בלאט 2 פון 2
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 4:28 pm
דורך פאסטעך
IMG_20240602_162734_759.jpg
יא יא, אלע צרות הייבט זיך אן פון די געשוויסטער, וואס מיינען נאר צו העלפן..
איין כלל פעלט פארן היימישן ציבור:
טוע נישט קיין חסד, וואס אינוואלווד א צווייטענס פיין.
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 7:44 pm
דורך פאסטעך
א גאר שטארק תורה'לע איבער חתן דנן:
ס'איז באקאנט די מעשה פון שמואל הנביא'ס טאטע, אלקנה, מיט זיינע צוויי ווייבער, חנה און פנינה. פנינעלע האט געהאט אסאך קינדער, און נעבעך חנה'לע איז אן עקרה געוועהן. און זייער געטרויערט, און זיך באקלאגט. שטייט אין שמואל (א, א ו-ז):
וְכִעֲסַתָּה צָרָתָהּ גַּם-כַּעַס, בַּעֲבוּר הַרְּעִמָהּ: כִּי-סָגַר יְהוָה, בְּעַד רַחְמָהּ. וְכֵן יַעֲשֶׂה שָׁנָה בְשָׁנָה, מִדֵּי עֲלֹתָהּ בְּבֵית יְהוָה--כֵּן, תַּכְעִסֶנָּה; וַתִּבְכֶּה, וְלֹא תֹאכַל.
און חז"ל פארציילן (פסיקתא סו"פ ג):
מה היתה עושה? אמר רבי נחמן בר אבאא: היתה פנינה משכמת ואומרת לחנה: 'אין את עומדת ומרחצת פניהם של בנייך כדי שילכו לפני הספר'. ובשש שעות היתה אומרת: 'אין את עומדת ומקבלת את בנייך שבאו מבית הספר'. ר' תנחום בר אבא אמרב: היו יושבין לאכול, והיה אלקנה נותן לכל אחד מבניו חלקו, והיתה אומרת לאלקנה: 'תן לזה בני חלקו, ולזה בני חלקו, ולזה לא נתת חלקו'.
אבער חז"ל מאכן קלאר אין מסכת בבא בתרא (טז.):
אָמַר רַבִּי לֵוִי פְנִינָה לְשֵׁם שָׁמַיִם נִתְכַּוְּונָה!
ווידעראום חז"ל אין פסיקתא (שם) דרש'נען דארט אויפן פסוק (ב, ד): וְרַבַּת בָּנִים אֻמְלָלָה:
כשבא לפקוד את חנה, היתה חנה יולדת בן אחד, ופנינה קוברת שני בנים, ילדה חנה ארבעה, ופנינה קוברת שמונה.
שטעלטצעך די קשיא, כ'הער נישט? זאג העכער, זייער גוט, אז אויב האט זי מכוון געוועהן לשם שמים, פארוואזשע, קומט איר דאס עונש. זאגט רבי חיים שמואלעוויטש אין שיחות מוסר (תשל"א עמוד קכד) א מורא'דיגע טייערע ווארט:
וכבר ביארנו דבעבירות שבין אדם לחברו, לא מועלת כונה טובה ואפי' עשה ונתכוין לשם שמים. וכמו שמצינו בפנינה שאמרו חז"ל כי בניה לשם שמים נתכונה, ואעפי"כ נענשה באופן חמור כל כך שמתו כל בניה, ככתוב "רבת בנים אומללה", ואעפ"י שפנינה צדקת גמורה היתה, ובודאי הי' קשה לה מאד לצער את חנה, וכל מה שעשתה לא עשתה אלא להביאה לידי תפילה, והי' בכך מסי"נ ממש מצד פנינה, ובכ"ז מה נורא עונשה. וכל כך למה, כי הפוגע בחבירו יהיו מחשבותיו אשר יהיו הריהו כמכניס ידו לתוך תנור אש, ואין הכונה הטובה יכולה לשנות בזה מאומה, הסכנה שבעבירה בין אדם לחבירו היא כמציאות טבעית, ממש כשם שהאש שורפת בדרך הטבע.
און אזוי שרייבט אויך רבי חיים קאניעווסקי אין טעמא דקרא (שמואל שם).
איז יא, דארף מען טאקע... בבא"א.
---------------
א. תלמוד רב, אבל עי' שדי חמד חלק ב עמוד שט. וצ"ע.
ב. הוא הר' תנחומא הנודע מארץ ישראל, בעל המדרש תנחומא.
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 9:23 pm
דורך נעכטן
ליבי אומר לי אז דאס פארשפרייטן דער קליפ איז אויך ליידער פארכאפט אין א אגענדע צו אריינברענגען די קינדער אין די סכסוך רח”ל (א הרגשה)
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 9:37 pm
דורך חיים׳ל ברוקלינער
נעכטן האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 9:23 pm
ליבי אומר לי אז דאס פארשפרייטן דער קליפ איז אויך ליידער פארכאפט אין א אגענדע צו אריינברענגען די קינדער אין די סכסוך רח”ל (א הרגשה)
אה הייסט עס אז ביז יעצט זענען די קינדער נישט געווען אינוואלווד אין די סכסוך...
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 10:25 pm
דורך kolal1
אויב דעס איז די קעיס, דארף מען דעס אויך נעמען אין חשבון, אז מען האט צו טון מיט משוגעים וואס טרייען אריינצומישן די קינדער און מען דארף עס פאר יעדע פרייז עוואוידען!
דעס טאר נישט זיין עקסעפטעבל.
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 10:30 pm
דורך yesiknow
רבי נחמן אמר נצחון שונא את האמת, מי שרוצה לנצח לא איכפת לו כלום רק לנצח .
ש(ס)וחטי ילדים קרבן עולה כליל תקטר, האי סעלפיש קאד וואן בי?
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 12:04 am
דורך kolal1
ווער קען עס שיקן צו הצדיק יונתן שווארץ די איינציקסטע וואס טוט צו די זאך ביי די פעלער
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 12:12 am
דורך yesiknow
הוא כבר בתוך ענינים ער האט שוין געלאזט הערען חוות דעתו, ער רעדט צום דבר , נאר דער וואס דארף עס הערען איז זייער ביזי לנצח על מלאכת בית השם..
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 12:21 am
דורך whatever
כ'ווייס איך גיי כאפן פארדעם, אבער איך זאג עס עניוועי...
שולדיג זענען 'אלע' מענטשן וואס מישן זיך אריין!!! נישט איך און נישט דו האבן אן אהנונג וואס איז דארט פארגעגאנגען, און אפילו מ'ווייסט יא, און מ'ווייסט קלאר אז איין צד איז נישט גערעכט, איז אויך נישט ריכטיג זיך אריינצומישן!! די שלעכטס קומט נאר פון 'אלע' וואס מישן זיך אריין!! שיק נישט!! רעד נישט!!! און הערטס אויף פארשפרייטן העיט!!
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 1:34 am
דורך נעכטן
whatever האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 12:21 am
כ'ווייס איך גיי כאפן פארדעם, אבער איך זאג עס עניוועי...
שולדיג זענען 'אלע' מענטשן וואס מישן זיך אריין!!! נישט איך און נישט דו האבן אן אהנונג וואס איז דארט פארגעגאנגען, און אפילו מ'ווייסט יא, און מ'ווייסט קלאר אז איין צד איז נישט גערעכט, איז אויך נישט ריכטיג זיך אריינצומישן!! די שלעכטס קומט נאר פון 'אלע' וואס מישן זיך אריין!! שיק נישט!! רעד נישט!!! און הערטס אויף פארשפרייטן העיט!!
100% !
דעס ארום שיקן מכלומרשט צו ווייזן… איז א פארברעכן !
דאס ווייזט נאר ווי אומסענסעטיוו מ׳איז צו די קינדער און צו זייערע געפילן !
״אזויווי א איד זאל כאפן א קליפ און ארומשיקן ווי אן אראבער שטעכט א איד צום טויט רח״ל״ פארשטייט יעדער אז עפעס איז נישט בסדר מיט דעם איד..
און דאס ווייזט נאר אויף די אומסענסעטיווקייט צו די איידעלע געפילן פון א נפש!
(ניין! מכלורמשט וויל ער נאר ווייזן פארן עולם אז דער עולם זאל וויסן ״אין גראפיש וויאזוי די אראבער הארגעט ״באמת״ דער איד צום טויט״ טוה מיר א טובה!!
אויב וויל ער ארויסברענגען די ווייגעשריי, דאן געב א קוק ״ווי העסקן ר יונתן שרייט און בלוטיקט…! און נאך עסקנים…! אבער אפכאפן און ארימשיקן??!! דאס ווייזט דאך ממש די פארקערטע וואס מוויל ארויסברענגען!
אדרבה! סקוקט אויס ווי א חלק פון די מחלוקת איז טאקע דאס פאבליצירן און אונז אלע אומווילנדיג אריינשלעפן און די פייער!! רח״ל
איך האף איך האב מיר גענוג קלאר ארויסגעברענגט!
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 11:15 am
דורך בר חכים
א גט איז ביטערליך,
אמאל איז נישט דא קיין ברירה,
אבער די אומשילדיגע קינד דארף מען נישט אריינמישן,
יעדע קינד וואלט געוואלט האבען א געוואלדיגע לעכטיגע פרייליכע שטוב,
עס זענען דא קליגע עלטערן וואס ווייסן וויאזוי אוועקצולייגן די אייגענע געפילן אז דאס קינד זאל ווייניגער ליידן,
אבער פארקערט איז אויך דא,
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 12:57 pm
דורך בן נח
לדעתי העניה איז די אלע תגובות דא אהער און אהין, טאטעס צד מאמעס צד, יא גערעכט די ווידיאו נישט גערעכט די ווידיאו. ווי זאגט מען - יא מיסד די פאונט.
וואס מען זעט דא איז ווי א יודוש קינד ווערט געשאכטען, נישט קיין חילוק ווער האט עס צוגעברענגט.
והחי יתן אל לבו... זשאסט טריי יאר בעסט טא ביהעיוו...
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 1:54 pm
דורך yesiknow
נעכטן האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 1:34 am
whatever האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 12:21 am
כ'ווייס איך גיי כאפן פארדעם, אבער איך זאג עס עניוועי...
שולדיג זענען 'אלע' מענטשן וואס מישן זיך אריין!!! נישט איך און נישט דו האבן אן אהנונג וואס איז דארט פארגעגאנגען, און אפילו מ'ווייסט יא, און מ'ווייסט קלאר אז איין צד איז נישט גערעכט, איז אויך נישט ריכטיג זיך אריינצומישן!! די שלעכטס קומט נאר פון 'אלע' וואס מישן זיך אריין!! שיק נישט!! רעד נישט!!! און הערטס אויף פארשפרייטן העיט!!
100% !
דעס ארום שיקן מכלומרשט צו ווייזן… איז א פארברעכן !
דאס ווייזט נאר ווי אומסענסעטיוו מ׳איז צו די קינדער און צו זייערע געפילן !
״אזויווי א איד זאל כאפן א קליפ און ארומשיקן ווי אן אראבער שטעכט א איד צום טויט רח״ל״ פארשטייט יעדער אז עפעס איז נישט בסדר מיט דעם איד..
און דאס ווייזט נאר אויף די אומסענסעטיווקייט צו די איידעלע געפילן פון א נפש!
(ניין! מכלורמשט וויל ער נאר ווייזן פארן עולם אז דער עולם זאל וויסן ״אין גראפיש וויאזוי די אראבער הארגעט ״באמת״ דער איד צום טויט״ טוה מיר א טובה!!
אויב וויל ער ארויסברענגען די ווייגעשריי, דאן געב א קוק ״ווי העסקן ר יונתן שרייט און בלוטיקט…! און נאך עסקנים…! אבער אפכאפן און ארימשיקן??!! דאס ווייזט דאך ממש די פארקערטע וואס מוויל ארויסברענגען!
אדרבה! סקוקט אויס ווי א חלק פון די מחלוקת איז טאקע דאס פאבליצירן און אונז אלע אומווילנדיג אריינשלעפן און די פייער!! רח״ל
איך האף איך האב מיר גענוג קלאר ארויסגעברענגט!
לעת עתה איז גענוג אז די ביסט קלאר אין דעם
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 2:48 pm
דורך א גוט יאר
אידיש בליט
נישט דא קיין ווערטער!
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 4:27 pm
דורך אוהב ספרים
צוריק צום נושא.
וואס איז מיט דעם קינד אנדערש ווי אלע קינדער וואס דער פארפאלק האט? אויף איינע פון די וואיסנאוטס הערט מען אז עס איז דא ארדער אוו פראטעקשען נאר אויף א חלק פון די קינדער.
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 5:54 pm
דורך וואס זאגסטו
איך בין געדעמעדזשט פון די ווידאו
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 6:23 pm
דורך Visionary
kolal1 האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 12:04 am
ווער קען עס שיקן צו הצדיק יונתן שווארץ די איינציקסטע וואס טוט צו די זאך ביי די פעלער
כ'האב נאר איין פראבלעים מיט רבי יונתן. ער אליינס האט נישט געלאזט זיין עקס האבן קיין שייכות מיט זיין און איר אייגענע קינדער און עד היום רעדן זיי נישט צו איר.
אפשר לעבט ער מיט חרטה און וועגן דעם פייט ער דאס. אזוי ווי די פראודיען טערם פון repression. די שאלה באדערט מיר שוין א לאנגע צייט.
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 9:48 pm
דורך א גיטען
Visionary האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 6:23 pm
kolal1 האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 12:04 am
ווער קען עס שיקן צו הצדיק יונתן שווארץ די איינציקסטע וואס טוט צו די זאך ביי די פעלער
כ'האב נאר איין פראבלעים מיט רבי יונתן. ער אליינס האט נישט געלאזט זיין עקס האבן קיין שייכות מיט זיין און איר אייגענע קינדער און עד היום רעדן זיי נישט צו איר.
אפשר לעבט ער מיט חרטה און וועגן דעם פייט ער דאס. אזוי ווי די פראודיען טערם פון repression. די שאלה באדערט מיר שוין א לאנגע צייט.
שקר
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 10:34 pm
דורך Visionary
א גיטען האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 9:48 pm
Visionary האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 6:23 pm
kolal1 האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 12:04 am
ווער קען עס שיקן צו הצדיק יונתן שווארץ די איינציקסטע וואס טוט צו די זאך ביי די פעלער
כ'האב נאר איין פראבלעים מיט רבי יונתן. ער אליינס האט נישט געלאזט זיין עקס האבן קיין שייכות מיט זיין און איר אייגענע קינדער און עד היום רעדן זיי נישט צו איר.
אפשר לעבט ער מיט חרטה און וועגן דעם פייט ער דאס. אזוי ווי די פראודיען טערם פון repression. די שאלה באדערט מיר שוין א לאנגע צייט.
שקר
ווייל די ווייסט אדער ווייל די מיינסט. פאקט, זיינע זוהן האבן מיט זייער מאמע נישט גערעדט. פרעג זיינע זוהן. איך קען זיי פרעזענליך.
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 12:13 pm
דורך היימלינד
ער רעדט אייביג פון די גוטע רילעשינשיפ וואס ער האט מיט די יעצטיגע ווייב'ס X, אבער וועגען די שמוציגע ווילדע פרשה ביי "זיין" גט רעדט ער נישט.
יא, יא, ער האט אסאך עקספיריענס, העלפן אנדערע איז אמעזינג אבער קלין אויף דיין אייגענע מעסס אויך אנשטאט קאווערן די גילט דורך העלפן אנדערע