בלאט 2 פון 7

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 8:57 am
דורך ר' גרשון
קען איינער מיר מסביר זיין דעם נאמען?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 9:24 am
דורך בן ישי
ביאלא לאנדאן איז א נעפיו? ווען האט ער אנגעפאנגען אין לאנדאן? און די פעטער האט עם געלאזט?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 9:58 am
דורך אייזיק שפירא
מ'זעהט פון די צוואה אז ער האט נישט אזוי מורא אז די קינדער זאלן עס נישט אנעמען בעיקר האט ער מורא פון די אייניקלעך...

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 9:58 am
דורך מיסטעריע
פארוואס שרייבן די רבי'ס אלעמאל שטרענגע צוואות, אז טאמער מ'קריגט זיך ח"ו, האט די נשמה נישט קיין מנוחה, הלמאי ווען זיי אליינס האבן זיך געקריגט מיט די ברודער, פארוואס האבן זיי נישט גענומען אין חשבון אז זייער טאטע האט אויך נישט קיין מנוחה, און אויב פאר זיי איז עס דאן נישט געווען אזוי וויכטיג, פארוואס מיינען זיי אז פאר זייערע קינדער איז עס יא וויכטיג צו מקיים זיין

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:00 am
דורך אייזיק שפירא
ווי איינער שרייבט פריער, האט ער ביים איבערנעמען געהאט די שטיצע פון די ברודערס נאר שפעטער האבן זיי חרטה געהאט און געגאנגען אין די''ת.
וואס האסטו געוואלט, אז נאכן איבערנעמען זאל ער אלעס אויפגעבן?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:20 am
דורך מיסטעריע
נישט אמת, ס'געווען גאנץ אנגעשטרענגט צווישן רבי דוד'טשע און איהם, ס'געווען וואלן און ער אלס די אינגסטער האט געוואונען. בחיים פונעם אלטן רבי'ן האט אויסגעזעהן אז רבי דוד'טשע וועט איבערנעמען, און ס'איז טאקע געווען עלטערע חסידים וואס זענען צוריקגעגאנגען.

האסט א טעות, ס'געווען ביי זיין ברודער'ס קינדער האבן זיי נישט געוואלט פון אנהויב, און שפעטער האבן זיי חרטה געהאט, אבער ביי איהם אליין זענען אלע ברודער געלאפן אין די וואלן

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:24 am
דורך נחום הסופר
אוהב ספרים האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 8:37 am
נחום הסופר האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 7:04 am א גרויסע חידוש, ווי אזוי קען זיין אז דער פסקי תשובות און ביאלא לונדון זענען געפארן צום פעטער ביאלא-לוגאנא, בו בזמן וואס זייער פאטער (ר' ירחמיאל צבי יהודה מביאלא-פשיסחא) איז געווען צוקריגט מיט'ן ברודער? אדער איז ביאלא-פשיסחא נישט געווען אזוי שטארק צוקריגט ווי די אנדערע ברודערס?

בשעתו האבן ביידע גע'דמיונ'ט אז זיי גייען זיין ממלא מקום

וואס איז די הו"א? ער האט דען נישט אייגענע קינדער?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:28 am
דורך נחום הסופר
בן ישי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:24 am ביאלא לאנדאן איז א נעפיו? ווען האט ער אנגעפאנגען אין לאנדאן? און די פעטער האט עם געלאזט?

כ'מיין אז ביאלא לאנדאן איז יארן געווען דער רב, אדער שיינער איד, אינעם פעטער'ס ביהמ"ד אין לאנדאן, ביז ער האט געמאכט שבת פאר זיך (אן דארפן שנארן פאר דעם, אלס איידעם פון הנגיד לעוו)

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:29 am
דורך קהל'ס נער
פארוואס פארשטייט ער אז ס'קומט זיך אים די רעביסטיווע ווייל ער האט געווינען די וואלן, אבער פאר זיינע קינדער מאכט ער נישט קיין וואלן?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:30 am
דורך נחום הסופר
אייזיק שפירא האט געשריבן: ווי איינער שרייבט פריער, האט ער ביים איבערנעמען געהאט די שטיצע פון די ברודערס נאר שפעטער האבן זיי חרטה געהאט און געגאנגען אין די''ת.
וואס האסטו געוואלט, אז נאכן איבערנעמען זאל ער אלעס אויפגעבן?

ווער הייסט אויפגעבן? אבער פון אויפגעבן ביז אנהאלטן א רוגזה יארן לאנג איז פאלג מיך א גאנג.

די מציאות איז געווען אז מ'איז געווען צוקריגט, אבער וועמענס שולד ס'איז געווען דאס ווייס איך נישט, דארף מען פרעגן ביאלער חסידים.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:39 am
דורך מיסטעריע
קהל'ס נער האט געשריבן: פארוואס פארשטייט ער אז ס'קומט זיך אים די רעביסטיווע ווייל ער האט געווינען די וואלן, אבער פאר זיינע קינדער מאכט ער נישט קיין וואלן?

הוא אשר דברנו, דאס האס איך פריער פראבירט ארויסצוברענגען, דער עיקר פליאה איז טאקע דאס, ווייל למשל רבי י"מ סאדיגורא'ער האט נישט געשריבן אז מ'מעג נישט זיין קיין רב/רבי, נאר די נאמען קענסטו נישט נוצן, במילא מ'קען אפשר אקצעפטירן די אזהרה פון נישט קריגן, און די חלק פון וואלן אפשר אויכעט, אבער אויף צו באצווינגען די אנדערע קינדער און נאך דעם בעל פסקי תשובות אויכעט אז זיי טארן נישט ווערן קיין רבנים אפילו נישט נוצענדיג די נאמען ביאלא, נאר לאמיר זאגן איינער וויל זיך רופן למשל שידלובצא, און אן אנדערער שעדליץ וכדו', טאר ער אויך נישט, דאס איז שוין טאא מאטש (עכ"פ אזוי האב איך פארשטאנען פון די צוואה).

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:43 am
דורך מיסטעריע
למעשה דארף מען אביסל אכטונג געבן מפני כבודו של ת"ח, ער איז נישט געווען סתם א קוגל פרעסער און משוקע בתאוות ווי אנדערע רבי'ס, שוין האמיר א קשיא אויף אן ערליכע איד

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:46 am
דורך אוהב ספרים
מיסטעריע האט געשריבן: נישט אמת, ס'געווען גאנץ אנגעשטרענגט צווישן רבי דוד'טשע און איהם, ס'געווען וואלן און ער אלס די אינגסטער האט געוואונען. בחיים פונעם אלטן רבי'ן האט אויסגעזעהן אז רבי דוד'טשע וועט איבערנעמען, און ס'איז טאקע געווען עלטערע חסידים וואס זענען צוריקגעגאנגען.

האסט א טעות, ס'געווען ביי זיין ברודער'ס קינדער האבן זיי נישט געוואלט פון אנהויב, און שפעטער האבן זיי חרטה געהאט, אבער ביי איהם אליין זענען אלע ברודער געלאפן אין די וואלן

זיי האבן גע'חתמ'ט לטובתו נאך די בחירות, 2 זיכער, די דריטע געדענק איך נישט,

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:46 am
דורך בן ישי
נחום הסופר האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:28 am
בן ישי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:24 am ביאלא לאנדאן איז א נעפיו? ווען האט ער אנגעפאנגען אין לאנדאן? און די פעטער האט עם געלאזט?
כ'מיין אז ביאלא לאנדאן איז יארן געווען דער רב, אדער שיינער איד, אינעם פעטער'ס ביהמ"ד אין לאנדאן, ביז ער האט געמאכט שבת פאר זיך (אן דארפן שנארען פאר דעם, אלס איידעם פון הנגיד לעוו)
און ער איז זיך אויסגעקומען מיטן פעטער?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 10:52 am
דורך בעל דרשן
ווער איז די זון וואס ער זארגט זיך לפרנסה

און ווער איז ר' דוד מאניש און וועלכע שול זאל ער ווייטער דאווענען ווער קען אויסקלארן

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:02 am
דורך לאכעדיג
בצלאל שמחה מנחם בנציון, די נאמען הייבט ברעמען. גיי ווייס...

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:09 am
דורך כספי
אוהב ספרים האט געשריבן: צו פארגלייכן די קהלה אין לוגאנא, וואס יארן איז שוין געווען קוים מנין, צו די קהלה פון ר' לייבוש איז מאנטשעסטר איז ממש מגוחך.
אין לוגאנא איז נישט געווען קיין ליטווישע קהלה משא"כ אין מאנטשעסטער.

מ'האט נישט גערעדט וועגן די קהלות, דו האסט געזאגט אז ער איז ליטוויש געשטימט, אבער דער רבי אליינס איז אויך געווען ליטוויש געשטימט.
בכלל, וואס איז ער געווען אין לוגאנא, רב פון א ביאלא ביהמ"ד אדער פון די שטאטישע קהילה? די שטאטישע קהילה איז מיינעך יא מיינסטנס ליטוויש.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:26 am
דורך היימלינד
נחום הסופר האט געשריבן:
אייזיק שפירא האט געשריבן: ווי איינער שרייבט פריער, האט ער ביים איבערנעמען געהאט די שטיצע פון די ברודערס נאר שפעטער האבן זיי חרטה געהאט און געגאנגען אין די''ת.
וואס האסטו געוואלט, אז נאכן איבערנעמען זאל ער אלעס אויפגעבן?

ווער הייסט אויפגעבן? אבער פון אויפגעבן ביז אנהאלטן א רוגזה יארן לאנג איז פאלג מיך א גאנג.

די מציאות איז געווען אז מ'איז געווען צוקריגט, אבער וועמענס שולד ס'איז געווען דאס ווייס איך נישט, דארף מען פרעגן ביאלער חסידים.

לשיטתו האבן זיי זיך געקריגט אויף איהם און נישט פארקערט, ודו"ק

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:27 am
דורך היימלינד
לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:02 am בצלאל שמחה מנחם בנציון, די נאמען הייבט ברעמען. גיי ווייס...
ער פלעגט זיך חתמ'נן בש"ם בנציון

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:28 am
דורך היימלינד
כספי האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן: צו פארגלייכן די קהלה אין לוגאנא, וואס יארן איז שוין געווען קוים מנין, צו די קהלה פון ר' לייבוש איז מאנטשעסטר איז ממש מגוחך.
אין לוגאנא איז נישט געווען קיין ליטווישע קהלה משא"כ אין מאנטשעסטער.

מ'האט נישט גערעדט וועגן די קהלות, דו האסט געזאגט אז ער איז ליטוויש געשטימט, אבער דער רבי אליינס איז אויך געווען ליטוויש געשטימט.
בכלל, וואס איז ער געווען אין לוגאנא, רב פון א ביאלא ביהמ"ד אדער פון די שטאטישע קהילה? די שטאטישע קהילה איז מיינעך יא מיינסטנס ליטוויש.

אשכנזיש ליתר דיוק
די קהילה איז אבער געווען א מיקס, געווען חסידישע אויך

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:28 am
דורך היימלינד
בן ישי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:46 am
נחום הסופר האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:28 am
בן ישי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:24 am ביאלא לאנדאן איז א נעפיו? ווען האט ער אנגעפאנגען אין לאנדאן? און די פעטער האט עם געלאזט?
כ'מיין אז ביאלא לאנדאן איז יארן געווען דער רב, אדער שיינער איד, אינעם פעטער'ס ביהמ"ד אין לאנדאן, ביז ער האט געמאכט שבת פאר זיך (אן דארפן שנארען פאר דעם, אלס איידעם פון הנגיד לעוו)
און ער איז זיך אויסגעקומען מיטן פעטער?
יא, משפחת פשיסכה קומט זיך אויס מיט איהם
ב"ב און רמ"א נישט

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 12:14 pm
דורך בעל דרשן
עס לאזט זיך זאגן אז עס וועט זיין א שלום אין די קהלה און מיט אלע ברודער'ס הרבנים שליט"א.

די חילוק פון די ביאלא צוואה מיט די סאדיגורה צוואה איז עטליכע חילוקים, דא אין ביאלא איז עס -ווי מען הערט- געווען איבערגעשמועסט מיט אלע קינדער בעפאר, און אלע האבן מסכים געווען, און בכלל איז עס א ווארימע צוואה ווי ער ברענגט ארויס אז אלע קינדער זענען באליבט און חשוב און די סיבה פון די החלטה.

ביי סאדיגורה (אויב איז די צוואה אמת האט עס די רבי ז"ל נישט איבערגעשמועסט מיט די קינדער און מיט די רעבעצין, ער האט זיי אלע דערלאנגט א שטויס, זיך נישט גערעכנט קיין פינטעלע מיט זייער געפילן, א זאך וואס איז גאר שווער צו פארשטיין ווי אזוי א טאטע קען דאס טוהן צו זיינע קינדער וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אים אלע יארן ובפרט אין זיינע קראנקע זמנים.

אין ביאלא איז דער זון פון די צוואה געווען אקטיוו אין די קהלה, צוגעהאלפן דעם מבשר טוב ז"ל מיט די הנהגה, געווען די ראש ישיבה וכדומה וואס יעדער האט פארשטאנען אז ער איז פאסיג פאר די פאזיצע, משא"כ די בכור וואס לעבט זיך אין די מרחקים אין מאנטשעסטער, און פירט א שיינע קהילה דארט, איז ניטאמאל נייגעריג אין די רעביסטעווע.

אין סאדיגורא האט מען נישט געשריבן די זון - נאך א בכור - וועלכע איז אלע יארן געשטאנען לימין די עקבי אבירים ובנו דער רבי ז"ל, און האט זיך אוועקגעגעבן זיין לעבן פאר כבוד סאדיגורה, די שיינע שול וכדומה אלעס איז אים צו פארדאנקען, געווען די ידו אריכתא פון זיידן אלע יארן, און מען האט אים געגעבן א שטויס וואס ער פארדינט זיך נישט, און עס געגעבן פאר א קלענערע ברודער'ל וואס האט קוים אנגעפאנגען צו כאפן פון וועלכע דינאסטיע סאדיגורה קומט, ופלא גדול הוא!


אינטערעסאנט וואס די פסקי תשובות קומט דא אריין, א טאטע איז בארעכטיגט צו שרייבן וועגן זיינע קינדער, אבער א פלימעניק מעג שוין אויך נישט ווערן א רבי אויף א צווייטע נאמען?!

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 12:20 pm
דורך אייזיק שפירא
בעל דרשן האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:52 am
און וועלכע שול זאל ער ווייטער דאווענען ווער קען אויסקלארן
חוץ די גרויסע ביאלא שול אויף יעקובזאן איז דא נאך א קליינע ביאילא שול אויף אמרכלים (זכרון משה געגענט)
וואס האט אויך באלאנגט פארן רבי'ן זצ''ל
די שול איז עלטער ווי די גרויסע שול

(אויב געדענק איך גוט, זענען די מתפללים דארט געווען אנגעווייטאגט אויף די חלקת יהושע, אויב איינער קען אויסקלארן)