בלאט 2 פון 4
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 5:30 pm
דורך berlbalaguleh
דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 1:40 am
די חידוש איז דא אז קיינמאל איז נישט געווען אזא בילד פון אים, על אף פון כמעט יעדע פאלאטיקאנט אריינגערעכנט לינקע איז יא דא בילדער ווי זיי זענען מעוטר בפילין.
וואס ס'קומט מיר יעצט ארויף איז בעני גאנץ, לאפיד, בנט, דוכט זיך מיר ליבעמאן אויכעט.
די חידוש איז וואס איז יעצט געשען נאך אזויפיל יארן. נישט קיין חילוק צו דו גייסט זאגן אז ס'איז נאר פאליטיק, דארף עס אויכעט א הסבר ווס איז געווען זיין חשבון ביז יעצט, און וואס האט זיך יעצט געטוישט.
ליברמן איז אמאל געווען אן ערליכער איד. ס'דא א פיקטשער ווי ער דאוונט פאר'ן עמוד מיט טלית און תפילין.
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפילין !!
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 7:55 pm
דורך ים רויבער
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 1:02 am
ארגענטינע האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 12:23 am
שמן למאור האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 12:23 am
אזוי שטארק מוז ער צוקומען צו די פרומע רעכטע לאגער?
רוב מדינת ישראל האבן דעס ליעב
רוב פרייע זענען מסורתיים, דהיינו רעליגיעז געשטימט.
מער ווייניגער אזויווי די אמעריקאנער קאנסערוואטיוו מאוומענט.
עס איז דא א חילוק צווישן די מסורתיים אין א"י און די קאנסערוועטיווס אין אמעריקע,
די קאנסערוועטיווס אין אמעריקא האבן אייגענע קהלות און רבנים וכו', און ליידער ווערן זיי מיט יעדע דור שוואכער,
די מסורתיים אין א"י האלטן זיך פאר א חלק פון די ארטיגע ארטאדאקסישע קהלות, און ווערן צוביסלעך שטערקער אין יודישקייט.
(אין די ספרד'ישע וועלט איז קיינמאל נישט עכט אריינגעקומען די מושג פון רעפארמער אדער קאנסערוואטווין, א יעדער פרום, אדער פריי איז געווען א חלק פון די ארטאדאקסישע רבנים, דאס צוזאמען מיט די פאקט אז די ארטאדאקסישע רבנות הראשות האט א שטארקע כח האט געפירט דערצו אז די רעפארם אין די קאנסערוואטיוו מאוומענטס האבן כמעט זיך נישט באוויזן אריינצוכאפן אין א"י)
יודישקייט איז היינט צוטאגס א פאפולערע ארטיקל ביי רוב איזרעיליס.
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 1:09 am
דורך berlbalaguleh
ים רויבער: ייש"כ. דו האסט גוט געזאגט. די קאנסערוואטיווע אידן הלאטן נישט געוויסע מצוות אינגאנצן. משא"כ די מסורתיים זענען 100% ערליכע אידן. נאר זיי גייען נישט אין שול. אפילו שבת. און פארשטייצעך אן א קאפל. נאר זיי האלטן כשרות.
איך האב איין יאר סוכות ביינאכט אהיימקומענדיג פון שול געהערט א איד זאגן קידוש מיט גרויס מתיקות. מיט א שיינעם ספרד'ישן נוסח. איך האב מיך געווינדערט ווער דאס קען זיין. איך האב אויסגעפונען אז דאס איז געווען א ספרד'ישער איד וואס האט געוואוינט בשכינות. נאר ער איז קיינמאל נישט געגאנגען א קאפל. אדער געגאנגען אין שול. ער האט געקויפט פלייש אין א כשר'ע בוטשער סטאר.
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 6:01 am
דורך פאלאצ'ינטא
עס זענען דא מענטשען וואס מען קען קיינמאהל נישט צופרידשטעלען. דא שרייט מען ער איז א שיגץ א פרייער ער טוהט נישט אן תפילין.
פיין... יעצט האט ער יא אנגעטוהן קומען די זעלבע און שרייען עס איז פאליטיש... עס איז פאלש... עז איז פסול... ער האט עס נישט געמיינט... עס איז נאר אזוי צו אזי
מעק אפ יאר מיינד. וואס ווילסטו ?
ב"ה ער האט אנגעטוהן תפילין
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 6:51 am
דורך אלבערט איינשטיין
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 1:09 am
ים רויבער: ייש"כ. דו האסט גוט געזאגט. די קאנסערוואטיווע אידן הלאטן נישט געוויסע מצוות אינגאנצן. משא"כ די מסורתיים זענען 100% ערליכע אידן. נאר זיי גייען נישט אין שול. אפילו שבת. און פארשטייצעך אן א קאפל. נאר זיי האלטן כשרות.
איך האב איין יאר סוכות ביינאכט אהיימקומענדיג פון שול געהערט א איד זאגן קידוש מיט גרויס מתיקות. מיט א שיינעם ספרד'ישן נוסח. איך האב מיך געווינדערט ווער דאס קען זיין. איך האב אויסגעפונען אז דאס איז געווען א ספרד'ישער איד וואס האט געוואוינט בשכינות. נאר ער איז קיינמאל נישט געגאנגען א קאפל. אדער געגאנגען אין שול. ער האט געקויפט פלייש אין א כשר'ע בוטשער סטאר.
די מאכסט די כלל פון מסורותי אז ער עסט כשרות. עס איס בכלל נישט דא קיין כלל אין טערמס אויף וואס מען היט. ביי געוויסע קען עס מיינען פשוט צינדן ליכט יעדע ערב שבת און ביי געוויסע קען עס מיינען מער אפטער באזוכן און שוהל און ביי געוויסע קען עס מיינען מפקיד זיין אויף כשרות יעדע אויף אן אנדערע לעוועל. די צד השוה איז אז מסורותים רעספעקטן פרומע און האבן געווענטליך א קשר מיט א רעליגיזיע רב
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 6:53 am
דורך אלבערט איינשטיין
פאר מיין בר מצוה האט מיין בר מצוה מדריך געזאגט אז עס איז ווערט אראפ צו קומען אויף די וועלט פאר זיבערציג יאר בלויז צו קענען איינמאל לייגן תפילין.
קוקט אויס ווי איינער האט עס געזאגט פארן ראש די ווארט און ער האט הנאה געהאט דערפון
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 7:32 am
דורך פוילישע פעפער
דארף מען נאר פרעגען א רב צו די בליט אויף זיינע הענט זענען נישט קיין חציצה פאר די תפילין...
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 8:49 am
דורך אלע צוזאמען
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 7:32 am
דארף מען נאר פרעגען א רב צו די בליט אויף זיינע הענט זענען נישט קיין חציצה פאר די תפילין...
שטינקט......
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפילין !!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 9:39 am
דורך מאטי
נעקסט לעוועל האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 1:57 pm
מאטי האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 8:49 am
נעקסט לעוועל האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 1:09 am
גארנישט מער ווי א געריבענע פאליטישע בילד צו געפעלן פאר די רעליגיעזע לאגער.
ביבי איז דאך שוין לאנג באקאנט אלס א פאליטישע סורווייווער, ער האט שוין דורך געשוויצט ערגערס ווי דעם.
ס'בילד איז נישט מער ווי נאך א פאליטישע מאוו אויפן שאך ברעטל
נישט מער? די תפילין איז נישט כשר?
צו די תפילין איז כשר צו נישט מאכט אים נישט אויס
די עיקר איז די פראפעגאנדע
ווי אזוי ווייסטו אז ס'מאכט אים נישט אויס? אויב למשל וואלט ער געהאט צוויי פאהר, און נאר איינס איז כשר, וואלט ער פונקט אזוי גענומען די פסול'ע, אין דיינע אויגן?
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 9:51 am
דורך אייביג פרייליך
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 7:32 am
דארף מען נאר פרעגען א רב צו די בליט אויף זיינע הענט זענען נישט קיין חציצה פאר די תפילין...
וואס ? ער האט בליט אויף זיינע הענט ? עפרא לפומא אזוי צו זאגען !
ער טוט אלעס וואס ער קען צו איוסרוימען די אלע רוצחים וואס ווילען ח׳ו נאכמאל הרגענען אידישע קינדער ! ער טוט ראטעווען גאנץ כלל ישראל אין ארץ ישראל סיי די פרייע אין סיי די חרדים , מען דארף עם לויבען טאג אין נאכט וואס ער טוט , אפילו דיינע חברים אין מאה שערים !!!
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 9:55 am
דורך אייזיק שפירא
נישט קיין חילוק וואס זיינע כוונות זענען געווען
למעשה האט ער מקיים געווען א מצוות עשה דאורייתא און מקדיש שם שמים געווען ברבים ווייזענדיג פאר די גאנצע וועלט אז אלץ איד שטאלצירט ער זיך מיט די אייבערשטערס מצוות
(און מתוך שלא לשמה בא לשמה)
די לינקע ציונים וואס האבן געגרינדעט די מדינה האבן געוואלט אויסרייסן יעדע זכר פון תורה און מצוות און ב''ה אז היינט טוט די ראש ממשלה אליינס אהן תפילין און שטאלצירט זיך מיט די הייליגע מצוה
די קידוש השם איז גאר גרויס
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:42 am
דורך משה זעקעל
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 7:32 am
דארף מען נאר פרעגען א רב צו די בליט אויף זיינע הענט זענען נישט קיין חציצה פאר די תפילין...
פארוואס האלטסטו אז פוילישע בלוט איז הייליגער ווי איזריעלי בלוט
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 12:08 pm
דורך קהל'ס נער
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 7:32 am
דארף מען נאר פרעגען א רב צו די בליט אויף זיינע הענט זענען נישט קיין חציצה פאר די תפילין...
פרעג דער זעלבער רב צי ווען סאטמאר רב האט געזאגט די חסידים זאלן נישט אנטלויפן פארן קריג, צי דעי בלוט הייסט אפשר אויכט א חציצה.
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 12:35 pm
דורך כספי
אדער ווען בילגורייער רב האט צוגעזאגט פאר די אונגארישע אידן (בשם זיין ברודער?), אז היטלער וועט קיינמאל נישט אנקומען קיין אונגארן.
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 12:53 pm
דורך קאווע איד
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 5:30 pm
דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 1:40 am
די חידוש איז דא אז קיינמאל איז נישט געווען אזא בילד פון אים, על אף פון כמעט יעדע פאלאטיקאנט אריינגערעכנט לינקע איז יא דא בילדער ווי זיי זענען מעוטר בפילין.
וואס ס'קומט מיר יעצט ארויף איז בעני גאנץ, לאפיד, בנט, דוכט זיך מיר ליבעמאן אויכעט.
די חידוש איז וואס איז יעצט געשען נאך אזויפיל יארן. נישט קיין חילוק צו דו גייסט זאגן אז ס'איז נאר פאליטיק, דארף עס אויכעט א הסבר ווס איז געווען זיין חשבון ביז יעצט, און וואס האט זיך יעצט געטוישט.
ליברמן איז אמאל געווען אן ערליכער איד. ס'דא א פיקטשער ווי ער דאוונט פאר'ן עמוד מיט טלית און תפילין.
ער זאגט דאך אז ער איז געמאלעט געווארן ביי ר' חיים זנביל'ען זי'ע
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 1:48 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 3:42 pm
דורך berlbalaguleh
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 4:02 pm
דורך פוילישע פעפער
אוקיי טייערע ברודער, אגב איך דארף מיר נישט פארענטפערען פאר קיינער, וועל איך מסביר זיין וואס כהאב געמיינט צו זאגן מיט מיין פריעדיגע הודעה ווייל איך פיל אז די עולם האט מיר נישט פארשטאנען, אשאד אז עטס ווייסט נישט ווער איך בין אבער איך בין ווייט פון א קנאי איך בין א איד א מאמין אין השם אין אקעגען כופרות און אפיקורסות און א pro zionist לדעתי איז עס נישט קיין סתירה...
דער וואס ווייסט אביסל די היסטאריע פון מדינת ישראל און חאמאס וואלט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט
שוין כמעט 15 יאר וואס ביבי שיקט געלט פאר חאמאס און סאיז לעצטענס ארויס דאקומענטען וואס באווייזען אז ביבי האט געלייגט פרעשוער אויף קאטאר צו שיקען געלט צו חאמאס!!!!!!!!! (איך וויס אז סאיז דא אזעלכע וואס וועלען נישט גלייבען אבער דאס איז די מציאות)
ממילא איז נישט מער ווי נארמאל צו האלטען אז כאטש א חלק פון די אידישע בלוט וואס האט זיך געגאסען, איז אויף זיינע הענט
מקען האלטען אנדערש, אבער איך וואלט מציע געוועהן אז מזאל זיך נאכפרעגען ביי די ארץ ישראלדיגע ברודער וואס ווייסען אביסעל בעסער פון אונז אמריקאנער (איך געב נעשט ארויס מיין וואינארט, נאר איך מיין די רוב קאווע שטיבל ליינער) וואס האבן ערשט נעכטען אויסגעטראפען פון חאמאס, צה"ל, ביבי וכדומה
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 4:35 pm
דורך היימלינד
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 4:02 pm
אבער איך וואלט מציע געוועהן אז מזאל זיך נאכפרעגען ביי די ארץ ישראלדיגע ברודער וואס ווייסען אביסעל בעסער פון אונז אמריקאנער (איך געב נעשט ארויס מיין וואינארט, נאר איך מיין די רוב קאווע שטיבל ליינער) וואס האבן ערשט נעכטען אויסגעטראפען פון חאמאס, צה"ל, ביבי וכדומה
המון עם ווייסט די זעלבע אינפא איבער דאס אלעס נישט קיין חילוק ווי מען וואוינט, די ווירטיאלער וועלט איז זייער קליין
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 6:27 pm
דורך ים רויבער
אייזיק שפירא האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 9:55 am
נישט קיין חילוק וואס זיינע כוונות זענען געווען
למעשה האט ער מקיים געווען א מצוות עשה דאורייתא און מקדיש שם שמים געווען ברבים ווייזענדיג פאר די גאנצע וועלט אז אלץ איד שטאלצירט ער זיך מיט די אייבערשטערס מצוות
(און מתוך שלא לשמה בא לשמה)
די לינקע ציונים וואס האבן געגרינדעט די מדינה האבן געוואלט אויסרייסן יעדע זכר פון תורה און מצוות און ב''ה אז היינט טוט די ראש ממשלה אליינס אהן תפילין און שטאלצירט זיך מיט די הייליגע מצוה
די קידוש השם איז גאר גרויס
די קידוש השם איז טאקע זייער גרויס.
איך קריג מיך מיט דיר נאר איבער די פאקט איבער אויסרייסן אידישקייט,
געוויסע און אונזערע קרייזן האבן ליב צו מאכן א פעקעזדש דיעל פון די ציונים פון זייערע גרינדונג ביז היינט, און זייערע אלע קרייזן צוזאמען, ווי כאילו ציוניזים איז געגרינדעט געווארן נאר דורך לינקע פרייע, און האט נאר געהאט איין ציל מיטן אויסרייסן אידישקייט.
ציוניזים איז א ברייטע ספעקטרום, פון די לינקע אין יוראפ וואס האבן אין 1920 געזוכט אויפצושטעלן א סעקולערע לאנד מיט ווייניג שייכות צו יודישקייט, צו יראי השם וואס האבן געוואלט ארויפגיין אין א"י, און\אדער געהאלטן אז אידן דארפן עס אייננעמען.
און א געוויסע זין ביים אויפשטעלן מד"י האבן די לינקע פראקציעס געהאט גאנץ א שטארקע כוח, אבער אפילו דעמאלט האבן זיי מסכים געווען אז די רבנות זאל באקומען א שטארק ווארט איבער אידישקייט אין ארץ ישראל.
די לינקע אנטי-פרומקייט ציונים זענען היינט א מיעוט אין א"י. (זיי זענען נאך היינט געבליבן גאנץ שטארק אין די מיליטער און אין די בג"ץ ואכמ"ל).
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 9:47 am
דורך אמאהלגעקעננט
עמרם האט געשריבן: ↑
די פאלגענדע בילד האט די ראש ממשלה היינט געטוויט
צולייגענדיג די פאלגענדע ווערטער
A teachable moment
כדאי מעורר צו זײן אז די שערות אונטער די קציצה (בית) דארפן ליגן דרך גידולן און נישט געקעמט צו די זײט
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 11:10 am
דורך אייניקעל
נעגאטיווע מענטשן האבן א פירוש פאר אלעם
ווען ביבי טוט נישט אן תפילין: ער איז דאך א עוכר ישראל קרקפתי דלא מנח תפילין
ווען ביבי טוט יא אן תפילין: הא הא ס'איז דאך נישט מער ווי א פאליטישע שפיל
האט דאך שוין דער חכם וצדיק געזאגט:
הצדיקים הטהורים אינם קובלים על הרשעה אלא מוסיפים צדק, אינם קובלים על הכפירה אלא מוסיפים אמונה, אינם קובלים על הבערות אלא מוסיפים חוכמה
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 5:50 pm
דורך טובלכל
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 12:08 pm
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 7:32 am
דארף מען נאר פרעגען א רב צו די בליט אויף זיינע הענט זענען נישט קיין חציצה פאר די תפילין...
פרעג דער זעלבער רב צי ווען סאטמאר רב האט געזאגט די חסידים זאלן נישט אנטלויפן פארן קריג, צי דעי בלוט הייסט אפשר אויכט א חציצה.
סאטמאר רב האט קיינמאל נישט געזאגט ווי צי וואוינען אפי' ווען ער האט געבויט קרית יואל. משא"כ אנדערע רבנים בימים ההם.
( סאטמאר רב האט נישט אפגעהאלטן)