בלאט 2 פון 2
Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 10:25 pm
דורך סקעפטיקער
נאר וואס דען?
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 10:30 pm
דורך הכנה דרבה
DNA
Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 11:39 pm
דורך שיינע איד
איך בין אויך שטאלץ צו זיין א איד ווייל איך בין דא געבוירען ממילא ווייס איך נישט פין עפעס בעסערס
Re: Re:
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:02 am
דורך טמיר
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 9:46 pm
טמיר האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 9:07 pm
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 10:01 am
איך בין א פראוד אמעריקען, איך בין אויך פראוד צו זיין א באבובער, מיט אידישקייט האב איך נאכנישט געטראפן וואס צו זיין פראוד.
וויפיל באבובע נאבעל פרייז געווינער זענען דא?
וואס האט באבוב בייגעשטייערט פאר יומעניטי?
איך בין א ספרדי ממילא מיט נאבעל פרייז געווינער, עקאנאמישע אנדרייער, העכער ווי עוורידזש IQ, וואס זענען אשכנזישע זאכן קען איך מיך נישט גרויסהאלטן סייווי.
באבוב האט בייגעשטייערט פאר יומעניטי הערליכע ניגונים און דורות פון צדיקים קדושים וטהורים וואס האבן באלאכטן די וועלט מיט זייער קדושה און רפואות וישועות אפילו פאר גוים.
צוריק צום ערשטן פוינט, די אשכנזים האבן זיך אנגעשלאסן אינעם אידישן פאלק מיט ארום א טויזענט יאר צוריק, אבער בעפאר דעם זענען מיר אידן שוין איינמאל געוועהן רודפים, נאך א זאך מיט וואס איך אלץ ספרדי קען מיך נישט גרויסהאלטן.
אבער באמת ביזטו גערעכט ווייל מיין רבי אין חדר פלעגט אונז מסביר זיין וויאזוי גאוה ארבעט, אז אפילו דער גארבידזש קאלעקטער ווען ער הייבט אויף דעם גארבידזש פילט ער אויך פראוד. סאו מה נפשך אויב דארף איך אן ego stroke וועל איך שוין טרעפן מיט וואס זיך גרויסצוהאלטן, אבער... איך האב עס שוין געטראפן אין באבוב, חבל.
ספרדים זענען פונקט אזוי געווען עקאנאמיע באשטייערער ווי זיי זענען געווען. די טערקן האבן חוזק געמאכט פון די שפאנישע פארן מגרש זיין די יודן, און האבן זיי אריינגענומען מיט אפענע ארעמעס טאקע וועגן דעם. וכן הוא, זיי האבאימפריה. אויפבויען די טערקישע אימפעריע.
באבוב as a whole האט גארנישט צוגעגעבן חי מענטשהייט מער ווי עני אנדערע גרופע. אויב איז געווען דארט איינער וואס האט געקענט קאמפעזירן שיינע ניגונים, אדער א צדיק, ממילא איז וואס?
יודן זענען געווען רודפים עניטיים די לעצטע 2-3 טויזענט יאר?? גייסט צוריק צי יהושע בן נון'ס צייטן? האלא!
Re:
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 11:16 am
דורך סקעפטיקער
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 10:30 pm
DNA
די איטליענע DNA ווייזט טאקע אז עס זענען געווען התבוללות (מיט גירות אדער אן) אבער אשכנזים האבן נאכאלס מיטל מזרח DNA אויך
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:38 pm
דורך הכנה דרבה
גאר ווייניג
Re: Re:
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 7:00 pm
דורך הכנה דרבה
טמיר האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 12:02 am
באבוב as a whole האט גארנישט צוגעגעבן חי מענטשהייט מער ווי עני אנדערע גרופע. אויב איז געווען דארט איינער וואס האט געקענט קאמפעזירן שיינע ניגונים, אדער א צדיק, ממילא איז וואס?
באבוב האט פראצענטיש פראדוצירט מער קאמפאזיטער און צדיקים ווי אידן (אשכנזים, ספרדים, מזרחים, אתיופים צוזאמען) האבן פראדוצירט נאבעל פרייז געווינער און וועלטבארימטע באנקירער. געדענק אויך אז דיינע הויעכבשאפריצטע עקאנאמיע ביישטייערער באלאנצירן זיך אויס מיט די מעידאפס און עפשטיינס לאורך כל הדורות, זאכן וואס באבוב האט נאכנישט פראדוצירט.
Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2024 7:02 pm
דורך אורות
צום קעפל איז די ענטפער אז יא
אונז האבן אסאך צוגעגעבן צו די וועלט
Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2024 3:59 am
דורך [NAMELESS]
א תשובה צו די שאלה
פארוואס נישט?
Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2024 10:41 am
דורך מילך טראק
איך בין נישט פראד
אבער איך שעם זיך אויך נישט,
איך האלט מיך נישט גרעסער ווייל איך בין א איד,
די גאנצע אנקעטע איז דא נאר די הערטיש נישט די רעליגיע
Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2024 10:41 am
דורך מילך טראק
וואס האבן אנדערע קהילות יא צוגעגעבן מער ווי באבוב?
Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 12:26 pm
דורך א גוט יאר
צ"ק
יא!
Re: ביזטו proud צו זיין א יוד?
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2024 1:38 pm
דורך לאכעדיג
איך זעה אז מען האט דערמאנט באבוב אין די אשכול איז פאסיג דא צו שרייבן דערוועגן.
נעכטן נאכט איז געגנבעט געווארן די שטעקן פונעם רבין פון 48, מטעם קהל שערי בנציון איז ארויסגעלייגט געווארן א מודעה אז ווער ס'ווייסט עפעס דערוועגן זאל זיך מעלדן צום משב"ק.
כי במקלי עברתי את הירדן הזה...!