בלאט 2 פון 3
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 11:51 am
דורך חמול על מעשיך
א ליסטע פון נעמען דארפסטו איך האב סאך מער פון ליסטעס איך האב דאטא איך וועל מיר צאמנעמען אין איבערגעבן
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 12:14 pm
דורך האי פרושא
יקנהז האט געשריבן: ↑
חמול על מעשיך האט געשריבן: ↑
וואס הייסט קהילה רעקאמענדירטע? ס’דא אסאך קהילות אין ס’דא אסאך רעקאמענדירטע, קום אריין מיט א נאמען
די קהלה איז סאטמאר מהר"יי און די נאמען פונעם מדריך האב איך נישט אין פלאן דא צו שרייבן דערווייל.
אבער עניוועי וואס איז נוגע די נאמען... אדרבה אויב איינער דא איז געווען ביי א עסטעבלישמענט חתן רבי די לעצטע 10-15 יאר און ער האט אים געהאקט אין קאפ וועגן איסור הנאה און אז ס'נאר א דיעבד'דיגע זאך וכו' זאל ביטע דא שרייבן, (אבער חמול דו בעט פון יענעם אויך נעמען...)
אלס איז זייער גוט אויב ביידע ווייסן וואס טוט זיך פון פאראויס נאר מען דארף איינער זאל זאגן וויאזוי מען לייגט עס אריין אין הלכה,
אויב ביידע ווייסן נישט איז אויך א פראבלעם, אבער גארנישט קומט נישט צו צו א פראבלעם ווען איינער ווייסט און דער אנדערער נעמט אינפארמאציע נאר פון א פאררוקטע טיטשער - רבי וואס האט נישט געקענט שפייזן זיינע קינדערלעך אויף א צווייטע אופן....
דו כאפסט אז דו נעמסט א קינד, על פי רוב א מיידל, און דו באכעסט צוואנציג יאר ווי טמא זי איז ועוד, און דו ווילסט עס אפמעקן מיט א מדריך וואס זאגט אז ס'קען נישט גיין אן הנאה....
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 5:35 pm
דורך חמול על מעשיך
יא, די זעלבע איז ביים בחור וואס דו האקסט אים אין קאפ וועגן קדושה פאר 20 יאר, און אויב דו צוטיילסט נישט גוט פארן חתונה לעבט ער ווי א דאגי.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 7:27 pm
דורך yesiknow
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑
נישט ממש, ווייל א מענטש'ס גוף ונפש וואס דארף עס נאטורליך! און דאס טוהען די אז"ג הייליגע מדריכים אויך צונעמען, אדער עכ"פ ער זאל שפירן ווי א שייגעץ פארן זיין און טוהען נארמאל...
הייליגע שמחה,
דו זאגסט גוט און אמת, איך זאג נאר פאר די וואס זענען מגרה את יצרם דורך קוקן אויף וואס איז נישט זייערס און קענען (וועלן) נישט האבן, אז זיי מאכען זיך שווער דאס לעבן, אסאך מאל פארלאנגען זיי פון זייער ווייבעלע צו זיין ווי יענע וואס זיי האבן געזעהן אין גראסערי אדער ווייסעך ווי. אז מען קוקט נישט אין יענעמס טעלער ווערט מען געזעטיגט פון די אייגענע פארציען, אנדערע ווערן מיזרעבל פון וועלן יענעמס א חפץ, דיינס איז די שענסטע בעסטע פאר דיר, שמח באשת נעוריך.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 7:42 pm
דורך חמול על מעשיך
אלעס איז גוט געזאגט אויב מען ווייסט פון דעם טייטש פון שמח באשת נעוריך, אבער וואס זאל מען טוהן אז מ'לערענט נאר אויס דעם קדש עצמך במותר לך?
איך ווייס פון א רב וואס פארפירט זייער קעגן זכו מיט דעי אלע קארסעס, און זיין שניר האט פארציילט אז איר מאן צווינגט איר צו לייגן מעיקאפ ווייל ער באקומט הרהורים פון די שכנה..
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 9:43 pm
דורך איך אויך
פארוואס אין גאט'ס וועלט דארף ער איר 'צווינגען' צו לייגן אזא פשוטע זאך ווי מעיקאופ? זי פארשטייט נישט אליינס?
Re: א מצוה שלא לשם מצוה?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:14 am
דורך yesiknow
דאס איז נישט אזא גרויסע קשיא מיטא, ביי זיי אין משפחה קען זיין איז דאס אזוי אסור ווי א שייטל. מיין קשיא איז פארוואס קוקסטו אויפן שכנה פאר העווענס סעיק? זי איז נישט דיינס און וועט קיינמאל נישט זיין דיינס! והשנית, אויב דיין אשה וועט אויך זיך שמירן וועסטו שוין נישט האבן הרהורים פון דיין שכנ'ס ווייב?
מארגן וועסטו זעהן א אנדערע מיידל מיט א קורצע (אדער א לאנגע) קליידל און אודך הרהורים! איף יו סי סאמטינג לאק עוועי, וועסטו אנפאנגען צו הנאה פון דיין אייגענע שיינע בעיוטיפול ווייב.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:28 am
דורך יין שרף
Btw איינס פון די התחייבות פון כתובה איז געבן makeup פאר די ווייב. אין שו"ע אבה"ע שטייט קלאר אפי' וועלכע מיני און וועלכע קאלאר. שווארצע פאר די אויגן, Blush פאר די באקן ect.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:33 am
דורך יקנהז
יא איך ווייס, רעדסט דברים של טעם...
ס'דא וואס מיינען אז מצילתו מן החטא מיינט אז ווען דו וועסט קוקן אויף אנדערע וועט עס דיר שוין נישט גליסטן ווייל דו האסט דיינס, ס'הייבט זיך נישט אן, די מים גנובים און די דמיונות אז יענעמ'ס גראז איז גרינער לויפן נאך אפי' מ'האט די שענסטע הדר, ס'איז מציל אז דו זאלסט וויסן אז דו האסט שוין דיינס און הער שוין אויף קוקן על ימין ושמאל, ווי מ'זאגט די פשט פון די גמ' אז במערבא האט מען געפרעגט מצא או מוצא, אז מצא איז א לשעבר ער האט שוין געטראפן דאס זייניגע, דאן איז מצא אשה מצא טוב, אויב אבער אפי' נאך די חתונה איז מוצא לשון הווה, ער איז נאך ביזי זוכן צו יענער האט אפשר זוכה געווען צו אביסל א דארערע אדער העכערע וכו' דאן איז מוצא אני את האשה מר ממוות, ווי דער פייטן זאגט אין די יוצרות ליום א' של שבועות: "שמח בחלקך בחיים יפים,עם לקוחה לך והכל צופים וכו', שתה מבורך מים כסופים, תעב גנובת מים גנובים, טינופים מים לא תגנב, שמח בחלקך ובטוב תנוב".
אגב, וואס האט עס מיט די נושא פון די אשכול?...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:38 am
דורך yesiknow
יין שרף האט געשריבן: ↑
Btw איינס פון די התחייבות פון כתובה איז געבן makeup פאר די ווייב. אין שו"ע אבה"ע שטייט קלאר אפי' וועלכע מיני און וועלכע קאלאר. שווארצע פאר די אויגן, Blush פאר די באקן ect.
גערעכט, @פארברענטע וויין. א שייטל ווערט אויך דערמאנט אין גמרא שו"ע, אבער אונז זענען הייליגער פרומער ערליכער ווי די אלע פשוטע דארפס יודן, אונז גייען ווי להבדיל די אייסיס דזשיהאד ווייבלעך און שוין.
גוד נייט, שוין צופיל וויין געטרינקען היינט.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:17 am
דורך שאלתיאל
ביי די אלטמאדישע חתן טיטשערס איז 'די מצוה' איז א באדויערליך באג אין די תורה און דאס אז ס'איז די ערשטע מצוה איז א שמוציג סקאנדאל וואס מען דארף מוטשען עס צו פארענטפערן. מסתמא א שוואכע מאמענט פון באשעפער.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 4:15 am
דורך כרם זית
א מזל אז עס שטייט אין פרשת בראשית וואס דער רמב"ם האט נישט קיין פראבלעם עס צו לערנען אלאגאריש...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 7:23 am
דורך טאמבל סאס
פון אונזערע האט געשריבן: ↑
די פראבלעם איז אז ס'דא פרויען וואס זענען אליינס האלוויט ברויט פון פריזער אין נישט נאר ביי פרישטאג נאר אויכעט ביים סעודת לילה...
און ס'דא מענער וואס זענען ווי גראבע צעבויגענע סוויט פאטעיטא נאר מיט די האר און אהן די סוויטנעס. און ווייעך צו אלע צרות נאך אויך.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 8:28 am
דורך נעקסט לעוועל
געהאט האב איך מער צו די צוקוועטשע זייט חתן טיטשער, ער האט פרובירט עס צו מאכן די מערסטע עקסייטינג און ארויסקוועטשן אלע היתרים פאסיבל, (כ'בין דאך די בחור וואס האט חתונה מיט א מאדערנע מיידל, מ'קען נישט געבן די סטאנדארט מילך לעכל קורס..) אבער ס'איז געווען בעד ניוז, ער האט פרובירט מסביר זיין מיטן לייגן איין ספר אויפן צווייטן, און לייגן א פענע אינצווישן.... בקיצור יענץ מעשה.
ארויסשפאצירט האבעך מיט מער קושיות ווי נישט.
ויהי לאחר אותו לילה, (און ניין, נישט די ערשטע, דאס אויסלערנען אז מ'דארף שטופן א שטופאכץ שוין די ערשטע נאכט איז א קריים שאין כדוגמתו, מ'דארף דאס אויסראטן פון פון אונזערע קרייזן) האבעך ריעלייזט אז וואס מ'האט מיר געלערנט איז איין שטיק באבקע, איך האב געמאכט א גרויסע דעליט, און אנגעפאנגען פון פריש, גענומען א מחבר מיט שו"ע, אינוועסטעד אפאר חדשים, און דורכגעפארן די גאנצע נושא, און געלייגט א גרויסע נאו פאר אלע איבריגע חומרות למיניהם.
און ס'רעשטע טעכנישע פרטים האבעך מיר צוגעלערנט פון די זייט, ס'איז דא גענוג און נאך העלפול קאנטענט אויף גוגל, פארנ**ראפי איז נישט קיין מאסט.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:58 am
דורך האי פרושא
דער איז סחורה ווי גאלד, וועלכע ספר האט ער גענוצט פאר די נקבה???
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:02 pm
דורך א גוט יאר
לכאורה צאינה וראינה...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:08 pm
דורך [NAMELESS]
אמאהל געהערט א מעשה
א גערער בחור ווערט א חתן
דער נאכט פאר די חתונה רעדט צו אים דער משגיח און זאגט אים "ברחל בתך הקטנה"
דער בחור כאפט א שרעק, און שרייט דער משגיח איז א שמוציאן !!!
דער משגיח רופט דיר ראש ישיבה וואס טוט מען
דער ראש ישיבה רופט דעם בחור און זאגט אים דער אמת
דער בחור שרייט געוואלד !! ביידע רבנים אזעלכע חזירים
דער ראש ישיבה זעהט אז עס איז נישטא אנ'עצה נאר אים לאזען גיין צום רבי'ן
דער רבי רופט און זאגט אים, דער בחור האט נישט קיין ברירה, אז דער רבי זאגט איז געזאגט
דער רבי זאגט אים = עס איז א גרויסע מצוה !!!
אין דערפריה נאך די חתונה זעהט אים דער רבי און פרעגט נו?
זאגט דער בחור = רבי! נאר אזעלכע מצוות.....
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:26 pm
דורך חמול על מעשיך
ס'גוט פאר די ווערטל אבער וואס גייט פאר אין גור איז געפערליך!
אגב, פאר ווער עס איז אין מאחורי, איז דא דארט א קלארקייט אין דעם?
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:28 pm
דורך היימלינד
גראדע אין גור רעדט מען פאר די בר מצוה, איך ווייס נישט פונקטליך וואס אבער עפעס וועגן adulthood שינויים אין די גוף ועוד
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:41 pm
דורך Visionary
חמול על מעשיך האט געשריבן: ↑
אנהייב האט אים עס אויסגעזעהן זייער פרייליכע אינפא, אביסל שרעקעדיג צו אויסטרייען אין ריאלעטעיט דאס ערשטע מאל, אבער פיין, מ'העט עס דורכשוויצן, דא קומט דער אורח און הייבט אים אהן פארליינען ראשית חכמה מיט מורה נבוכים אזש ס'איז אים פארגאנגען די אפעטיט...
מיין חתן רבי האט נישט געלערנט קיין ראשית חכמה
... משוגע איז דער וואס לערנט מיט א חתן ראשית חכמה. וואס ווילן זיי אז מען זאל צוזאם שטעלן האבן א גוד טיים ע"פ תורה בהיתר מיטן ווייב צו איסורי כריתות? יא, אינגערמאן האב הנאה צום פולסטן ע"פ תורה מיט דיין ווייב אויף וועלכע אופן צייט ענק האבן מסכים געווען אויף. האב א ביעיוטיפול לייף ע"פ תורה.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 8:17 pm
דורך עמרם
חמול על מעשיך האט געשריבן: ↑
אגב פאר ווער עס איז אין מאחורי, איז דא דארט א קלארקייט אין דעם?
מ'רעדט פון דעם
אבער ס'איז נאך נישט אינגאנצן קלאר ...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 8:20 pm
דורך חמול על מעשיך
אוודאי נישט, די ערשטע תקנה איז נישט צו פארציילן...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה?!
נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 2:37 am
דורך נעכטן
סדא א באקאנטע אנגענומענע כלה טיטשער (כמיין פון מאנטריאל אופ טאון, ליטוויש געשטומט) סדא אסאך חסידישע וואס שיקן צו איר, מרת ”Rivka katz” זי האט אפאר cd’s, זי געבט אויך דרשות פאר גרופעס.. גאר שטארק רעקאמינדירט אויסצוהערן צוזאמען מיטן ב״ב… אפשר קען איינער לייגן א לינק