בלאט 2 פון 3
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:29 am
דורך שמן למאור
סבא דבהתא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:07 am
הערה צו טוישן דעם קעפל צו ’כל
המיפר את התורה מעוני סופו שיצטרך לבריות’.
דער סאכי איז א מיפר את התורה נישט קיין מקיים
איך האב גראדע געטראכט דערפון, אבער היות רוב מענטשן וואס פירן זיך אזוי האבן א נאמען אין די גאס פון א "מקיים את התורה" האב איך עס געוואלט ארויסשטרייכן אויף דעם אויפן.
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:33 am
דורך שמן למאור
האלטער האט געשריבן: ↑
עפעס קוועטשט דעם זון יודל. דער אויסברוך זיינע קעגן זיין טאטע אין פראנט פון די גאנצע משפחה איז נאר א סימן פאר עפעס א אינערליכע ווייטאג וואס האט פשוט אויסגעפלאצט ברבים אויפן נישט ריכטיגן אופן. איך מיין דאס איז אויך די סיבה פארוואס אלע זענען אנטלאפן כדי נישט צו זיין אנוועזנד ווען יודל וועט כאפן וואס טוט זיך און ווערן פארשעמט. אפשר קען איך מיך פארבינדן מיט יודל זעהן וואס איך קען העלפן?
איך קויף עס נישט אפ. יעדעס מאל איינער קומט און שרייט קעגן א ריכטיגע עוולה וואס איז צריך תיקון, קומען די זעלבסט-געקרוינטע מומחים וואס עס געפעלט זיי נישט אז איינער רעדט דברים של טעם און מאכן עס אוועק, "נעעע, עפעס אנדערש דריקט אים",
פון וואו ווייסטו? האסט עפעס אינסייד אינפאו אויף דעם יודל? אפשר רעגט ער זיך טאקע יא ממש אויף די זאך וואס ער לייגט פאר בטוב טעם ודעת?
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:36 am
דורך הכנה דרבה
איך ווייס נישט צו דעם יודל קוועטשט עפעס אבער דעם האלטער קוועטשט זיכער.
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:41 am
דורך שמן למאור
עס שטייט דירעקט יא אין די תורה אז מען זאל מאכן חשבונות ווען מען געבט צדקה.
דער רמב"ם רעכנט אויס פארשידענע מדריגות פון צדקה און די העכסטע איז אז מען זאל שטיצן דעם נצרך אויף א וועג אז ער זאל זיך אליין קענען שטעלן אויף די פיס און לעבן א נארמאלן לעבן.
דאס פארקערטע פון דעם איז לכאורה א געהעריגע מסייע לדבר עבירה.
אודאי אז ער נעמט זיך אין די הענט אריין, טוט תשובה און זוכט א דזשאב, ער טוט וואס ער קען און עס איז נישט גענוג, אוודאי דארף מען ארויסהעלפן. (הגם צווינגען די שוואגערס מיט סכומים, וואס דו ווייסט אליין נישט זייער פינאנציעלע מצב איז קיינמאל נישט קיין מהלך.) אבער אז דער יעניגער פלאנט ווייטער עובר צו זיין אויפן מאמר חז"ל פון פשוט נבילה בשוק, ער פלאנט ווייטער צו טרעטן אויף זיין כתובה, און ער טוט עס דירעקט מיט די הילף פון די "צדקה געבערס" איז אין לך מסייע לדבר עבירה יותר מזה.
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:45 am
דורך שמן למאור
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 11:56 pm
וואו וואו וואו, זייער אינטערסאנט און זייער ווייטאגליך.
כדי צו מאכן א שמועס, לאמיר גיין פארקערט
דער ’סאכי’ האט געטון אן עוולה, דאס זעמיר אלע מודה, אבער למעשה ווי מ’שטייט יעצט דארף מען אים נישט ארויס העלפן? אויב זאגסטו ניין, דאן קען מען פארמאכן 90% פון צדקה ארגענעזאציעס.
ס'הערט זיך ווי זייער א גוטע טענה. אויף אזוי ווייט אז דו אויסניצערס ווייסן זייער גוט דערפון און זיי פארלאזן זיך מתחילה אז מען גייט שפעטער אזוי זאגן.
90% פראצענט פון צדקה ארגאניזאציעס זענען געשטעלט אויף מענטשן וואס טוען יעצט אין ווייטער עוולות און מען געבט זיי געלט אז זיי זאלן קענען ווייטער טון די עוולות במנוחה? איך מיין אז נישט.
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:49 am
דורך שמן למאור
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:13 am
זאקן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:10 am
ביסט פיינע נייעס!
ווען די שרייבסט מיין שוואגערס נאמען אנטשאטס סאכי וואלט איך שוין גערופן די פאליציי אז שמן למאור האט זיך אריינגעהעקט אין די ברודערס וואטס עפפ גרופ.
ים של שלום האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 11:29 pm
נישט קיין וויץ. ביי מיין איז געווען אזא מעשה כמעט אינגאנצן ווי די האסט עס אראפגלייגט. נאר מיט אביסל וויינגער דראמע
האמיר א חלק פון די משפחה....
ווערטס נישט אזוי עקסיידעד אז מען טרעפט דא אן משפחה מיטגלידער.
אזעלכע מעשיות מאכן זיך טאג טעגליך ליידער.
Re:
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:31 am
דורך אלפא
@שמן למאור איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו שרייבסט גוט?
עס איז געוואלדיג! דרמאטיש, ציענד, און באלערנד...
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:37 am
דורך אלפא
צוויי האט געשריבן: ↑
און אויב איינער וויל וויסן וואס מיינט צו מגלה זיין פנים בתורה שלא כהלכה זאל קוקן אויף די צווייטע תגובה אין דעם אשכול
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑
אגב איינער וואס גיבט געלט פאר אזא צוועק איז א ריכטיגע מסייע לידי עוברי עבירה למהדרין רח"ל.
רמב"ם -
אבות פ"ד מ"ה,
ולא מצאנו חכם מן החכמים, שהיה מגנה אנשי דורו על שלא היו מעשירים אותם חלילה לשם. אבל הם בעצמם היו חסידים מאמיני האמת לעצמם, והיו מאמינים בהשם יתברך ובתורת משה אשר בה יזכה האדם לחיי העולם הבא. ולא היו מתירים לעצמם לבקש ממון מבני אדם, והיו רואים שלקיחתו היה חלול השם בעיני ההמון, מפני שיחשבו שהתורה מלאכה מהמלאכות אשר יחיה בהם אדם ותתבזה בעיניהם, ויהיה מי שעושה זה "דבר השם בזה"(במדבר טו, יא).
כ'מיין מ'קען רואיג זאגן אז איינער וואס העלפט ארויס א מחלל השם איז א מסייע...
(עכ"פ לויטן שיטת הרמב"ם. ועי'
כאן לשאר השיטות)
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:39 am
דורך היימלינד
האלטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:09 am
עפעס קוועטשט דעם זין יודל. דער אויסברוך זיינע קעגן זיין טאטע אין פראנט פון די גאנצע משפחה איז נאר א סימן פאר עפעס א אינערליכע ווייטאג וואס האט פשוט אויסגעפלאצט ברבים אויפן נישט ריכטיגן אופן. איך מיין דאס איז אויך די סיבה פארוואס אלע זענען אנטלאפין כדי נישט צו זיין אנוועזנד ווען יודל וועט חאפן וואס טוט זיך און ווערן פארשעמט. אפשר קען איך מיך פארבינדן מיט יודל זעהן וואס איך קען העלפן ?
ער זאגט דאך זייער קלאר וואס עס שטערט איהם!
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:44 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
האלטער האט געשריבן: ↑
עפעס קוועטשט דעם זון יודל. דער אויסברוך זיינע קעגן זיין טאטע אין פראנט פון די גאנצע משפחה איז נאר א סימן פאר עפעס א אינערליכע ווייטאג וואס האט פשוט אויסגעפלאצט ברבים אויפן נישט ריכטיגן אופן. איך מיין דאס איז אויך די סיבה פארוואס אלע זענען אנטלאפן כדי נישט צו זיין אנוועזנד ווען יודל וועט כאפן וואס טוט זיך און ווערן פארשעמט. אפשר קען איך מיך פארבינדן מיט יודל זעהן וואס איך קען העלפן?
כ'האב מיך גראדע געוואונדערט וואס ס'איז דורכגעלאפן אינעם פאטער'ס מוח אין יענע שווערע מינוטן...
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:24 pm
דורך מי אני
דער רמב"ם שרייבט בהל' תלמוד תורה (פ"ג ה"י):
כל המשים על לבו שיעסוק בתורה ולא יעשה מלאכה ויתפרנס מן הצדקה הרי זה חלל את השם ובזה את התורה וכבה מאור הדת וגרם רעה לעצמו ונטל חייו מן העולם הבא.
ועיי"ש בכסף משנה באריכות ובסו"ד:
אפשר לומר שכוונת רבינו כאן היא שאין לאדם לפרוק עול מלאכה מעליו כדי להתפרנס מן הבריות כדי ללמוד, אבל שילמוד מלאכה המפרנסת אותו ואם תספיקנו מוטב ואם לא תספיקנו יטול הספקתו מהצבור ואין בכך כלום.
די שאלה דא איז צי דאס אז שאכי'ס ווייב ארבעט (וכמובן אז זי איז מוחל שעבודו של שאכי אליה, ועיין באבה"ע סימן ס"ט סעיף י'), איז גענוג צו זאגן אז עס איז כאילו למד מלאכה המפרנסת אותו אבער עס איז נישט מספיק. אדער אז
ער למעשה ארבעט נישט. (וע"ע בהל' מתנות עניים פ"י הי"ח וביו"ד סימן רנ"ה.)
דער רמ"א פסק'נט ביו"ד סימן רמ"ו סעיף כ"א:
כל המשים על לבו לעסוק בתורה ולא לעשות מלאכה להתפרנס מן הצדקה, הרי זה מחלל השם ומבזה התורה, שאסור ליהנות מדברי תורה. וכל תורה שאין עמה מלאכה גוררת עון וסופו ללסטם הבריות (לשון הטור). וכל זה בבריא ויכול לעסוק במלאכתו או בדרך ארץ קצת ולהחיות עצמו (רבינו יונה ורבינו ירוחם נתיב ב' וכ"כ הרמ"ה). אבל זקן או חולה מותר ליהנות מתורתו ושיספקו לו (לכ"ע). ויש אומרים דאפילו בבריא מותר (בית יוסף בשם תשובת רשב"ץ).
ועיי"ש בש"ך ס"ק כ'.
אין די שאלה איז אויך אז במקום וואו מ'פארשטייט אז שאכי'ס לעבנסשטייגער איז אומריכטיג, איז אבער, ווי ערווענט, יעצט אז מ'האלט שוין למעשה ביי אזא מצב איז צי דאס ווערט גערעכנט ווי למעשה מ'דארף געבן צדקה לקרובים הקודמים לשאר עניים כדאיתא ביו"ד סימן רנ"א סעיף ג-ד (הגם אז אפילו בזה איז פרנסת עצמו קודמת כדאיתא שמה ברמ"א), אדער איז דאס אזוי ווי געבן צדקה לבני אדם שאינם מהוגנים (כגון קללת ירמיהו הנביא בב"ק טז:), וואו ס'איז דא א חשש אז דאס גייט ריענפאָרסען און פּערפּעטשועיטן די אומריכטיגע התנהגות ומהלך החיים ווייטער.
(ועיין בדברי הרב דר. נתן סליפקין, וועלכע ברענגט צו פון הרב דר. יעקב צבי [יונתן] זאקס ז"ל אז דאס איז אזוי ווי שטיצען א דראָג-עדיקט ל"ע, וואס מאכט די פראבלעם ווייטער און ווייטער. כידוע, רעדט הרב דר. סליפקין ארום דערפון אפטמאל אויף זיין בּלאַג, אין די קאנטעקסט פון די בני א"י שאינם עוסקים במלאכה ולומדים תורה, און פאַלן צו לאַסט אויף שאר תושבי המדינה ואחיהם בגולה. לדוגמא.) איידער זאל מען אים נאר געבן די ברירה פון אים מציע זיין און אים צושטעלן א מלאכה [ובפרט אם היא כגון מו"ץ או מלמד או מגי"ש ור"מ או משגיח וכדומה] שיוכל להתפרנס ממנה בקביעות, וכמו שפסק המחבר ביו"ד סימן רמ"ט סעיף ו' עפ"י הרמב"ם בהל' מתנות עניים פ"י ה"ז (ועיין ביו"ד סימן רנ"ג סעיף י"א) עיי"ש, זייענדיג אז אנדערש איז דאס דאך נישט סאָסטעינעבּל.
כמובן, אז מפני כיבוד או"א איז נישטא קיין חיוב, זייענדיג אז ממון ביי כיבוד או"א אפילו לאביו ממש איז משל אב ולא משל הבן, ועיין לעיל ביו"ד סימן ר"מ סעיף ה', ובפרט וואו די קינדער ל"ד האבן דאס.
אולי איז דאס וואס
@האלטער מיינט אזוי ווי דער ערוך השלחן שרייבט דארט בסימן רמ"ו סעיף ט':
וכלל הדברים הם: כל הלומד תורה בעצמו חביבין עליו המצות ואוהב את החכמים ותומכן ומסייען שילמדו ויעסקו בתורה. וההיפך בהפכו.
והיינו, אז הגם יודל איז גערעכט וקבל את האמת ממי שאמרו, איז דאס אבער נישט דאס וואס שטערט אים, און עס קען זיין אַן אלגעמיינער אפשיי צו לומדי תורה (און מגדל השן סארט חכמים בכלל). כמובן, איז דאס אבער פארט אַן
עד האמינעם און א
דזשענעטיק פאָלאָסי/
עפּיעל צו מאטיוו, וואס באציהט זיך נישט לעצם גוף הטענה של יודל. כמובן אויך, האט יודל געדארפט ווען צו רעדן צום טאטן מיט מער דרך ארץ וכבוד, און אָן חוצפה און בדרך פּאָלעמיק.
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:52 pm
דורך צקון לחש
ווען מ'ברענגט מקורות פון חז"ל און ראשונים דארף מען אין אכט נעמען אז לימוד התורה היינט איז ווייט נישט די זעלבע ווי דעמאלטס, נעמליך אמאל האט מען געלערנט ליטערעלי אויף צו מנחיל זיין די תורה לדורות הבאים, משא"כ היינט מיט די הייפער אינפלעישאן פון אברכיזם און ישיבות איז עס 90% בלויז א מיטל צו אנפילן יארן און לייפטיימס פון ציוויליזאציע אפזונדערונג.
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 6:40 pm
דורך בונה של טוב
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 11:56 pm
וואו וואו וואו, זייער אינטערסאנט און זייער ווייטאגליך.
כדי צו מאכן א שמועס, לאמיר גיין פארקערט
דער ’סאכי’ האט געטון אן עוולה, דאס זעמיר אלע מודה, אבער למעשה ווי מ’שטייט יעצט דארף מען אים נישט ארויס העלפן? אויב זאגסטו ניין, דאן קען מען פארמאכן 90% פון צדקה ארגענעזאציעס.
ערשטנס: ס׳דא א חילוק צווישן העלפן און זיין אן enabler
העלפן איז ווען יענער וויל ווערן געהאלפן נישט ווען יענער וויל אויף יענעם׳ס חשבון זיך אויסהאלטן און לייגט נישט א פינגער אין קאלט וואסער
צווייטנס: ווען איינער באדט זיך אין מעלוינעס דעמאלס אוודאי האט ער א גרויסע מצוה צוצולייגן א האנט און העלפן דעם איד זיך שטעלן אויף די פיס (אוודאי, ווי פריער דערמאנט, דו קענסט נאר העלפן איינעם וואס וויל זיך טאקע העלפן- נישט סתם נעמען עדווענטעדש)
אבער ווען ס׳קומט צו פשוט׳ע hard working יונגעלייט וואס מוטשען זיך טאג טעגליך פאר פרנסה און שווימען נישט אין געלט, קענען זיי געבן מעשר אבער אוועקגעבן געלט פון דיין אייגענע משפחה איז לאו דוקא א חסד (לענ״ד איז עס זיין א doormat)
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 7:56 pm
דורך צוויי
צו ס'איז א חסד צו נישט ווייס איך נישט, איך ווייס נאר אז דער ר' יודל האט אויך געטוהן אן עוולה, אפי' ער האט געהאלטן אז זיין ברודער און טאטע טוען אן עוולה...
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 9:45 am
דורך שרייבען
וואס גייט אים העלפן צי מופן קיין אמעריקיא, ווען מען האט א שטיב מיט 11 קינדער קען אים קיין דשאב נישט העלפן
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 10:52 am
דורך מילך טראק
וואס די טאטע האט געטוהן, מחייב זיין די געשוויסטער מיט צען טויזעט דאלער איז אומריכטיג,
אבער יודל וואלט זיך געדארפט ארויס דרייען אז ער איז זייער געדרוקט אין געלט, די וועג וויאזוי יודל איז צוגעגאנגען איז לכאורה קעגן די הלכה פון כבוד אב
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 1:01 pm
דורך קהל'ס נער
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 10:52 am
וואס די טאטע האט געטוהן, מחייב זיין די געשוויסטער מיט צען טויזעט דאלער איז אומריכטיג,
אבער יודל וואלט זיך געדארפט ארויס דרייען אז ער איז זייער געדרוקט אין געלט, די וועג וויאזוי יודל איז צוגעגאנגען איז לכאורה קעגן די הלכה פון כבוד אב
כיבוד אב ווערט גע׳פסק׳נט איז משל אב, דהיינו, אז ס׳ברויך קומען פון טאטע׳ןס בערזל, און א טאטע קען נישט מחייב זיין א זוהן צו געבן געלט אלץ כיבוד אב.
די חלק פון רעדן חוצפה׳דיג איז טאקע אקעגן כיבוד אב, אבער ער האט געטוהן ריכטיג, זיין טאטע קלאפט עים שוין יארן אראפ אלץ די ארבעטער די לוזער אין פראסטאק פון די משפחה, זיין טאטע איז שוין יארן עובר אויף ״ואהבת לרעך כמוך״.
במילא אלץ ״ועם עקש תתפתל״ האט דער זוהן א חיוב צי אריינגעבן דעם טאטען אין טאטען׳ס טאטען אריין, בבחינת עבירה לשמה.
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 1:07 pm
דורך שמן למאור
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 10:52 am
וואס די טאטע האט געטוהן, מחייב זיין די געשוויסטער מיט צען טויזעט דאלער איז אומריכטיג,
אבער יודל וואלט זיך געדארפט ארויס דרייען אז ער איז זייער געדרוקט אין געלט, די וועג וויאזוי יודל איז צוגעגאנגען איז לכאורה קעגן די הלכה פון כבוד אב
דער עולם איז סטאק אויף דעם כיבוד אב. די מעשה איז פיקטיוו און איז געשריבן ארויסצוברענגען א נקידה. ס'איז אראפגעלייגט אויף אן אופן אז איינער יודל זאגט עס פאר יעדעם און די טאטע איז דארט, אבער ס'איז בלויז ארויסצוברענגען די נקידה.
אין ווארהייט גייט די מעשה געווענליך אז די טאטע איז מחייב די געלט און דער עולם געבט אומוועלנדיג, אדער דרייט מען זיך ארויס אויף א שיינעם אופן בשעת מען טראכט דאס וואס יודל האט דא פארגעשטעלט. מען היט טאקע אויף כבוד אב און כבוד הבריאות און מען קאמאנדעוועט נישט.
אינעם ארטיקל האב איך ארויסגעברעגט די אנדערע זייט, די שטילע זייט וואס מען זעט געווענליך נישט. די זייט וואס יעדער טראכט ביי זיך און הארצן. כדי עס ארויסצוברענגען שטארק האב איך אריינגעברענגט דעם יודל כאראקטער וואס איז טאקע א מחוצף פארן עס זאגן פארנט פונעם טאטע'ן, אבער איז דא ארויסצוברענגען די נקידה אויף א שטארקן אופן.
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 1:10 pm
דורך שמן למאור
שרייבען האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 9:45 am
וואס גייט אים העלפן צי מופן קיין אמעריקיא, ווען מען האט א שטיב מיט 11 קינדער קען אים קיין דשאב נישט העלפן
אין אמעריקע קען ער נעמען א דזשאב וואס וועט אים צאלן מער, און היות ס'איז נישט מספיק קען ער מיט רעכט קענען ארויפגיין אויף פוד סטעמפס און WIC און געניסן פונעם רייכן פעטערס טעקס ריטורן און אנדערע פראגראמען.
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 1:26 pm
דורך היימלינד
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 1:01 pm
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 10:52 am
וואס די טאטע האט געטוהן, מחייב זיין די געשוויסטער מיט צען טויזעט דאלער איז אומריכטיג,
אבער יודל וואלט זיך געדארפט ארויס דרייען אז ער איז זייער געדרוקט אין געלט, די וועג וויאזוי יודל איז צוגעגאנגען איז לכאורה קעגן די הלכה פון כבוד אב
כיבוד אב ווערט גע׳פסק׳נט איז משל אב, דהיינו, אז ס׳ברויך קומען פון טאטע׳ןס בערזל, און א טאטע קען נישט מחייב זיין א זוהן צו געבן געלט אלץ כיבוד אב.
די חלק פון רעדן חוצפה׳דיג איז טאקע אקעגן כיבוד אב, אבער ער האט געטוהן ריכטיג, זיין טאטע קלאפט עים שוין יארן אראפ אלץ די ארבעטער די לוזער אין פראסטאק פון די משפחה, זיין טאטע איז שוין יארן עובר אויף ״ואהבת לרעך כמוך״.
במילא אלץ ״ועם עקש תתפתל״ האט דער זוהן א חיוב צי אריינגעבן דעם טאטען אין טאטען׳ס טאטען אריין, בבחינת עבירה לשמה.
נאך א נקודה, ווייל ער האט אזוי גערעדט האט א געראטעוועט זיינע געשוויסטער אויך, משא"כ ווען ער דרייט זיך ארויס איידעלערהייט בלייבן זיי סטאק
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 1:39 pm
דורך מי אני
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 1:01 pmדי חלק פון רעדן חוצפה׳דיג איז טאקע אקעגן כיבוד אב, אבער ער האט געטוהן ריכטיג, זיין טאטע קלאפט עים שוין יארן אראפ אלץ די ארבעטער די לוזער אין פראסטאק פון די משפחה, זיין טאטע איז שוין יארן עובר אויף ״ואהבת לרעך כמוך״. במילא אלץ ״ועם עקש תתפתל״ האט דער זוהן א חיוב צי אריינגעבן דעם טאטען אין טאטען׳ס טאטען אריין, בבחינת עבירה לשמה.
לכאורה מיינסטו דעם רמ"א ביו"ד סימן רמ סעיף ח:
עד היכן כיבוד אב ואם? אפילו נטלו כיס של זהובים שלו, והשליכו בפניו לים – לא יכלימם ולא יצער בפניהם ולא יכעוס כנגדם, אלא יקבל גזירת הכתוב וישתוק.
הגה: ויש אומרים דאם רוצה לזרוק מעות של בן לים, דיכול למונעו, דהא אינו חייב לכבדו רק משל אב, אבל לא משל בן (טור בשם רבינו יצחק). ואין חילוק בין לכבדו או לצערו (תרומת הדשן סימן מ'). ודווקא קודם שזרקן, דאפשר דמימנע ולא עביד, אבל אם כבר זרקוהו – אסור לאכלומיה. אבל יוכל לתובעו לדינא (טור בשם הרא"ש). ודווקא אם רוצה לזרוק כיסו לים, דאית ביה חסרון כיס. אבל אם רוצה להעביר ממנו ריוח בעלמא – אסור בכל ענין (ר"ן פרק קמא דקידושין). בן שיש לו דין עם אביו, והאב הוא תובע הבן – צריך הבן לילך אחר אביו, אף על פי שהבן הוא נתבע ודר בעיר אחרת, שזהו כבוד אביו. אבל האב חייב לשלם לבן הוצאות, דאינו חייב לכבדו משל בן (במהרי"ק שורש נ"ח), כמו שנתבאר.
און דער ש"ך שרייבט דארט בס"ק יא מהב"ח:
והב"ח כתב דגם הסברא ראשונה ס"ל דאין לחלק בין לכבדו או לצערו, אלא שטעמו דכיון שצריך אחר כך לשלם כל הפסדו, לכן אין לו להכלימו בשביל כך, והי"א ס"ל דכדי שלא לטרוח למיקם בדינא ודיינא יכול למנעו עיין שם
ועיין לעיל בסעיף ג (ובש"ך שם ס"ק ד) ולהלן בסעיף יא.
מענין לענין באותו ענין
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 5:03 pm
דורך פאסטעך
האב איך געהערט אויף שמואלי אונגאר'ס פאדקעסט (עפיזאד 26, 20:06) ווי הרב עזריאל מאנדל קלעימט אז דער רמב"ם שרייבט אז ווען מען ווערט 'אן עדאלט מען וואקסט אויף' דארף מען איבערלערנען וואס מען האט געלערנט (?). ע"כ.
איך קען נישט אזא רמב"ם, איינער ווייסט דא יא צו זאגען פון אזא רמב"ם?
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:00 pm
דורך צקון לחש
מ'קען אפשר ארויסדרינגען אזוי פון דעם וואס דער רמב"ם האט געשטעלט ספר המדע בעפאר אהבה און קדושה