בלאט 2 פון 2
Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 7:12 pm
דורך גליקלעך
היכי דמי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 10:23 pm
אלעס פיין און וואויל.
ביזט מודה אז די קאמפיין איז געווען אויף די אינטערנעט? א זאך וואס אלע רבנים האבן געאסערט עס צו נוצן שלא לצורך פרנסה?
ביזט מודה אז די רבי האט געשריגן אז עס איז אסור בהנאה
א גוט יאר האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 4:11 pm
דאס איז זאלי
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 6:10 pm
דרייקאפ.קאם/סאטמאר
שמך נאה לך ואתה נאה לשמך
איך שטוין מיט וואונדער!
קיינער דא האט זיך נישט גענומען די מיה עקטשולי אפצוליינען די צעטל וואס מען האט דא געברענגט פון זאלי???
ער זאג דארט אז מען האט אים געזאגט פון די לעיקוואד קאמפיין, און ער האט גאר מסכים געווען דערצו! נאר דערנאך איז ער געוואויר געווארן אז די קאמפיין גייט אויף אן אויפן פון ”סאושעל מידיע”, און ער זיך קלאר מסביר וואס ער מיינט דערמיט! נישט סתם די אינטערנעט, נאר יעדער קען זעהן יעדעם’ס קאמענטס, פרויען קענען שרייבן צו מענער וכדו’, און דאס איז וואס איז אסור בהנאה. דאס איז וואס זיין פראבלעם איז.
פאר סאם ריזען האבן ענק אלע באשלאסן דאס צו איגנארירן...!
די זאליס האבן טאקע אזוי געטון, און אראפגענומען די אלע זאכן ביי די ק”י קאמפיין, און געמאכט אסאך גדרים.
Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:22 pm
דורך סעגאל
ודברת בם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 06, 2024 7:16 am
ווייל זיי האבן נישט סאשעל מידיע האבן זיי recruited זייערע אינגעלייט צו מאכן טעלעפאן קאולס אויף א גאר מאדנע לעוועל.
מיינע קאזינס וואס איך רעד צו איינמאל אין פינעף יאר הערן נישט אויף קלינגען.
די חלק איז ביי יעדע טשערעדי קאמפיין
Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2024 9:50 am
דורך מילך טראק
לויט הרב וואזנער, און ר ישראל דוד הארפענס איז נישט דא קיין שום היתר צו זיך באניצן מיט די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, איך וויל נישט הירן קיין שום תירצים
Re: היכי תמצא: אן אנליין קאמפיין וואס איז נישט אנליין
נשלח: זונטאג יוני 09, 2024 9:56 am
דורך גאנצל
וואסער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 8:30 pm
האק נישט אין קאפ בנוגע מהרי"י
סאטמאר קרית יואל איז בכלל נישט געווען קיין אנליין קאמפיין, די גאנצע אנליין איז כמעט נאר געווען ווי א קרעדיט קארד מאשין.
כדי צו פארשטיין וואס מען האט געטון דארף מען מקדים זיין, די פראבלעם פון די אנליין קאמפיינס איז די רייץ מיטצואהלטן לייוו א גאנצע צייט, און אזוי אויך מיטצוהאלטן ווי יעדע טיעם האלט. דאס אלעס האט מען געהרגעט. (קוק ווייטער וואזוי)
דאס זענען די זאכן וואס מען האט געטון דערפאר:
ווועלכע לצים האבן אפגעמאכט אז די פראבלעים איז בלויז דאס אז עס איז א רייץ מיט צוהאלטן ?.....