ס’איז דא א טייטש אויף דעם פסוק - וירא בצר להם - מ’קען זען ווי גרויס די צרה איז, בשמעו את רינתם - ווען מ’הערט אויף וואס מ’פרייט זיך.
שיין זע מיר אויס אז די נחמה איז אז די רבי’ס האבן יא עפעס דורכשניטליכע מעלות.
קום נישט מיט קיין תורות אז חסידים וויל מען היינטיגע און רבי’ס זוכט מען אמאליגע, די המון עם שטייט גאנץ פיין, אמת ס’איז אביסל וישמן ישורון... אמעריקע איז אביסל מגושם, אבער א”י אידן זענען מיילן ווייט דערפון, אמת, ס’פעלט אמאליגע תמימות (aka עם הארצות) אבער לעומת זה לערנען אידן היינט תורה מדן ועד באר שבע אויף א פארנעם וואס איז נישט געזען געווארן פאר יארן.
לעומת זה רוב רבי’ס זענען שוואכער במידות, קנאה תאווה וכבוד, פון רוב ציבור, ס’איז א חרפה און א בושה ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, ס’איז א גאנצע שמחה אז רבי’ס קריגן זיך נישט, כאילו אז ס’איז נארמאל אז מ’זאל יך יא קריגן.
איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
- האט שוין געלייקט: 387 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
איך קום יא מיט די תורות ווייל די ארץ ישראל אידן זענען ווייניגער מגושם און איך מיין אז די רבי'ס דארט זענען בדרך כלל מער ווי דא, אפגערעדט פון די מנהיגים ביי די ליטווישע קרייזען. אלא מאי ס'האט יא אביסל צוטון מיט דעםתניא בניחותא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 26, 2024 10:31 pm
קום נישט מיט קיין תורות אז חסידים וויל מען היינטיגע און רבי’ס זוכט מען אמאליגע, די המון עם שטייט גאנץ פיין, אמת ס’איז אביסל וישמן ישורון... אמעריקע איז אביסל מגושם, אבער א”י אידן זענען מיילן ווייט דערפון
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
כ'האב שוין אמאל געשריבן דא (באלד וועל איך שוין אויסקוקן ווי ר' בערל), די ווערטל פון ר' חיים מענדל ע"ה, ער פלעגט אייביג פרעגן די רבנים ביי די שמחות, פארוואס זעט מען נישט אז בדחנים'ס קינדער זאלן איבערנעמען זייערע פאזיציעס, אזוי ווי מ'זעט אז רבנים'ס קינדער נעמען איבער זייער פאזיציע?
פלעגט ער ענטפערן בנועם שפתיו, ווייל בדחנות דארף מען קענען...
לגופו של ענין: פארשטיי איך נישט אזוי פונקטליך די שקלא וטריא, לאמיר נעמען א משל ר' חיים הערש ט"ב בן אדמו"ר מהרז"ל פון סאטמאר, וואס אין די זאלישע קהילה איז ער זייער אנגענומען און ארויפגעקוקט, איז עס א פראבלעם פון ר' זלמן לייב עם אריינצושטעלן אין ירושלים און אין קרית יואל? פארוואס עפעס? ער איז אנגענומען ביי די בני הקהילה, ער איז א ערליכער איד, און שוין. אבער למשל ר' יעקב בער ט"ב וואס איז נישט אזוי אנגענומען האט טאקע נישט קיין פאזישן אין סאטמאר (מהרז"ל), סאו ס'זעט אויס ווי מהרז"ל טוט עס גאנץ גוט.
די זעלבע זאך איז איבעראל, אויב דער זון איז אנגענומען ביי די אנשי הקהילה, זיי שפירן עס פאר א זכיה צו עם אויפנעמען פאר א רב וכדו', און ער איז א ערליכער איד א ת"ח וכו', איז דאך מה טוב ומה נעים.
אויב נישט, ער איז נישט אנגענומען, אדער נישט קיין ערליכער איד און ת"ח, איז עס א עולה נוראה עם ארויפצוצווינגען אויפן עולם (ווען ס'איז שלא ברצונם), אדער זיי צו געבן א מינוי שאינו הגון, סתם ווייל ער איז רויעל בלא"ד (אפילו ווען ס'איז ברצונם), ופשוט הוא.

אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
כספי: ייש"כ פאר דיין דיסקלעימער. (אויב ביסטו נישט קיין אמעריקאנער, האף איך אז דו ווייסט וואס דאס מיינט.)
נאר "עוולה" שרייבט מען מיט צוויי וואווי"ן (בווי"ן תתקטר) נישט מיט איין ווא"ו. ווייל דאמאלס קענמען מיינען אז ס'איז א קרבן עולה.
נאר "עוולה" שרייבט מען מיט צוויי וואווי"ן (בווי"ן תתקטר) נישט מיט איין ווא"ו. ווייל דאמאלס קענמען מיינען אז ס'איז א קרבן עולה.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?
איך האלט אז דאס מוז באצייכענט ווערן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא