בלאט 2 פון 5

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 7:19 pm
דורך צפת
בעל דרשן האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:14 pm וואס איז פשט פון אוועק געבן די רעביסטעווע? גייט ער דורך עפעס לעטצענס האט ער געזאגט?
ווייל דער יונגערער איז מער נוטה צו סקווירא, האט מען געהאלטן אז עס קומט אים ענדערשער...

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 7:40 pm
דורך Chasidishmashpia
אויפן בילד זעהט די עלטערער אויס א בעל צורה וראוי לאותו איצטלא
אבער אל תסתכל בקנקן ואיני מכירם כלל וכלל.

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 7:47 pm
דורך פארווע חסיד
צפת האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 7:19 pm
בעל דרשן האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:14 pm וואס איז פשט פון אוועק געבן די רעביסטעווע? גייט ער דורך עפעס לעטצענס האט ער געזאגט?
ווייל דער יונגערער איז מער נוטה צו סקווירא, האט מען געהאלטן אז עס קומט אים ענדערשער...
:lol:

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 11:38 am
דורך אחידוש
, שוין

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 2:12 pm
דורך רויטער
איזה חכם המכיר את מקומו

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 5:58 pm
דורך Yesh
המכיר את מקומו? מקען מיינען פון וועליכע מקום רעדט מען דא? פון א רבי פאזיציע, וועליכע קוואלעפעקעשענס דארף מען דען האבן?

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 8:54 pm
דורך בעל דרשן
צפת האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 7:19 pm
בעל דרשן האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:14 pm וואס איז פשט פון אוועק געבן די רעביסטעווע? גייט ער דורך עפעס לעטצענס האט ער געזאגט?
ווייל דער יונגערער איז מער נוטה צו סקווירא, האט מען געהאלטן אז עס קומט אים ענדערשער...

אדער וויל די עלסטע שפילן עניוות און פשטות, ווי כאילו אזוי באקומען אנהענגער, וואס נישט צו לאנג צוריק האט עפעס א בנש"ק פון ספרינג וואלי גענומען די ביזנעס מהלך פון מכלומרש'ט אנטלויפן פון רעביסטעווע, ימים ידברו צו די עלסטע וויל עס עכט נישט אדער סתם א ביזנעס טאקטיק ווי די ספרינג וואלי צדיק'ל

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:01 am
דורך צפת
פששששש.... ביסט א חכם מחוכם.

כ'האב שוין לאנג געוואוסט אז דו ביסט א קלוגער, אבער אויף אזוי ווייט האב איך נישט געטראכט.

...
נ.ב. איך דארף אן אנפוינטמענט מיט דיר. איך דארף זיך דורכרעדן אפאר זאכן... כ'מיין אז דו ביסט פאסיג, קלוג און געריבן.

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:07 am
דורך בעל דרשן
צפת האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:01 am פששששש.... ביסט א חכם מחוכם.

כ'האב שוין לאנג געוואוסט אז דו ביסט א קלוגער, אבער אויף אזוי ווייט האב איך נישט געטראכט.

...
נ.ב. איך דארף אן אנפוינטמענט מיט דיר. איך דארף זיך דורכרעדן אפאר זאכן... כ'מיין אז דו ביסט פאסיג, קלוג און געריבן.
שלום בית איז וואקעלדיג ? פרנסה קומט נישט אריין ? רעד זיך דורך מיט דעם ספרינג וואלי צדיק'ל, אופס יעצט זעה איך דארפסט איינער קלוג און געריבן... וועסט עס נישט טרעפן ביים ספרינג וואלי צדיק, אפשר גיי קיין לעיקוואד צום תולדות מרדכי?! איך וואלט דיר געזאגט סקווירא אבער דארט דארף מען ווארטן לאנג דא א גרויסע קבלת קהל יעדע נאכט

קום אין אישי, מען וועט אייך פרובירן צו אויפרעכטן, איך זעה שוין עטליכע וואכן אז די דארפסט עס נויטיג.

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:55 am
דורך צפת
wow... דו ביסט פעסט, דו קענסט צוריקגעבן... פששש... ביסט א רייסער...


קלוגשאפט זאגסטו, אז איך וועל נישט טרעפן ביים ספרינג-וואלי צדיק'ל. איך הער. אזוי שטארק ביסטו אנגעווייטאגט אז ער האט מצליח געווען על אפך וחמתך. אבער איז זיין "נישט קלוגשאפט", די זעלבע פאקטן ווי דעיס אז ר' יהושע האט רוב עולם אין מאנסי און ער איז דער מצליח און רי"י דער לוזער? - ווייל אויב דיינע פאקטן איבער זיין קלוגשאפט איז די זעלבע אמת, דאן איז רי"י דער וואס האט איבערגענומען רחמ"ס מאנסי.

און יא, שיער נישט פארגעסן. אין סקווירא דארף מען לאנג ווארטן ביי קבלת קהל. יחי המלך!

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:18 am
דורך היימלינד
@בעל דרשן
ס'איז פלאי פלאים וויאזוי דו קענסט פארדרייען אשכולות איינס נאכן צווייטען, האסט א דעגרי אויף דעם? לערן מיך אויך אויס ביטע.

ווען רבי יושע וואלט געוואוסט ווי שטארק מען האט איהם ליב אין סקווירא וואלט ער שוין אפשר אויסגעבעטן די רבי'וויסטעווע מיט יארן פריער... אינטרעסאנט אז לעצטערע יארן האט מען איהם עפעס כמעט נישט גורס געווען, מ'איז געווען פארנימען די בנים הגדולים, ער האט שוין אפילו זיך "דערוואגט" צו זיין איינמאל ביי זיין טאטן אויף שמחת תורה, מ'האט פארגעסן אז ר"י איז עלטער און וואלט געמעגט זיצן פריער, אבער עניוועי דו ביסט צוריקגעבליבן ווייל אין סקווירא איז יעצט נישט די רוח איהם צו שטיצן אדער רודערן וועגן זיין נעפיו, שוין דא אנדערע נושאים אויפן טיש, so go update yourself.

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:28 am
דורך בעל דרשן
צפת האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:55 am wow... דו ביסט פעסט, דו קענסט צוריקגעבן... פששש... ביסט א רייסער...


קלוגשאפט זאגסטו, אז איך וועל נישט טרעפן ביים ספרינג-וואלי צדיק'ל. איך הער. אזוי שטארק ביסטו אנגעווייטאגט אז ער האט מצליח געווען על אפך וחמתך. אבער איז זיין "נישט קלוגשאפט", די זעלבע פאקטן ווי דעיס אז ר' יהושע האט רוב עולם אין מאנסי און ער איז דער מצליח און רי"י דער לוזער? - ווייל אויב דיינע פאקטן איבער זיין קלוגשאפט איז די זעלבע אמת, דאן איז רי"י דער וואס האט איבערגענומען רחמ"ס מאנסי.

און יא, שיער נישט פארגעסן. אין סקווירא דארף מען לאנג ווארטן ביי קבלת קהל. יחי המלך!
פון דיינע כסדר'דיגע נארישע תגובות קוקט אויס ווי די ספרינג וואלי צדיק'ל האט מיליאנען מענטשן ביים טיש נאך מער ווי סאטמאר, אז רחמיסטריווקא מאנסי מיט זיינע 50 משפחות איז שוין גאר די לוזער... ווייל ווי קען ער זיך פארגלייכן צום ספרינג וואלי רחמיסטריווקאער וואס האט 1000 משפחות און נאך מיט א שמיץ אריבער...

סך הכל רעדט מען פון 2 קליינע חצרות, וואס ס'איז ניטאמאל א קאמפעטישן אפילו די ווילסט עס זאל זיין, די וועג פון מעסטן הצלחה איז נישט וויפעל פלייש מען האט, ווי שוין ארויסגעברענגט אין די פארגאנגענהייט, רחמיסטריווקא מאנסי האט אנגעהויבן פון פריש, א נייע ביהמ"ד, און שוין באלד א יאר וואס ער פירט די שיינע המשכה אין מאנסי מיט הערליגע טישן בהשתתפות א חלק ניכר רחמיסטריווקא חסידים, על אף די פאראויסגעזאגטע חלומות פון רבי אברהם דוב ומשפחתו אז צו לאנג וועט ער נישט אנציען... בעת וואס זיין פלימעניק זיצט און זיין שווערס בית מדרש מיט וויזניץ געמישט, א גרויסע הצלחה ! איך ווינדער מיר נאר אז א רבי מיט אזויפיל מענטשן ווי די פרובירסט צו פראפעגאנדען זאל האבן צייט צו גיין רבי'ס שאפינג יעדער שני וחמישי, סקווירא, וויזניץ מאנסי, סקווירא מאנסי, בארנוב, ועוד ועוד.. און שיעור פארגעסן און נאך זאגן איכה אין קאסובע ישיבה, ווען הונדערטער חסידים ואנשי מעשה שטייען ביי זיין קלאמקע יעדן טאג.....

יעצט קום אריין מיט א זאפיטגע תגובה, ווי נישט ווי ביזטו אויף פעיראל ביי רבי אברהם דוב ורבי יעקב יוסף, דארפסטו טון די ארבעט פון עבד לרבו

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:36 am
דורך בעל דרשן
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:18 am @בעל דרשן
ס'איז פלאי פלאים וויאזוי דו קענסט פארדרייען אשכולות איינס נאכן צווייטען, האסט א דעגרי אויף דעם? לערן מיך אויך אויס ביטע.

ווען רבי יושע וואלט געוואוסט ווי שטארק מען האט איהם ליב אין סקווירא וואלט ער שוין אפשר אויסגעבעטן די רבי'סטעווע מיט יארן פריער... אינטרעסאנט אז לעצטערע יארן האט מען איהם עפעס כמעט נישט גורס געווען, מ'איז געווען פארנימען די בנים הגדולים, ער האט שוין אפילו זיך "דערוואגט" צו זיין איינמאל ביי זיין טאטן אויף שמחת תורה, מ'האט פארגעסן אז ר"י איז עלטער און וואלט געמעגט זיצן פריער, אבער עניוועי דו ביסט צוריקגעבליבן ווייל אין סקווירא איז יעצט נישט די רוח איהם צו שטיצן אדער רודערן וועגן זיין נעפיו, שוין דא אנדערע נושאים אויפן טיש, so go update yourself.

די ערשטע צו פארדרייען דעם אשכול, איז מיסטער צפת וואס איז אויף פעיראל ביים אספלריה המאירה רשכבה"ג מופת הדור הרה"ק המפורסם בוצינא קדישא עטרת תפארת ישראל רבי יעקב יוסף מרחמ"ט-ספ"וו ומלפנים ראש ישיבת קאסוב במאנסי ומלפנים דלפנים מגדולי מרביצי תורה בבית המדרש טאשנאד.

אבער ביזט הייס גערעכט אז דא איז נישט די פלאץ. קבל את הדברים.

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 2:07 pm
דורך צפת
בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:28 am
פון דיינע כסדר'דיגע נארישע תגובות קוקט אויס ווי די ספרינג וואלי צדיק'ל האט מיליאנען מענטשן ביים טיש נאך מער ווי סאטמאר, אז רחמיסטריווקא מאנסי מיט זיינע 50 משפחות איז שוין גאר די לוזער... ווייל ווי קען ער זיך פארגלייכן צום ספרינג וואלי רחמיסטריווקאער וואס האט 1000 משפחות און נאך מיט א שמיץ אריבער...

סך הכל רעדט מען פון 2 קליינע חצרות, וואס ס'איז ניטאמאל א קאמפעטישן אפילו די ווילסט עס זאל זיין, די וועג פון מעסטן הצלחה איז נישט וויפעל פלייש מען האט, ווי שוין ארויסגעברענגט אין די פארגאנגענהייט, רחמיסטריווקא מאנסי האט אנגעהויבן פון פריש, א נייע ביהמ"ד, און שוין באלד א יאר וואס ער פירט די שיינע המשכה אין מאנסי מיט הערליגע טישן בהשתתפות א חלק ניכר רחמיסטריווקא חסידים, על אף די פאראויסגעזאגטע חלומות פון רבי אברהם דוב ומשפחתו אז צו לאנג וועט ער נישט אנציען... בעת וואס זיין פלימעניק זיצט און זיין שווערס בית מדרש מיט וויזניץ געמישט, א גרויסע הצלחה ! איך ווינדער מיר נאר אז א רבי מיט אזויפיל מענטשן ווי די פרובירסט צו פראפעגאנדען זאל האבן צייט צו גיין רבי'ס שאפינג יעדער שני וחמישי, סקווירא, וויזניץ מאנסי, סקווירא מאנסי, בארנוב, ועוד ועוד.. און שיעור פארגעסן און נאך זאגן איכה אין קאסובע ישיבה, ווען הונדערטער חסידים ואנשי מעשה שטייען ביי זיין קלאמקע יעדן טאג.....

יעצט קום אריין מיט א זאפיטגע תגובה, ווי נישט ווי ביזטו אויף פעיראל ביי רבי אברהם דוב ורבי יעקב יוסף, דארפסטו טון די ארבעט פון עבד לרבו
חחחחחחחחחחחחחח

ביסט דאך אזא זיסע יונגערמאן, קום צו מיר, איך וויל דיר געבן א קוש... אבער נאר בתנאי אויב דו ביסט געווען אין שאוער היינט.

(נ.ב. איך מוז פשוט ענטפערן, אז נישט, באקום איך נישט מיין פעיראל די חודש פון ר' יעקב יוסף.)

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:18 pm
דורך צפת
בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:07 am
צפת האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:01 am פששששש.... ביסט א חכם מחוכם.

כ'האב שוין לאנג געוואוסט אז דו ביסט א קלוגער, אבער אויף אזוי ווייט האב איך נישט געטראכט.

...
נ.ב. איך דארף אן אנפוינטמענט מיט דיר. איך דארף זיך דורכרעדן אפאר זאכן... כ'מיין אז דו ביסט פאסיג, קלוג און געריבן.

קום אין אישי, מען וועט אייך פרובירן צו אויפרעכטן, איך זעה שוין עטליכע וואכן אז די דארפסט עס נויטיג.
קוק, ער בעט זיך נעבעך...

ווער וויל אים געבן לאוו און גיין שמועסן מיט אים אביסל אין אישי? - ס'וועט זיין א גרויסע מצוה.

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:42 pm
דורך בעל דרשן
און נאך א גרעסערע מצוה וועט זיין אז דו פארדרייסט נישט יעדן אשכול מיט דיינע ווייטאג, איך האב דיר געלאזט בעפאר האבן די לעצטע ווערטער, און 3 שעה און אודך, זוכסט איינער זאל דיר געבן אויפמערקזאמקייט, ווי עטליכע האבן שוין ארויסגעברענגט איז די אשכול וועגן קאסוב, און נישט קיין הילף ערי מקלט ווי זאלסט אויסברעכן דיין ווייטאג. אויב דארפסטו הילף איז דא לייסענסד טעראפיסטען וואס וועלן דיר גערן העלפן, קאסט טאקע א מטבע, אבער עס גייט זיך דיר לוינען.

ברוך השם קאווע שטיבל איז נישט די פלאץ וואו איך זוך מיין לאוו, אדער א קוש, איך באקום עס פון א אנדערע פלאץ די והותר ברוך השם.

און מיט דעם בין איך מסיים מיינע ווערטער, דא איז א אשכול פון קאסוב, און פרוביר - אפילו ס'איז שווער - נישט איבערצודרייען אשכולות להנאת הציבור. א גרויסע דאנק.

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:00 pm
דורך צפת
ווילסט דעם לעצטן ווארט? - נעם עס דיר...

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:41 pm
דורך נאוואמינסקער
איז דא א טיש אין קאסוב דער וואך?

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 12:47 am
דורך בעל דרשן
נאוואמינסקער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:41 pm איז דא א טיש אין קאסוב דער וואך?
ניין

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 12:48 am
דורך צפת
אין קאסוב איז די וואך א פארמאכטע שבת. די קינדער פון רבי'ן זצ"ל גייען פראווען אליין, בביתו נאוה קודש פונעם קאסובער רבי זצוק"ל, גייען דארט דאווענען במנין מצומצם און עסן די סעודות אליין.

הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד. ולא יתערב זר בשמחתם.

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 2:52 am
דורך רויטער
דעיס איז קאסובער אשכול אדער א דעבאטע צווישן באדרשן און צפתּי

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 12:49 pm
דורך Chasidishmashpia
צפת האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:48 am אין קאסוב איז די וואך א פארמאכטע שבת. די קינדער פון רבי'ן זצ"ל גייען פראווען אליין, בביתו נאוה קודש פונעם קאסובער רבי זצוק"ל, גייען דארט דאווענען במנין מצומצם און עסן די סעודות אליין.

הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד. ולא יתערב זר בשמחתם.
בשמחתם???
באבלותם

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 1:48 pm
דורך צקון לחש
Chasidishmashpia האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:49 pm בשמחתם???
באבלותם
ע"פ מסכת שמחות