולא תתורו. אבער מיט קול באשה ערוה האט עס נישט.
איך הער געווענדליך נישט קיין גויישע מוזיק בכלל, ווארום בדרך כלל איז עס דברי חשק ונבלה. קלאסישע מוזיק הער איך יא. אידישע פרויען וואס זינגן נישט דברי חשק ונבלה וועל איך יא אויסהערן, ווי אמאל. ווייל מיין טעיסט איז מער אין פארצייטישע מוזיק, א שטייגער ווי חב"ד וכדו'.
אידישע (היימישע) פרויען זינגער האבן אבער א פראבלעם אז זיי זענען פשוט אומאויסהערבאר, זיי האבן קיין אהנונג איבער די טעאריע פון ריכטיג זינגען מ'זאל קענען הנאה האבן דערפון, נישט קיין חילוק ווי לאנג דער שייטל איז זינגען זיי ווי אינעם בית רחל אודיטאריום, ווי ווייט איך האב עס אויסגעטשעקט
איינמאל מ'טרעט שוין ארויס פון גאר היימישע פרויען זינגערס, טרעפט מען זיך שוין ווייטער אן מיט ליבע געזאנגען ווי @הכנה דרבה האט דערמאנט די בעררי סיסטערס בדרך צחות, און איך ווייס אז ליבע איז נישט אסור, אבער ווען זיי זינגען איבער ליבע גייט עס שוין אריין אין פארשידענע קאמפליקאציעס שאי אפשר לפורטם כי רבים הם, ווי ר' בערל וואלט געשריבן אז ס'קען זיך גרעניצן מיט ציונות ממש
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 3:07 pm
דורך בקע לגלגולת
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 11:38 pm